אור חוזר...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

סטראקעס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:08 pm

אור חוזר...

תגובהדורך סטראקעס » מיטוואך פאברואר 17, 2021 11:57 am

געזוכט אין דיין שווארץ אפפל
דעם פינק ווי א שליסל צו מיין טיר
גענישטערט און דיין הארץ קלאפל
א ווינק בלויז אביסל פארשטייט מיין שפיר

מיין אייגענער בילד אנטדעקט
פילפארביג קאלירט
דאפעלטע שילד ערוועקט
אין שפיגל פארמירט
א שאטן אפפעקט...

קאלירן -רעפלעקטירן
א בלויזער - אור חוזר
צירוק ווארפט
קלאנגען -קיין געזאנגען
פאוואליע-א כוואליע
די אויער שארפט

פינקלט אין ים די נעכט
א שיין פון א שיין
קיין קעניג א בלויזער קנעכט
דאך שענער איז זיין
שאטן אפפעקט...

וואלן -רעטונג שטראלן
אנכאפן ארויפדראפן
איך שפעקוליר
ריאליטעט- בייז ציטרעט
חלומות בריק -פארבינדן די שטריק
גאר צי מיר

מיין בליץ א שטראל
חושך צישטויס
דיין קריץ א בייל
סך-הכל בלויז
א שאטן אפפעקט....

ליקו''מ תורה ע''ו - קפ''ד

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אור חוזר...

תגובהדורך Bissli » מיטוואך פאברואר 17, 2021 12:22 pm

קודם שכח פארן צוריק קומען, כאשוין געמיינט אז אזוי ווי עס האט געדויערט פינעף יאר פון דיין איינשרייבן ביז מיר האבן זוכה געוועהן צו דיין ערשטע פאעזיע, וועלמיר דארפן ווארטן נאכאמאל, שכח פאר נישט לאזן ווארטן!

גיימער עס באלד אפלערנען. (סיי די ליקו"מ און סיי דיין שטיקל)
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אור חוזר...

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 2:29 pm

דו ביסט געוואלדיג גוט מיין חבר, פארפאלן, רעבישע קינדער קענען...
קיפ עם קאמינג!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6087
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: אור חוזר...

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 3:30 pm

הערליך שיין, זייער גוט אפגעלערנט, און הערליך אפשגעשריבן, ס'גייט אריין גרינגער אין הארץ.

טינט האט געשריבן:דו ביסט געוואלדיג גוט מיין חבר, פארפאלן, רעבישע קינדער קענען...
קיפ עם קאמינג!


פארפאלן, זעט אויס אז דיין תגובה איז א 'אור חוזר', מסתמא ביסטו אויך א רעביש קינד, לפי דיינע פאעזיעס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט