גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

געמבלער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה

תגובהדורך געמבלער » דינסטאג דעצמבער 08, 2020 9:53 pm

ביטע אריינשטעלן ווי סבלאנגט
בלתי מוגה, פנימי וכו'

הנרות הללו די דאזיגע ליכט
זיי שטייען אין שפיץ פון די שבע ברכות נעכט
אין די קייטן די גאלדענע די פרישסטע רינגעלע
די טייערע חתן כלה

ווען זיי לייגן צוזאמען די שיינע יסודות
על נפלאותיך ועל ניסיך להלל להודות
יעדער קען שוין זייער שבחים צולייגן דארף מען שוין נישט
הנרות הללו קודש

ברענטס לעכטעלך ברענטס
ברענטס וואו שטארק עטץ קענטס
א פייער פון תורה
וואו די שכינה איז שורה
צינדס אן אין ענקער מנורה

ברענטס לעכטעלך ברענטס
ווייזט וואס עטס קענטס
א שטוב שיין און וואויל
א ריינע קריגל אויל
בחותמו של כהן גדול

צו וואונטשן איך נעם די רשות הדיבור
פון טיפן הארץ בשם די גאנצע ציבור
ובאו כל הברכות האלו והשיגוך
בני ברוכי חיי ארוכי ומזוני רוויחי

זוכה זיין צו שיינע ליכטיגע דורות
הערליכע נחת טובים מאורות
אין די דרכים פון די זיידעס די אלע צדיקים
פירותיך מתוקים


ברענטס לעכטעלך און פלאקערטס
אויף לאנגע יארן געזונטע און שטארקע
פרנסה והצלחה
אין ענקער משפחה
אין די פח שמן זאל אריין די ברכה

מיינע ווערטער איך בין מסיים
הננו מוכן ומזומן לקיים
לחיים לחיים
פארן שטוב דעם נייעם
הנרות הללו קודש הם

אוועטאר
אלטער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה

תגובהדורך אלטער » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 9:28 am

זייער שיין.

איז די ווערטער אויף א ניגון?
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 9:35 am

אלטער האט געשריבן:זייער שיין.

איז די ווערטער אויף א ניגון?

קוקט אויס דו קענסט נישט דעם ניגון.

אוועטאר
אלטער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה

תגובהדורך אלטער » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 9:38 am

כ'קען עס טאקע נישט.
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 9:08 pm

מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2020 11:24 am

זייער זייער שיין.
שכח.
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט