דורכגאנג (אויף די שניי...)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

דורכגאנג (אויף די שניי...)

תגובהדורך טינט » דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:34 pm

(אויפן ניגון דורכגאנג פון מאטי אילאוויטש)


איך גיי דיר נישט זאגן אז,
איך וויל די זון זאל יעצט קאכן,
איך וויין אבער יא, אויף די אייז,
ס'גייט שוין אן, צופיל וואכן,

אויב כ'מאך נישט קיין גרייז,
מער ווי איינמאל פון אייז צושטאכן,
מ'זעמיר נישט פון ארקטיק קרייז,
די וועטער סיסטעם איז צובראכן...

איך זאג נישט מ'מוז האבן,
א שארער טראק א פלאכן,
אבער כ'קען נישט זיין באגראבן,
אונטער די שווערע שניי דאכן,

אויף די קעלט ווער וויינט - נישט,
אינדערהיים זענען די בנים,
די באריכטן שוין מ'ליינט נישט,
ווייל די וועטער שפריצט אין פנים,


זיין צובראכן, אויך נישט לוינט זיך,
צו די סיבירע פרעסטן, אויך צוגעוואוינט זיך,
פון די ציפעדיגע קעלט, אליין ס'שוינט זיך,
אלס קעניג פון שנייען, קוקט אויס, דאס יאר קרוינט זיך,


נאך א שטורעם, קומט א דערמאנונג,
גליטשיק מע'דארף א אונטערלאנונג,
אויף א נייע בליזארד ווארט מיט שפאנונג,
יעדע פאר טעג, צוריק פון אנפאנג,

טאטע זיסער, העלף אונז שויען,
די הויכע ווינטן ווי די וועלף וואויען,
צען פיסיגע שניי, טוט מיך ענויען,
און איינער זאל אויפשארן מיין דורכגאנג....
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

תגובהדורך Bissli » דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:50 pm

Wow זעיסט ווען א ריינע הארץ שרייט צו זיין טאטע מיט א אמת ווערט ער גליך געהאלפן!
יעצט דארף מען דאנקען פאר די שיינע וועטער!
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג פאברואר 16, 2021 2:23 pm

;l;p-
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג פאברואר 16, 2021 2:28 pm

דו ביסט קריעטיוו!!
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג פאברואר 16, 2021 2:29 pm

גוט געזאגט מיט הערליכע גראמען!


טינט האט געשריבן:און איינער זאל אויפשארן מיין דורכגאנג....


אן אדרעס ביטע!
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דורכגאנג (אויף די שניי...)

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:08 am

און ס'שנייט נאכאמאל....
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט