בלאט 1 פון 1

געדענק

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2021 4:26 am
דורך טינט
ואסערן בלויע, וועגן גענויע,
שפאצירן די וואלן ביז'ן בארטן,
ווען זיי שטעלן זיך אפ דארטן,
געדענגען זיי די וואלקענעס גרויע?

פייער צינגען, ווארעמקייט זינגען,
אבער אין די איינזאמע שטיין,
אין טונקעל'ן מדבר נאכט אליין,
בענקען זיי ווען די רייב איז געלונגען?

א שיין געדיכט, אין נשמה קריכט,
איז איינער געווען אויפן באן,
ווען דער צובראכענער ארימאן,
געזוכט די ריכטיגע ווארט מיט ליכט?

די האנט האלט, שוואך און אלט,
שמייכלט פון נחת שעפן זיס,
אבער צו ציטערט זיין פיס,
ווייל בלויע נומערן אויף אייביג שפאלט?

Re: געדענק

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2021 3:16 pm
דורך Bissli
יעצט גלייב איך שוין דיין אינטערשריפט!

Re: געדענק

געשריבן: זונטאג ינואר 31, 2021 3:29 pm
דורך Bissli
קוק מיר שוין ארויס פארן לעכטיגן מארגן וואס איר שיין וועט מאכן פארגעסן אלע צער און פיין בב"א

Re: געדענק

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2021 11:35 am
דורך שטומפיג
צו טיף פאר מיר.

Re: געדענק

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:26 pm
דורך טינט
טינט האט געשריבן:ואסערן בלויע, וועגן גענויע,
שפאצירן די וואלן ביז'ן בארטן,
ווען זיי שטעלן זיך אפ דארטן,
געדענגען זיי די וואלקענעס גרויע?

פייער צינגען, ווארעמקייט זינגען,
אבער אין די איינזאמע שטיין,
אין טונקעל'ן מדבר נאכט אליין,
בענקען זיי ווען די רייב איז געלונגען?

א שיין געדיכט, אין נשמה קריכט,
איז איינער געווען אויפן באן,
ווען דער צובראכענער ארימאן,
געזוכט די ריכטיגע ווארט מיט ליכט?

די האנט האלט, שוואך און אלט,
שמייכלט פון נחת שעפן זיס,
אבער צו ציטערט זיין פיס,
ווייל בלויע נומערן אויף אייביג שפאלט?



היינט איז יום השואה, ניין?

Re: געדענק

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 12:12 pm
דורך ענדע צדיק!
א געדאנק צו געדענקען. נייס.