די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 2:17 pm

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך אינגערמאנטשיקל » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 2:55 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:גראדע נישט... איך האלט זיך פשוט יעצט אינמיטן אפגעוואוינען... איך רויכער נאך היבש אסאך אבער עס איז שוין אויפן וועג אראפ ב״ה.


יא יא.. כ'קען עס גוט גוט... כ'שרייען עס שוין 7 יאר טאג טעגליך...


יא יא... זאגסטאך גוט...
איך מיין אז איינע פון די גרעסטע סיבות פארוואס מיר קענען נישט אויפהערן איז ווייל מיר ווילן נישט האבן די עטוטוד וואס די עקס-סמאקערס האבן... אויב די פארשטייסט וואס איך מיין ...

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 7:56 am

איך בין גרייט אויפצוהערן, אבער אלס קומט אונטער דער יעניגער וואס באוועגט מיר נישט אויפצוהערן ווייל איך זעה ווי ער קוקט נעבעך אויס...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15488
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מוצ"ש נובעמבער 28, 2020 11:46 pm

טישטוך האט געשריבן:מענטש, צו דיר אצינד זיך איך ווענד
קוקסט מיר אן מיט דיין צומישטער בליק
דיינע לונגען טאקע צוביסלעך איך פארלענד
אבער אינאיינעם דיין ווייטאג אוועק איך שיק

ווען עס עגבערט און נאגט אויפן געדאנקענגאנג
בין איך דיין אויסשליסליכער אונטערלעהנער
ווען דיינע טויערן פארקנאקט נישט קיין חילוק פאר ווי לאנג
הער איך זיך אונטער דיינע פלענער

דורכן פליקן מיין אש דיין ווייטאג אראפטריפן
דורכן ציען דיין אטעם צו דערקוויקן
אויפצוהערן דיין געוויין שטעל איך זיך צווישן דיינע ליפן
און אזוי שפירסטו בעסער אן צו קוקן

דעריבער מאך דיר דיין חשבון איינמאל אבער קלאר
און ווייס עס גוט אינגאנצן
צו ווילסטו לעבן אן מיר ביטערע הונדערט צוואנציג יאר
אדער אפשר איז ענדערש זיסע הונדערט און ניינצן...

:lol:
דו הארגעסט מיין זעלבס שטארקייט! נישט שיין פון דיר...
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך טינט » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 9:54 am

וואו, וואו,
ס'איז הערליך, הערליך, און אזוי אמת, אלס א רויכערער און א פאעזיע שרייבער, גיב איך דיר מיין פערזענליכע שקויעך, און איך האף אז דו וועסט נישט אויפהערן, און אויב דאס איז פון די עשרה ראשונים, קען איך נישט ווארטן אויף ווען דו ברענגסט נאך!!!!!!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך טינט » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 9:56 am

פעיק ניוז האט געשריבן:גוט!! היבש פאעטיש, בעיקר די אנהויב.

לייק פאר'ן קעפל.

מעיבי איים ראנג, אבער איך זעה פאעזיע, ריין גאלדענע פאעזיע אינעם גאנצן ליד,
איך האב זיך באלעקט מיט יעדעס ווארט
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 10:20 am

@אינגערמאנטשיקל, דא ליגט טיפע זאפטיגע טאלאנט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך איינס » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 10:42 am

יעדע בליק באזונדער איז מורא׳דיג!
אבער נאכמער אז איינער קען זעעהן ביידע צדדים! ותוכחת מוסר פארן לעבן בכללות אז ווען יענער האלט אנדערש מוז נישט זיין ער איז ראנג, יתכן ער קוקט פשוט פון די אנדער זייט!
מזה אחד ומזה אחד והיו ידיו אמונה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך דעצמבער 30, 2020 10:56 am

טינט האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:גוט!! היבש פאעטיש, בעיקר די אנהויב.

לייק פאר'ן קעפל.

מעיבי איים ראנג, אבער איך זעה פאעזיע, ריין גאלדענע פאעזיע אינעם גאנצן ליד,
איך האב זיך באלעקט מיט יעדעס ווארט

ביזסט זיכער נישט ראנג. זיכער איז די גאנצע זאך פאעטיש. דער אנהויב איז נאר פיל פיל שטערקער, ממש הערליך זיס! ווי אויך איז די אנהויב מער מיסטיש ווי שפעטער.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך שמארטיקל » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 4:19 pm

היינט שיקט מיר איינער דעם הערליכן שטיקל אויף די טרייפענע וואטסעפפ לצורך פרנסה, ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון אייוועלט אדער פון אינזער אינגערמאנטשיקל...

רבותי, ס'איז נישט קיין יושר! איינער שיקט ארום, טויזענטער אידן שיקן ווייטער, געב כאטש קרעדיט פאר וועם ס'קומט

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר תשעת אלפים
תגובות: 9601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די אנדער זייט פונעם ציגרעטל.... (פאעזיע)

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:12 pm

און נאכדעם זאגט מען אז אלעס וואס שטייט אויף אייוועלט קומט פון וואצעפ.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט