געווינען

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

נאכאמאל צום עמוד גיי איך ארויף,
די פרוכת שוין כמעט פארשוואונדן,
טרוקענע העלצלעך איך נעם צונויף,
די פארלאשענע פייער צוריק אנצינדן,
אבער וואס טוט מען, ווען ס'איז נאס אין הויף?

נאכאמאל איך טו אן מיין אייזן פאנצער,
איינמאל פאר אלעמאל נאר קוועלן,
דאסמאל האף מיין זיג איז א גאנצער,
די ביטערע שדים טאנץ, שוין אפשטעלן,
אבער וואס טו איך, ווען איך בין דער טאנצער?

געווען זיכער דאסמאל וועט זיין גוט,
ווען באשלאסן צו קומען נאכאמאל אהער,
ברענגען פרישע קרעפטן נאך ער טוט,
קיין טראפעלע כח איך האב נישט מער,
פון מיין וואונד, איך פארליר צופיל בלוט,


איז עס פון די שניט, אז עס רעגנט רויט?
צו די האלוצינאציעס איך לאז מיך גיין,
מיין שווערד, קלינגט אין נאמען פון טויט,
אינעם פינסטער'ן שלאכטפעלד אליין,
קיינער איבערגעבליבן צו העלפן אין נויט,
צו וועל איך ביי די ענדע בלייבן שטיין?



אויפאמאל אביסל שטילער געווארן,
פרעמדע גייסטער הויך שטיל שוועבן,
איז דאס מיין זיס אויסלייזער'ס הארן,
זאל איך מיין אלטע ווייסע פאן זיי געבן,
צוגערירט, און פון די רויז געווארן א דארן,

מיין אטעם שווער, אבער דאך עס גייט,
נאך א לאנגע נאכט פון ענדלאזע קריג,
איך קוק ארויף אויבן פארגאפטערהייט,
ווער זאגט איך דארף א פולקאמע זיג,
אפשר די ציל איז אזוי לאנג ווי לעבן גייט,

און ווען מיין נשמה דאס פארשטייט,
די גרויסע מיליטער אוועק מיטן רויך,
יעדע קליינע אויפטו אין הימל שרייט,
מיין פעדעסטאל שטייט פעסט און הויך,
פארן קומענדיגן קאמף שטייף גרייט,


צוביסלעך, די ארון הקודש איבערגעבויט,
איך דארף נישט וויסן אייביג יא צו ניין,
פייער כאפט זיך אן, אינעם נר למאור קנויט,
אינעם שלאכטפעלד אמאל נאך אלץ אליין,
אבער אין מיין זעקל, די גאלדענע ברויט,
מיטן פאנצער ביים עמוד איך וועל בלייבן שטיין.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

נאדיר א גרינע ;l;p-

קיפ עם קאמינג!
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הערליך! "צוגערירט, און פון די רויז געווארן א דארן"...

שרייבן ווייניג, מיט רייכע אינהאלט, ווייזט אז דא איז ריכטיגע סחורה. משנתו קב ונקי.

ווייסטע וועלכע פסוק 'טינט' זאגט סוף שמו"ע? טוֹב מְעַט בִּצְדָקָה מֵרֹב תְּבוּאוֹת בְּלֹא מִשְׁפָּט - בעסער ווייניג און צו דער זאך, ווי איידער אסאך און אין דער וועלט אריין.

אגב, אויך 'טאלאנט' האט דעם זעלבן פסוק...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אוי טאטע איך געב פאר דיר מיין גאנצע הארץ..
Wow wow וואס די טוסט צו מיינע באגראבענע געפילן.. אנריעל!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

הערליך שיין! גענוצט פאר עפעס? (איך האף אזוי!)
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אבער קום אריין אפטער
אגאנצן טאג קוק איך, אפשר האט שוין טינט געשריבן נאך עפעס?
איך ווארט און ווארט און ווען עס קומט האב איך נישט חרטה פארן ווארטן ס’האט זיך נאך אייביג געלוינט!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:הערליך שיין! גענוצט פאר עפעס? (איך האף אזוי!)

צו מהנה זיין אידן, נישט געניג?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

Bissli האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:הערליך שיין! גענוצט פאר עפעס? (איך האף אזוי!)

צו מהנה זיין אידן, נישט געניג?



זעהט אויס עס פאסט אריין אין א ניגון. די נידריגע פעלער 5 שירות און די הויעכע פאל 6.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:הערליך שיין! גענוצט פאר עפעס? (איך האף אזוי!)

צו מהנה זיין אידן, נישט געניג?



זעהט אויס עס פאסט אריין אין א ניגון. די נידריגע פעלער 5 שירות און די הויעכע פאל 6.

וועט דאך זיין א חשש גילו....
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 2:17 pm

Re: געווינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאנטשיקל »

פאזיע פאזיע פאזיע.. לאוו איט...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”