רצוננו לראות עליתינו

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פולווער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2021 11:53 pm

רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך פולווער » זונטאג פאברואר 07, 2021 12:23 am

בס״ד


רצוננו לראות עליתינו


געפילן טוען זיך אויסגיסן,
די מחשבות זיי פליסן,
פארציילן איבער מיין געוויסן,
אויף א בעטל אזוי הארט

די רצון די ווילן,
די ברענענדיגע געפילן,
מיט מיינע סטרונעס זיי שפילן,
אויף פארבעסערונג איך ווארט

פארשטעלט די וואלן,
פארלאשן שטראלן,
דורכגעפאלן,
נאך א איסור

איך בין דאך אליינס דער עד,
צו מיר אליינס איך רעד,
ווען שוין גוט זיין עס וועט,
זאג איך מיר מוסר

שוין נעכטן אויך געזאגט,
היינט ווידעראמאל עס פלאגט,
באלד ווידער עס טאגט,
וואס וועט דא זיין

נאר אין טיפערע גריבער,
איבער און איבער,
איך קען שוין דעם חיבור,
רצונות פליסן ווי פון א קראן

אלעס אויסקעם-עס,
דאסמאל מיט אן אמת,
יא אן איך נעם-עס,
אפילו עס איז נישט מסתבר

איך וועל דעם שלעכטן ווייזן,
איך וועל אים אויסקרייזן,
זיינע כוחות פארגאזן,
איך בין זיך מתגבר

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג פאברואר 07, 2021 12:35 am

גאר שטארק!! און עכטע גוטע גראמען!
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך Bissli » זונטאג פאברואר 07, 2021 12:59 am

WowoowoowowowoW
אז מ’קען קען מען!
שיינע גראמען פול מיט תוכן!
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
רינדעכיג
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך רינדעכיג » זונטאג פאברואר 07, 2021 1:00 am

פולווער! כשמו כן הוא!
אכלתי יותר מדי...

ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך ווארעמע מעלאנע » זונטאג פאברואר 07, 2021 1:02 am

הערליכע פענע! וואספארא טאלאנט האבן מיר דא!

אוועטאר
פולווער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך פולווער » זונטאג פאברואר 07, 2021 1:45 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:גאר שטארק!! און עכטע גוטע גראמען!



Bissli האט געשריבן:WowoowoowowowoW

רינדעכיג האט געשריבן:פולווער! כשמו כן הוא!


ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:הערליכע פענע! וואספארא טאלאנט האבן מיר דא!


יישר כח מעומקא דליבאי פאר אלע מגיבים,

דאס גיבט די געזאלין (פולווער אין אונזער פאל) צו גיין ווייטער.

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך עומד מן הצד » זונטאג פאברואר 07, 2021 3:04 pm

זייער תוכנ'דיג און הארציג,

יישר כח,

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג פאברואר 07, 2021 3:52 pm

שפראכלאז!

איך האב שוין לאנג נישט געזעהן עפעס וואס קומט אפילו נאנט צו דעם
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
פולווער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך פולווער » זונטאג פאברואר 07, 2021 4:30 pm

עומד מן הצד האט געשריבן:זייער תוכנ'דיג און הארציג,

יישר כח,

ש׳כח

אוועטאר
פולווער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך פולווער » זונטאג פאברואר 07, 2021 4:31 pm

שטומפיג האט געשריבן:שפראכלאז!

איך האב שוין לאנג נישט געזעהן עפעס וואס קומט אפילו נאנט צו דעם

ש׳כח

אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 2:17 pm

Re: רצוננו לראות עליתינו

תגובהדורך אינגערמאנטשיקל » זונטאג פאברואר 07, 2021 4:42 pm

אמאזינג!!!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט