קנה לך חבר

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

בס״ד


קנה לך חבר


נאך א אות נאך א קריץ,
ווען איך נוץ,
דעם פעדער שפיץ,
מיין קרוין מיין פיטום

איך שפור אויפגעראכטן,
ווער אויפגעלאכטן,
אזוי שיין געפלאכטן,
ווי קאמפליצירטע חיטין

די ארבלען איך שארץ,
זיין טינט אזוי שווארץ,
עפענט מיין הארץ,
שנעלער ווי מיין מח ריטעם

א פאפיר אזוי לער,
ווערט נאר פול מער,
טינט נאסער ווי א טרער,
שיטין על גבי שיטין

זיינע קריצן ברענען,
כ׳הייב מיר אן קענען,
ווי טעראפי די אותיות זענען,
ווען איך בין מיט אים

אזופיל חִיוּת,
פארנייט קריעות,
ווען שרייבן איך-טו-עס,
ברענגט מיר צום גוטן

ברענגט מיר א טיפערע פשט,
עצה און ראט,
אין פרייד אין לייד,
אין אלע עתים

מיט א בליק,
אויף יארן צוריק,
מיין מלמד איך זיג,
וואלט געווען מער ווירקזאם ווי שטעקענעס און ריטן

ווי מיין העלפער ער דינט,
די טינט,
ארויס עס רינט,
א הרחבה מיין הארץ עס גיט אים

בלייב נאר מיין חבר מיין,
כ׳זאל אלץ האבן וואו צו זיין,
כ׳דארף נישט א שאטן אונטער דיין שיין,
מיט דיר זענען מיינע שענסטע מינוטן
לעצט פארראכטן דורך פולווער אום זונטאג פעברואר 07, 2021 1:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

זייער שיין ארויסגעברענגט!


איך וואלט נאך אביסל ארום געשפילט מיט דעם סטאנזע-
מיט א בליק,
מיט יארן צוריק,
מיין מלמד איך זיג,
וואלט געווען מער ווירקזאם ווי שטעקענעס און ריטן

און געטוישט צו-
מיט א בליק,
אויף יארן צוריק,
מיין מלמד איך זיג,
מער ווירקזאם ווי שטעקענעס און ריטן

מען קען נאך אלץ פארשטיין און עס איז קערצער.
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:זייער שיין ארויסגעברענגט!


איך וואלט נאך אביסל ארום געשפילט מיט דעם סטאנזע-
מיט א בליק,
מיט יארן צוריק,
מיין מלמד איך זיג,
וואלט געווען מער ווירקזאם ווי שטעקענעס און ריטן

און געטוישט צו-
מיט א בליק,
אויף יארן צוריק,
מיין מלמד איך זיג,
מער ווירקזאם ווי שטעקענעס און ריטן

מען קען נאך אלץ פארשטיין און עס איז קערצער.

״מיט״ יארן צוריק שוין פאראכטן, געווען א טעות לכאורה מצדי,

אבער די אנדערע שורה וואלט איך יא געלאזט, הגם כ׳אב מיר שטארק ארומגעמוטשעט ביי יענעם ליין, זייענדיג דאס לענגסטע, כ׳האלט לעניית דעתי אז די משמעות איז אנדערשט
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

הערליך! Keep going!
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:הערליך! Keep going!

יישר כח!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

;l;p-

וואווי!
אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 2:17 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאנטשיקל »

צום דריטן מאל הערליך שיין מייסטערהאנטיג!!

פולווער האט געשריבן:ווי מיין העלפער ער דינט,
די טינט,
ארויס עס רינט,
א הרחבה מיין הארץ עס גיט אים



דער שטיקל פעלט לעניית דעתי אביסעלע ריטעם...
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:צום דריטן מאל הערליך שיין מייסטערהאנטיג!!

פולווער האט געשריבן:ווי מיין העלפער ער דינט,
די טינט,
ארויס עס רינט,
א הרחבה מיין הארץ עס גיט אים



דער שטיקל פעלט לעניית דעתי אביסעלע ריטעם...

דער שריפט איז דאך שנעלער ווי מיין מח ריטעם...

ביזט גערעכט מיט דיין הערה, העמיר פרובירן פארעכטן
לעצט פארראכטן דורך פולווער אום מאנטאג פעברואר 08, 2021 12:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

מיט זיין פעדער
אייוועלט אויף רעדער
פולווער אן קיין גדר
נאך, שרייט יעדער
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

רינדעכיג האט געשריבן:מיט זיין פעדער
אייוועלט אויף רעדער
פולווער אן קיין גדר
נאך, שרייט יעדער

:P

ש׳כח
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קנה לך חבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

הערליך שיין און רייך!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”