בלאט 1 פון 1

געדענק

געשריבן: זונטאג יאנואר 31, 2021 4:26 am
דורך טינט
ואסערן בלויע, וועגן גענויע,
שפאצירן די וואלן ביז'ן בארטן,
ווען זיי שטעלן זיך אפ דארטן,
געדענגען זיי די וואלקענעס גרויע?

פייער צינגען, ווארעמקייט זינגען,
אבער אין די איינזאמע שטיין,
אין טונקעל'ן מדבר נאכט אליין,
בענקען זיי ווען די רייב איז געלונגען?

א שיין געדיכט, אין נשמה קריכט,
איז איינער געווען אויפן באן,
ווען דער צובראכענער ארימאן,
געזוכט די ריכטיגע ווארט מיט ליכט?

די האנט האלט, שוואך און אלט,
שמייכלט פון נחת שעפן זיס,
אבער צו ציטערט זיין פיס,
ווייל בלויע נומערן אויף אייביג שפאלט?

Re: געדענק

געשריבן: זונטאג יאנואר 31, 2021 3:16 pm
דורך Bissli
יעצט גלייב איך שוין דיין אינטערשריפט!

Re: געדענק

געשריבן: זונטאג יאנואר 31, 2021 3:29 pm
דורך Bissli
קוק מיר שוין ארויס פארן לעכטיגן מארגן וואס איר שיין וועט מאכן פארגעסן אלע צער און פיין בב"א

Re: געדענק

געשריבן: דינסטאג פעברואר 02, 2021 11:35 am
דורך שטומפיג
צו טיף פאר מיר.

Re: געדענק

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:26 pm
דורך טינט
טינט האט געשריבן:ואסערן בלויע, וועגן גענויע,
שפאצירן די וואלן ביז'ן בארטן,
ווען זיי שטעלן זיך אפ דארטן,
געדענגען זיי די וואלקענעס גרויע?

פייער צינגען, ווארעמקייט זינגען,
אבער אין די איינזאמע שטיין,
אין טונקעל'ן מדבר נאכט אליין,
בענקען זיי ווען די רייב איז געלונגען?

א שיין געדיכט, אין נשמה קריכט,
איז איינער געווען אויפן באן,
ווען דער צובראכענער ארימאן,
געזוכט די ריכטיגע ווארט מיט ליכט?

די האנט האלט, שוואך און אלט,
שמייכלט פון נחת שעפן זיס,
אבער צו ציטערט זיין פיס,
ווייל בלויע נומערן אויף אייביג שפאלט?



היינט איז יום השואה, ניין?

Re: געדענק

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 12:12 pm
דורך ענדע צדיק!
א געדאנק צו געדענקען. נייס.

Re: געדענק

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 28, 2022 8:27 pm
דורך טינט
#קיינמאל פארגעס

Re: געדענק

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 28, 2022 8:50 pm
דורך ממה נפשך
טיף

Re: געדענק

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 28, 2022 11:23 pm
דורך Bissli
טינט האט געשריבן:#קיינמאל פארגעס

העי! טינט איז געהעריג דא מיט אונז! כאפטס אים אן שטארק, פאר ער ווערט מיר נאכאמאל פארשווינדן!

Re: געדענק

געשריבן: דינסטאג מאי 03, 2022 6:59 pm
דורך בעקעש טשאבע
כ'הייב אן זיך איינצורעדן אז כ'פארשטיי עס. קורץ און שארף.

Re: געדענק

געשריבן: מיטוואך מאי 04, 2022 12:22 pm
דורך מתמודד
טינט האט געשריבן:#קיינמאל פארגעס

כזע נישט וואס די שוועריקייט צו פארשטיין די פאעזיע.

ער נעמט כל מיני עלעמענטן וואס האבן מיטגעהאלטן אדער אויסגעפעלט ביים וועלט מלחמה און זענען דא היינט און פרעגט זיי צו זיי געדענקען נאך וואס זיי האבן געזען און ווען מהאט זיי געדארפט.

הערליך שיין, מכאפט אפטמאל נישט ווי נאנט מאיז צום קריג, מיר זענען די דור וואס טוישט די האלאקאוסט פון רעאליטעט צו געשיכטע, איך בין מיטגעשווימען מיטן דיכט און אויפגעגעסן איעדעס ווארט.

Re: געדענק

געשריבן: מיטוואך מאי 04, 2022 12:33 pm
דורך היסטאריש
נאכ'ן איבערליינען דריי מאל האבעך ערשט עס אנגעהויבן ליינען..

טינט דאס איז טיף, ברענג נאך אזאנע..!

שכ'ח

Bissli האט געשריבן:יעצט גלייב איך שוין דיין אינטערשריפט!

;l;p-