בין רצוא לשוב

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

בין רצוא לשוב

תגובהדורך מתמודד » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 4:17 pm

פון שווייס בין איך נאס,
נישט שווארץ און נישט ווייס,
נישט אין שוהל, נישט אין גאס,
נישט איך שלינג נישט איך בייס,

נישט אהין נישט אהער,
נישט גרינג און נישט שווער,
נישט איך טוה, נישט איך קלער,
נישט קיין ציג, נישט קיין בער,

נישט פאר מיר נישט פאר אים,
נישט אנגענעם און נישט שעם,
נישט רירנד און נישט לעהם,
אין א טיי איז דער געים,

נישט אהין, נישט צוריק,
גאנץ אבער פעלט שטיק,
צוזאמען אן א קליק,
רואיג אונטער דרוק,

צווישן הימל און ערד,
נישט ער העלפט, נישט ער שטערט,
נישט באזידלט, נישט פארעהרט,
גאר טייער דאך נישט ווערד,

הלוואי איך זאל זיך האבן גערוקט,
אפילו איין מילימעטער,
אפילו זיך שפירן אינטערדרוקט,
אפילו זיין א פאררעטער,

בעסער ווי זיין אינדערצווישן,
איז סיי וועלכער טריט,
די טרערן איך וואלט געטון אפווישן,
פאר איין אבסאלוטער מינוט.
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך פרינדזשעס.. » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 4:28 pm

ריזיג! ריזיג!
הערליך! הערליך!
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 9:43 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:-( :-(

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך מתמודד » פרייטאג ינואר 08, 2021 8:56 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:-( :-(

א דאנק פאר די אויבערשטע פיר.....וואס איז די פראבלעם אז האסט פארענדיגט מיט אזוינע מיואשדיגע עמאוזשיס?
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך מתמודד » פרייטאג ינואר 08, 2021 8:57 am

פרינדזשעס.. האט געשריבן:ריזיג! ריזיג!
הערליך! הערליך!

דאנקע שעהן....
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » פרייטאג ינואר 08, 2021 1:19 pm

מתמודד האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:-( :-(

א דאנק פאר די אויבערשטע פיר.....וואס איז די פראבלעם אז האסט פארענדיגט מיט אזוינע מיואשדיגע עמאוזשיס?

פשוט צו אויסדרוקן די געפילן בשעת'ן ליינען, און מיטגעפיל צו אייך.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג ינואר 08, 2021 1:29 pm

ווי שרייבט יענער? ריזיג! ריזיג! נאך אזאנס נישט געזען!
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך מתמודד » זונטאג ינואר 10, 2021 9:07 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:-( :-(

א דאנק פאר די אויבערשטע פיר.....וואס איז די פראבלעם אז האסט פארענדיגט מיט אזוינע מיואשדיגע עמאוזשיס?

פשוט צו אויסדרוקן די געפילן בשעת'ן ליינען, און מיטגעפיל צו אייך.

אה...פשוט שלעכט פארשטאנען[סוועט מיר נאך דויערן אביסל צייט ביז איך וועל כאפן די אנליין שפראך....]
באמת לפי ווי איך האב געשריבן איז א מיואשדיגע אימאודשי אויך בעסער פון גארנישט.....
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך מתמודד » זונטאג ינואר 10, 2021 9:08 am

פעיק ניוז האט געשריבן:ווי שרייבט יענער? ריזיג! ריזיג! נאך אזאנס נישט געזען!

סארא קאמפלימענט.....צוויי מאל א דאנק.....
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:08 am

א בחינה ווי בין קודש לחול פון שולי ראנד און אמיר דדון.
הערליך שיין און רייך.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:20 am

איך האב אבער איין פראבלעם.
דו שפירסט אביסל צו סאך צווישן טיפע פאעזיע און קיוט רעפרענצעס
מינינג טו סעי, ס'איז נישט קיין פראבלעם צו שרייבן היינטיג און אמאליג צוזאמען.
אבער ווען מ'רירט א אן האקעלע נושא, און דו וועלסט אויס דיינע ווערטער ארויסצו ברענגען א געוויסע געפיל, און דו ברענגסט אים צו לעבן מיט מחשבה'דיגע אויסדרוקן און מעטעפאר'ס, האלט איך איז אביסל נישט אין פלאץ אריינצו קומען מיט די אנדערע מער פאן 2020 לשונות.
הגם די איידיע איז נאך אלץ געוואלדיג, די פוינט פון די טיי אין די געים איז קומענדיגע שטאפל, און ס'ברענגט די נקודה צום טיש, אבער ס'קלעבט עס עפעס נישט.ַ ווי א בער און א ציג.
עפעס אזוי פיל איך, קען זיין איך בין ראנג, אדרבה, אפשר בין איך שטעקן געבליבן אין מיין טייטש און געפיל אויף וויאזוי צו שרייבן און פארציילן פאעזיע , און ס'איז טאקע צייט ארויסצוקומען,
קען זיין.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:23 am

אבער איך מוז ארויסברענגן, אז ס'קען זיין ס'איז קנאה, און איך האב מורא פאר איינער וואס איז בעסער ווי מיר,וועט אריינקומען און איבערנעמען מיין פלאץ....
ווייל די שטיקל איז הערליך!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ממש א מעסטערפיעס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
גיי אן מתמודד.
ברענג אונז נאך און נאך!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 3:42 am

הערליך! טאלאנטפול!!!

די רמב"ם זאגט מ'זאל אויסוועלן דעם דרך הממוצע... אבער דיין פוינט מאכט עס נישט אוועק..

ברענג נאך!
מפתח 'נאר מיט שמחה' אימעיל: bh3503220@gmail.com

אוועטאר
מתמודד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך מתמודד » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:35 pm

טינט האט געשריבן:איך האב אבער איין פראבלעם.
דו שפירסט אביסל צו סאך צווישן טיפע פאעזיע און קיוט רעפרענצעס
מינינג טו סעי, ס'איז נישט קיין פראבלעם צו שרייבן היינטיג און אמאליג צוזאמען.
אבער ווען מ'רירט א אן האקעלע נושא, און דו וועלסט אויס דיינע ווערטער ארויסצו ברענגען א געוויסע געפיל, און דו ברענגסט אים צו לעבן מיט מחשבה'דיגע אויסדרוקן און מעטעפאר'ס, האלט איך איז אביסל נישט אין פלאץ אריינצו קומען מיט די אנדערע מער פאן 2020 לשונות.
הגם די איידיע איז נאך אלץ געוואלדיג, די פוינט פון די טיי אין די געים איז קומענדיגע שטאפל, און ס'ברענגט די נקודה צום טיש, אבער ס'קלעבט עס עפעס נישט.ַ ווי א בער און א ציג.
עפעס אזוי פיל איך, קען זיין איך בין ראנג, אדרבה, אפשר בין איך שטעקן געבליבן אין מיין טייטש און געפיל אויף וויאזוי צו שרייבן און פארציילן פאעזיע , און ס'איז טאקע צייט ארויסצוקומען,
קען זיין.


קודם כל יישר כח פאר דיינע קאמפלימענטן פון צווישן די שורות...אלע קאמפלימענטן זענען וויכטיג אבער ווען סאיז פון א מייסטער דיכטער וואס איך קוק ארויף טוט עס באמת דערווארעמען דאס הארץ.
יעצט לענינינו...איך האב דיך נישט בעסערס וואס צו ענטפערן חוץ דאס אז די ביסט נישט מער ווי גערעכט...דאס איז א אלטע פראבלעם אין מיינע פאעזיעס אז איך פאל טייל מאל ארויס פונעם נשמה שפראך אריין אין געוויסע הומאריסטישע משלים צו סתם ענגלישע ווערטער וואס נעמען אפטמאל אוועק דעם חן פונעם עצם רעיון וואס איך ציל צו מאטריאליזירן אין ווערטער,
נאר וואס דען?
איז אזוי, איך שרייב שוין פאעזיע פון גאר א יונגן עלטער, און סהאט געדויערט צייט ביז כהאב דערכאפט דעם פארטל, דער קלימאקס פון מיינע פאעזיעס איז געווען אין ישיבה ווי איך פלעג שרייבן גאר אסאך בכמות ובאיכות, ווי מער כהאב געשריבן אלס טיפער בין איך געגאנגען אזש איך דערמאן מיר אז ווען כהאב געשריבן איינע פון מיינע זאכן איבער שמחת תורה אין ווארשע געטא תחת צילו פונעם הייליגן פיאסעצנער-וואס איז אגב איינער פון מיינע גרעסטע השראות-בין איך געזיצן און מעדיטירט אין וואלד פאר איבער זעקס שעה[!] און הערשט דאן זיך גענומען צום עבודת הכתיבה, איך האב עס שוין היינט נישט אבער לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ איז עס ארויס א דבר השלם, דעמאלץ פלעג איך ממש איבערקייען יעדעס ווארט בעפאר עס איז ארויס פונעם פענע, און איינע פון די זאכן וואס איך פלעג טאקע שטארק מקפיד זיין איז געווען טאקע דאס וואס די האסט אויפגעמערקט, איעדע פאעזיע האט זיך געהאט זיין געפיל, און ווערטער וואס נעמען אוועק פון דעם געפיל זענען געווען בבל יראה ובל יכתב.
וואס געשען איז אז מיטן אייבערשטנס הילף האב איך מיר געטראפן מיין באשערטע און חתונה געהאט בסייעתא דשמיא, מיט דעם האבן זיך גענדיגט די צייטן פון זיצן שבעה נקיים אויף יעדן ווארט און ביינעזאם מיין גאנצע שרייבעריי, ווייל אויב קען עס נישט אויסקומען ווי מיין הארץ באגערט איז מיר נישט געווען אינטרעסאנט די גאנצע זאך, דא דארט פלעג איך שרייבן אבער ווייט נישט באופן קבוע ווי אמאל.
למעשה איז עס פארט א טאלאנט וואס איך רעד מיך איין אז איך האב...און סהאט מיר אייביג געשטערט אז חומר בלייבן שטעקן אין קאפ בלי צורה, אבער וואס האט מען געקענט טון... לעצטנס האב איך אפגעמאכט אז איך קען נישט מער האב איך אנגעהויבן טון אזוי, אנשטאט שפענדן א דורכשניט פון א האלבע שעה א שעה פאר אן איינצלנעם פאעזיע האב איך עס געשניטן פאר פינף צען מינוט, איך ווייס נישט וויפיל סדויערט פאר אנדערע צו מאכן אבער למשל "בין רצוא לשוב" האט געדויערט אונטער פינעף מינוט...די סעקונדע סאיז געקומען אורות האב איך גלייך געכאפט דעם פאפיר און אנגעהויבן שרייבן נאך פאר כהאב בכלל געוויסט וואס איך וויל דא ארויסברענגען..."עליה וירידה"[אין היכל הנגינה] האט געדויערט בערך צען מינוט, און נאך פינעף אנדערע זענען אינמיטן די ארבעט וואס און איעדעס עקסטער ליגט נישט קיין סאך צייט בכמות נאר געציילטע דערהויבענע מינוטן, ווען איך ליין עס איבער האב איך גענוג זאכן צו פאררעכטן אבער איך ווייס אז אויב איך לייג מיך אריין אין אזעלכע מצבים וועל איך גאל שנעל פארוואנדלט ווערן אין א אינו מן היושבדיגן טיפ...

אבער כהאב הנאה אז סדא איינער וואס ווייסט כאטשיג ווי אזוי סקומט עכט....און בעזר השם ווען סוועט זיך מאכן מער צייט העמיר פרובירן צו ארויפגיין מדריגות....
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך טינט » זונטאג ינואר 17, 2021 1:12 pm

דו שרייבסט עפעס אנבעליוועבל שיין!!!!!!!!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: בין רצוא לשוב

תגובהדורך בלא בלא בלא » דינסטאג ינואר 26, 2021 12:00 am

שפראכלאז!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט