שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 2:17 pm

שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך אינגערמאנטשיקל » פרייטאג ינואר 15, 2021 2:08 pm

בררר... א קעלט א פראסט
איינער אליין פארלאזט
מיין מאנטל איז גארנישט ווערט שוין
מיין ציביסענע שאלקע שטערט שוין

די שנעלע פארבייגייערס זענען פרעמד
מיינע אויגן אין מיין שוך איז פארנעמט
עס רינט אראפ מיין באק שטיקעלעך אייז
מיין האלז איז טריקען פון זיין אזוי נאס

"וואס איז דיין פראבלעם?!"
הער איך א בארבארישע ברום
"גיי אהיים און מאך זיך באקוועם…"
אבער ס'איז עלנד די גאנצע ארום

דער שטילקייט פארשטיל-איך
און איך ענטפער ווי א קליין קינד
"ניין! נאך אפאר מינוט וויל איך"
דער ווידער קול זעצט מיט'ן ווינט

איך מיין איך זעה עס פונדערווייטן
ס'קען זיין ס'איז נאר א העליום בעלאן
אבער נאך איינצילע מינוטן וועט נישט שאטן
"ווארט ווארט! וואס גייט דיך אן?"

איך ווייס אליין ער איז נאכנישט ארויס אויפן וועג
איך ווייס אליין ס'איז א מעשה פון טעג
אבער "וואס וויסטע?! זאג מיר פליז?!"
"זאל איך פשוט אויפהייבן די פיס?"

ענדערש מיין גאנצע נאכט זיין מקטיר
ווי אוועקצוטרייבן דער טראקטאר
מיינע ציינער וועלן צושטעכן מיינע ליפן
אבער אבי נאך אפאר מינוט דא צו שטיפן

יא! אין די טינקל אין די רעגן און אן קיין הענטשיך
יעדע מינוט און יעדע סעקונדע בענטש-איך
טראץ וואס ס'איז נמאס און ס'כאפט א עקל
אבער איך קען סייווי נישט אנטון מיין שיינעם רעקל

איי איי איי... די צייט איז בכלל נישט געפלויגן
אבער פרי פארטאג מאלט א רעגן בויגן
א פארב בערשטל פון זון שטראלן
ווי א בליץ וואס פארבלייבט אויף מיילן

קאלירן וואס איך האב קיינמאל געקענט
די שיין מיינע אויגן פארבלענט
עס מאלעוועט הערליכע בילדער
ס'שרייט א שטילער געפילדער

איך האב געוויסט אז טאג קומט נאך נאכט
אבער אין קיין חלום האב איך נישט געטראכט
אז דער שיינער בילד קען אראפנעמען מיינע גלעזער
אין אויסשפרייטן פארשלאפענע אויגן פון כינעזער

איך קען נישט גלייבן אז איך בין פארבליבן
איך וועל קענען פאר אנדערע איבערגיבן
גוט אז איך בין געבליבען און נישט זיך פאר'נער'ט
אפילו איך האב ניטאמאל אויף דעם געווארט

---

מיין טייערע קינד מיין טייערע נשמה
דו ביסט נישט מיין נחמה
ווייל די אלע יארן וואס איך בין געווען פארצער'ט
ניטאמאל אויף דיר האב איך געווארט

די ביסט אסאך מער
ווי פארווישן מיין טרער
די ביסט די רויטע רויזן אין מיין בוקעט
אונזער אויג אפלען קלעבן ווי מאגנעט

מיינע פאנטאזיעס די זיסטע
מיינע חלומות די וויסטע
האבן דיר נישט פארגעשטעלט קיינמאל
מיין טייער קינד מיין זיסע חיימ'ל

אוועטאר
קליינע טאטע'לע
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 4:36 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך קליינע טאטע'לע » מוצ"ש ינואר 16, 2021 8:40 pm

;l;p-
פאזיע עט איטס פיינעסט!
וואס פאזיע קען טון מיט א מענטש...
@אינגערמאנטשיקל די האסט מיר ממש גערירט...
איך האב געווארט אויף קינדער איך ווייס וואסי מיינט...

טענקס!
משה'לע ביסט נאך צו קליין... אבער טאטי ביסט אויך א קליינע טאטע'לע!

אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 2:17 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך אינגערמאנטשיקל » זונטאג ינואר 17, 2021 2:23 pm

א גרויסען שכוח @קליינע טאטע'לע פאר די פידבעק!
איך אליין קען עס נישט איבערליינען... ס'ברענגט צוריק צופיל הרגשים...

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך מתמודד » מאנטאג ינואר 18, 2021 8:49 am

איך האב נישט געווארט אויף קינדער, אבער נאכן ליינען דיין פאעזיע בין איך שנעל געלאפן אין קינדער צימער באטראכטן מיין מיידעלע מיט גלעזער פון @יונגערמאנטשיקל....
הערליך, טיף און אינספירירנד.
דער עולם קוקט ארויס אויף נאך.
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 2:17 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך אינגערמאנטשיקל » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:56 pm

מתמודד האט געשריבן:איך האב נישט געווארט אויף קינדער, אבער נאכן ליינען דיין פאעזיע בין איך שנעל געלאפן אין קינדער צימער באטראכטן מיין מיידעלע מיט גלעזער פון @יונגערמאנטשיקל....
הערליך, טיף און אינספירירנד.
דער עולם קוקט ארויס אויף נאך.


יאפ... שכוח פאר די פידבעק...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג ינואר 18, 2021 3:05 pm

עמוק עמוק! פאעזיע אויפ'ן העכסטן שטאפל!
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 2:17 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך אינגערמאנטשיקל » דינסטאג ינואר 19, 2021 8:02 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:עמוק עמוק! פאעזיע אויפ'ן העכסטן שטאפל!


יישר כוחכם!!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך עומד מן הצד » מאנטאג ינואר 25, 2021 3:02 pm

הערליך און בארירענד,
א געוואלדיגע טאלאנט, זיי אונז מהנה מיט נאך.

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג ינואר 25, 2021 3:06 pm

ג'מאנטשיקל, זייער שטארק! א פארגעניגן צו ליינען יישר כח

אוועטאר
רינדעכיג
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך רינדעכיג » מאנטאג ינואר 25, 2021 3:07 pm

איך האב געווארט און געווארט
אויף תגובות פון דעם סארט
געטראפן איינס גאר שיין
פון א אינגערמאנטשיקלס געוויין

כה לחי דער פעדער זאל ווייטער פליסן אויף שמחות
אכלתי יותר מדי...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך טינט » מיטוואך ינואר 27, 2021 3:47 pm

איך שעם מיך אביסל, אבער איך פארשטיי נישט די געדאנק.....
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך Bissli » מיטוואך ינואר 27, 2021 4:23 pm

טינט האט געשריבן:איך שעם מיך אביסל, אבער איך פארשטיי נישט די געדאנק.....

ווי איך פארשטיי ברענגט ער ארויס אז ווען מען ווארט אויף עפעס משל’ט מען זיך אויס די שענסטע און בעסטע פון וואס מען קען טראכטן אבער דער אייבעשטער האט אים געשיקט עפעס וואס איז טויזענט מאל מער פון זיינע חלומות, ער האט נישט אויף דעם געווארט נאר אויף עפעס פיל ווייניגער און עס האט זיך געלוינט דאס ווארטן
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 12:04 pm

אהההההההה....
ס'איז הערליך.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: שלום עליכם... איך האב נישט אויף דיך געווארט... (פאזיע)

תגובהדורך קוואל וואסער » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:31 pm

שקויך, יעצט גיליינט, די פאום חוש איז גיוואלטיג רייך דראמאטיש אבער דאס געשיכטע אינטער דעם אפשר מער
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט