1000'סטע תגובה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הייליג
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

1000'סטע תגובה

תגובהדורך הייליג » זונטאג ינואר 24, 2021 3:45 pm

בס"ד

א פייגל פליעט אין די הויעך
אירע פליגלען זי צושפרייט
קוקט נישט אויס ווי עס קאסט פיל כח
ווען אין די הימלען עס גייט

פליעט דאס פויגל לאנגע שטרעקעס
מיילן לאנג אן קיין אפשטעל
אונטער איר ווייסע דעקעס
די וואלקענעס ציכטיג און העל

פייגל דארט ביטע זאג מיר
וואס איז די סוד, שטיי איך פארגאפט
וויאזוי מיט א קליינע ריר
באקומסטו אזויפיל קראפט

דו טוסט שוועבן און רייזן
ערטער וואס מיין אויג האט נישט דערגרייכט
פאר מיר טו, דיין מיסטעריע לייזן
און די וועג פאר מיר אויפלייכט

מיט א דינטשיק קול אנהייבן טוט
פון די ווייט די שטימע קומט
מיינסטו טאקע אז מיר איז אלעס גוט
און אלעמאל די אטמאספער שטימט

עס איז דא שווערע ווינטן
שטורעמט און דראעט מיך צו פארלירן
עס קוקט אויס דאן, אז דארט אינטן
וועל איך פיל בעסער שפירן

ווען איך לאנד דא אויפן ערד
בייזע שונאים זיי קומען און קריצן
אפשר איז שוין ענדערש ווערט
אין די קעלט האגל און בליצן

און אויב עס איז שווער די זעלבע ביידע
דאן פארוואס טוה איך אלטס פליען
אינעם נעסט אין מיין געביידע
באשיצט איך בין פון אלע מיען

אבער ווען עס איז נישט לייכט
און די האפענונג באלד פארליר איך
אין מיין געדאנק טיעף איך טראכט
ווען איך קלער אריין, גאר גוט שפיר איך

ווען איך פליע, ווען איך בין אין די הייעך
בשעת'ן וואנדערן צו זוכען שפייז
אזוי דערהויבן און קלאר פארשטיי איך
די גאנצע זאך איז נישט קיין גרייז

וואסערן בערג און טאלן אזוי שיין
ווען איך בין אין מיין נעסט, עס איז פארשטעלט
קוקט אויס ווי א ביימעלע א קליין
אבער באמת איז דאך אזא שיינע וועלט

בשעת'ן פארן און קומען
ווי הערליך איז דאס גאנצע בילד
אויבן דא אלעס טוט אזוי שיין שטימען
מען זעהט בחוש די ליבשאפט אנגעפילט
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך קומט אריין קלאר » זונטאג ינואר 24, 2021 3:47 pm

הערליך שיין wow!

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג ינואר 24, 2021 7:42 pm

הייליג!
א מזל טוב פאר דיין 1000'ער. און שכח פארן עס פייערן מיט אזא שיין שטיקל!
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך פרישע קוגל » זונטאג ינואר 24, 2021 8:02 pm

;l;p-
Wow
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גילו, איך שעם מיך נאר מיט מיין ניק נאמען.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג ינואר 24, 2021 8:53 pm

מזל טוב, און צו דיר: דו קענסט שיין שרייבן גראמען!

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג ינואר 25, 2021 7:18 am

;l;p-
הערליך! הייליג!
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג ינואר 25, 2021 8:27 am

Like

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 25, 2021 3:06 pm

;l;p-

דער רמב״ם שרייבט אנהייב פון זיין ספר ׳אז לא אבוש בהביטי אל כל מצוותיך׳,
אולי כוונתו אז ס׳שטייט דאך אדברה נגד מלכים ולא אבוש, אויף דעם שרייבט ער קענסט זיך קריגן אויף מיר, אבער ווען איז לא אבוש? ווען ס׳איז הביטי אל כל מצוותיך!
ווען מ׳קוקט דעם גאנצען בילד איז אלעס אנדערש, און זאכן פאלן אין פלאץ!
מזה אחד ומזה אחד והיו ידיו אמונה

אוועטאר
רינדעכיג
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: 1000'סטע תגובה

תגובהדורך רינדעכיג » מאנטאג ינואר 25, 2021 3:24 pm

מזל טוב הייליג איז געפלויגן אין די הייך
טויזענט תגובות יעדע איינס איז מען משבח
מיר ווארטן אויף די תגובה אלס שר האלפיים
עס זאל גרינג און שנעל זיך שרייבן פחז כמים
אכלתי יותר מדי...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט