אויך ממש יעצט פאסירט...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

און נאכאמאל האב איך אים באגעגענט,
דאסמאל נישט ס'שנייט, נישט ס'רעגנט,
אבער די הוט זעט פונקטליך אזוי אויס.
זאל איך אים מיטנעמען, בינעך פארלעגנט,
אבער ווען ער קרעכצט אויפן היינטיגן יעגנט,
וויל איך אים נאר זען פון מקוה ארויס,

אויף די באקן קלעבט אים נאך די קושן,
פון די נעגל וואסער פארגעסן זיך צו ווישן,
רינגס ארום די מקווה דרייט זיך,
פרובירט אויף בענק און אויף טישן,
מיטן אינגערמאנטשיקל זיך אריינצומישן,
אריינצוגיין מיט אים ער גרייט זיך,

אויפאמאל באמערקט אז דער שמש קוקט,
צו די ווענדינג מאשין אין די זייט בליקט,
כאילו דארט געוואלט האט פון אנהייב,
שפאצירט אהין, אויפן קנעפל דרוקט,
א פעקעלע שאמפו פאלט ארויס געשיקט,
נו שוין, אביסל אפוואשן זיין מידן לייב,

די ענדע מעשה איז שוין באקאנט,
זיך אריינגעכאפט מיט זיין פלינקע טאלאנט,
צו אויסטון די הויזן די צייט שוין רייף,
א דרשה ער גיבט, גאר אינטערעסאנט,
אינמיטן ווערט שטיל, זיך עפעס דערמאנט,
אוי, כ'אב נאכאמאל פארגעסן אינדרויסן די זייף...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

:lol:
געשמאקע הומאר קענסטו אויך?
כליל המעלות
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

טינט האט געשריבן:אן אלטער הוט א שטאפענע,
העמד, וועסטל, רעקל, אפענע,
א טאשן זייגער ארויס הענגט.
מקוה קארטלעך אפגעלאפענע,
פעקל שליסלען געטראפענע,
פון זיינע הויזן ארויסברענגט,

די בארד האלב אנגעראכטן,
א זיס קנאבעלע פארפלאכטן,
די פיאות פארעמט ווי א קנויט.
די געלע ציצית ווערט באלאכטן,
מיט א קאווע א טונקל געקאכטן,
די באקן פארפלאמט רויט.

אין מקווה פרובירט אריינדרינגען
אבער דער שמש קען נישט זינגען,
און גיבן דריי דאללער בשום פנים.
מיט א בחור'ל נעמט זיך דינגען,
ענדלעך דורך די אייזערנע רינגען,
פריילעך צופרידן בשיר ורננים.

באקוועם טוט זיך אויס ס'רעקל,
הענגט אויף די הוט אויפ'ן העקל,
זינגט זיך אונטער אין גרויסן.
נעמט אפיר דעם פלעסטיק זעקל,
אבער ליידיג איז דער בעקל,
אוי, כ'אב געלאזט די זייף אינדרויסן...


המשך פון דא, פאר ווער ס'האט נישט געלייענט.
איך וואלט געלייגט די לינק, אבער איך קען מיך נישט אזוי אויס מיט די אלע היינטיגע טעכנאלאגיע....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- :grin:

דו ביסט א שטיק טעלנט!!

הערסט נישט אויף צו סופרייזן!!

זה הטינט גדול יהיה!

יישר כוח, ברענג נאך,


(טאמער מעג איך, כ'אב ביי 'זיי' נאכנישט געזעהן אזא טאלאנט)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:

(טאמער מעג איך, כ'אב ביי 'זיי' נאכנישט געזעהן אזא טאלאנט)

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:;l;p- :grin:

דו ביסט א שטיק טעלנט!!

הערסט נישט אויף צו סופרייזן!!

זה הטינט גדול יהיה!

יישר כוח, ברענג נאך,


(טאמער מעג איך, כ'אב ביי 'זיי' נאכנישט געזעהן אזא טאלאנט)

רט 1000 מאל!
ווער ווייסט אפשר הער איך יעדן טאג @טינטס ניגינום?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

מורא׳דיג הרב

טינט כשמו כן הוא, דו ביזט ווי א קעניג אויפן טינט

מיט דיין פעדער גיסט איר אבנארמאלע טינטיגע רעיונות אזוי טאלאנטפול
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אה, איך ליין און וואונדער מיר ווייל איך האב שוין געליינט ענדליכס וועגן די פארלוירענע זייף.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אויך ממש יעצט פאסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

Bissli האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:;l;p- :grin:

דו ביסט א שטיק טעלנט!!

הערסט נישט אויף צו סופרייזן!!

זה הטינט גדול יהיה!

יישר כוח, ברענג נאך,


(טאמער מעג איך, כ'אב ביי 'זיי' נאכנישט געזעהן אזא טאלאנט)

רט 1000 מאל!
ווער ווייסט אפשר הער איך יעדן טאג @טינטס ניגינום?


יו קען נעווער קנאו...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”