ירידה לצורך עליה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

ירידה לצורך עליה

תגובהדורך מתמודד » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 3:49 pm

אמאל דארף מען פאלן טיף,
צו זען ווי מען שטייט בכלל,
אמאל פון א טאטע ווערט א שטיף,
צו טוישן דעם נארמאל.

אמאל דארף מען גיין גאר ווייט,
זיך צו טרעפן נאנט מיטן אמאל,
אמאל זיך רוקן מוז מען שטייט,
צו אנטדעקן כוחות פון שטאהל.

דער מח טייל מאל מוז שרינקען,
סזאל זיך בכלל קענען אנפילן,
אמאל טיף מוז מען זינקען,
ארויף שווימען מען זאל נאר ווילן.

אמאל מיט בלויז איין טריט,
אריבערשפרינגען מען טוט א שטח,
אמאל דארף מען שפייען בלוט,
ביז בכלל איינער זעט דיך.

אמאל פיל ווערטער דארף מען זאגן,
אן מיינען בכלל דעם טייטש,
אמאל ווען דער געוויסן טוט פלאגן,
איז דער גרעסטער היילונג א פאטש.

אמאל דארף מען שלאפן טעג,
זיך בכלל אמאל אויפצווועקן,
אמאל טאר מען נישט טרעפן דעם וועג,
צו בלאנדזשען אנשטאט בלייבן שטעקן.

אמאל דארף מען טון אן זין,
פון זינען נישט אראפצוגיין,
אמאל דארף מען פארפאסן א געווין,
צו ברענגען א אמת געוויין.
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ירידה לצורך עליה

תגובהדורך עומד מן הצד » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 4:15 pm

wow

הערליך און תוכן'דיג!

פאעזיע אויפן העכסטן שטאפל.

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ירידה לצורך עליה

תגובהדורך Bissli » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 4:31 pm

Wowow
@טינט האסט א געהעריגע קאמפעטישן
וואס קומט אריין מיט קאמפאזישן
צווישן ענק איך טוה זיך אינגאנצן צומישן
פאר אייוועלט ענק טוען זיך אזוי באמוטשן
זאל דער בורא פאר ענק אייביג די שורה’לעך גליטשן

תודה!
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ירידה לצורך עליה

תגובהדורך Bissli » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 4:34 pm

אנטשולדיגט פארן אריין מישן טינט אין דיין אשכול, האסט געשריבן אזוי גוט אז איך האב זיך דערמאנט פון אים
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: ירידה לצורך עליה

תגובהדורך טינט » פרייטאג פאברואר 12, 2021 9:49 am

הערליך, הערליך, הערליך, הערליך, דאס איז די פשוטע טייטש פון ירידה לצורך עליה, אבער אזוי שיין געפעינט! רייך, זיס, טיף, שיכטן אויף שיכטן!
איך האב ליב יעדע שורה עקסטער.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: ירידה לצורך עליה

תגובהדורך טינט » פרייטאג פאברואר 12, 2021 10:29 am

Bissli האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן אריין מישן טינט אין דיין אשכול, האסט געשריבן אזוי גוט אז איך האב זיך דערמאנט פון אים

הער, קודם ישר כח! דו מאכסט מיר פילן גוט....

צווייטנס, איך בין נישט דער ערשטער פאעזיע שרייבער דא... עס זענען שוין געווען אסאך אסאך פאר מיר, און עס וועלן זיין אסאך מיט מיר, און נאך מיר.
יעדער האט זייערע שטארקייטן און שוואכקייטן, זייערע פערזענליכע טאטשעס און טעכניקן. און ס'איז גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי יעדער דריקט זיך אויס זייער נשמה אויף א אנדער אופן. און גראדע טראכט איך פון שרייבן אן ארטיקל מסביר צו זיין פאעזיע, די סארטן סטילן און וועגן צו בויען א גוט אמת'דיג שטיקל ארט - מיט א פתח.
למשל א קורצע דוגמה, קוק ארויף דא אויבן צו @מתמודד'ס ליד, די בייסיק אוטליין איז פשוט,
די איידיע איז פארשטייט זיך ירידה לצורך עליה, געברענגט מיט אסאך וועגן ווען דער מענטש האט געפילט אזא געפיל פון פיין און ליידן אבער נאכדעם פארשטאנען אז ס'איז געווען פאר די גוט. אויטאמאטיש ווען איך שרייב עס אפ אויף די וועג, זעה איך ירידה לצורך עליה הערליך אויסגעשפרייט אין א הערליך בילד מיט בערג און טאלן, הימלען און וואסערן. אבער ס'איז א גראדע וועג - וואס איך מיין צו זאגן - ס'הייבט זיך אן מיט א פיר שורות'דיגע פראז, סימפל גראמען, שטארקע מעסעדדזש, אבער דאס וועט זיין די געבוי פאר די גאנצע ליד.
ס'איז זיס, און יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט די זעלבע ווארט, אמאל האב איך--- און אזוי ווייטער,
דאס גיבט דעם ליינער א ארט צו ווערן באקוועם אינעם פאעזיע אן וויסן וויאזוי די לעצטע שטיקל וועט אויסזען, אבער איך קען עס שוין אביסל, איך פארשטיי די קאנצעפט, איך זעה די פיר ליינער אראפ די גאנצע זאך, און יעצט קען איך הנאה האבן פון זען די אטיסטיק מוזיק שפילן די איידיע.
און אויף אזא בחינה איז געבויעט זייער אסאך פון די פאעזיעס דא אויפן וועלטל,


איך ווידעראום, איך שרייב כמעט נישט אזעלכע לידער, מיינע זענען געווענליך צוויי דריי פאראגראפן מיט א פזמון, אדער א געוויסע טויש אין די גראמען גאנג,

וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען, אז שרייבן גראד און סימפל די מעסעדדזש אן דרייען און שיינקייטן, איז א חכמה, און מ'דארף דאס קענען, און ס'איז נישט דא קיין קאמפעטישן, זיין סטייל און געפיל וועט אייביג בלייבן נאר זיינס, און איך וועל עס נישט קענען נאכמאכן אין א מיליאן יאר,

און אזוי איך דיינע @ביסלי, יעדער ברענגט עפעס וואס דער צווייטער קען נישט.

מיין פוינט איז, יעדער בויעט אנדערש, יעדער שרייבט אנדערש, יעדער האט אנדערע געפילן און רצונות, זאכן וואס מאכן אים טראכטן, זאכן וואס ער וויל ארויסברענגען, און יעדער ברענגט עס ארויס אויף זייער פערזענליכע וועג און געבוי, אונז דארפן ווי מער,

אבער איין זאך איז זיכער, אלע זענען גוט! גאר גאר גוט!

סארי אויב איך איך בין פארקראכן,
איך האף נאך איין טאג צוריקצוקומען און שרייבן א פולער ארטיקל איבער די נושא,

הרב מתמודד, א גאלדענע שטיקל פאעזיע! שקויעך!!!!
ברענג אונז נאך!!!!!
לעצט פאראכטן דורך טינט אום מאנטאג פאברואר 15, 2021 1:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: ירידה לצורך עליה

תגובהדורך מתמודד » זונטאג פאברואר 14, 2021 3:48 pm

א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן, קאמפלימענטן זענען אלס גוט נאכדערצו פון אזעלכע פראפעסיאנאלן....

@טינט האט זייער גוט ארויסגעברענגט די פארשידנארטיגע פאעזיעס, איך האף אויך איין טאג צו שרייבן אן ארטיקל איבער די סודות און מהלכים פון פאעזיע, דער עיקר איז אזויווי @טינט האט ארויסגעברענגט, איעדער איז גוט און איעדעמס נשמה נוצט א אנדערע שפראך דער עיקר איז אז אידן האבן הנאה.
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ירידה לצורך עליה

תגובהדורך Bissli » מאנטאג פאברואר 15, 2021 7:03 am

Wowowwow
ס’ווערט בעסער פון מינוט צו מינוט
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט