עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך טישטוך » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 8:46 pm

בס"ד

עס איז געווען אמאל מער צוטרוי
און דעריבער האט זיך געפירט אזוי
מאז היתה ישראל לגוי
האט מען פאליטיק פארהאסט, פוי!

היינט איז שוין נייע צייטן
די דורות טוען זיך אלס מער בייטן
און ווען עס קומט א קאנדידאט א צודרייטן
טוט מען זיך צו אים אנגרייטן

עס איז זייער וויכטיג צו וויסן
אז ער האט אנגעהויבן זיין קאנדידאטור היבש פארביסן
גענומען א פאלק און מיט אנגסט און האס צוריסן
און מיט נאציאנאליזם אונז געטאן באגיסן

ער האט אנגעדרייט גאנצע פיר יאר
גענומען מענטשן וואס אינטערסירט זיי נישט קיין האר
אריין אין די נייעס און אין די שטותים ביז גאר
און געלערנט נייע געזעצן וואס מען טאר

אין קאווע שטיבלעך מיט די רמ"ח איברים ושס"ה גידין
האט זיך געיאוועט מיינונגען פארשידן
ווי דעם קעסל האט מען זיך געטאן זידן
ווער עס איז בעסער און טוט מער פאר אידן

ריכטיג ער האט פאר אידן בייגעשטייערט
אבער מען האט אים צופיל פארטייערט
צו פרי האט מען פאר אים געפייערט
און פארגעסן אז גאט איז דער וואס פירט און שייערט

דעריבער קלער איך קען זיין
אז די סיבה וואס ער טוט יעצט גיין
איז ווייל ער האט געשאדט מער ווי געווען פיין
און יעצט פון הימל מען זאגט אים ניין

אידעלעך גרייט אייך מיט פרישע געמיטער
צו א פרימארגן לייכט און שיטער
דער באשעפער צו זיך צוריק ציט-ער
און לייגט אוועק די עצבות און ביטער

לאמיר זיין ווי אברהם אבינו אונזער זיידן
געוואלט ווי מער פונעם גוי זיך שיידן
אינטערסירן וואו מען קען אינוועסטירן אין גן עדן
און נישט וויסן קיין חילוק צווישן טראמפ און ביידן!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 9:08 pm

;l;p-
פרייץ א חלה טאנצט און קוועלט, עס קומט דער תורה אויף דער וועלט.
(ר' יו"ט עהרליך)

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך טישטוך » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 9:22 pm

איך מיין אז די נקודה איז נאכנישט געהעריג בארירט געווארן דא אין אייוועלט.

ביטע האלט אייך נישט אפ פון קאמענטירן.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך ירום הודו » מוצ"ש נובעמבער 07, 2020 9:59 pm

תחילת שבוע שעברה שאלתי דעת תורה לגבי המצב, האם עלינו להתפלל להצלחת טראמפ או אולי עדיף סתם להתפלל למי שגלוי וידוע לפניו שיהא לטובתינו. ענה לי לפענ"ד צריך להתפלל להצלחת טראמפ היות והוא מייצג אלו שרוצים בישוב העולם ונלחם נגד משחיתי העולם.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:51 am

זייער שיין און אמת יעדע ווארט

נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך נחזור לענינינו » זונטאג נובעמבער 08, 2020 12:57 am

יא, פון אסאך חשובע אידן געהערט דעם געדאנק.

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:10 am

שוין גארנישט אזוי שטיל......
חידושים'דיג ארויסגעברענגט די עכטע געדאנק אויף א טישטוכ'דיגן וועג.
שכח!
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך שלמה מולכו » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:14 am

זייער שטארק @טישטוך,

די באשעפער קען פירן די וועלט אפילו ווען טראמפ איז שוין נישט פרעזידענט.

אוועטאר
אלטער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך אלטער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:50 am

זייער שטארק און קלאר די נקודה! מיר אידן דארפן נישט און טארן נישט האבן אזא מיינונג אווי ס'איז יעצט געווען.


מען דארף זיך פארלאזן אויפן אחד יחיד ומיוחד!
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג נובעמבער 08, 2020 2:52 am

הערליך. מיר געהערן נישט צו קיין פארטיי, ביידע אידעאלאגיעס זענען זייער היפוך תורה. לויט אונזערע אינטערעסן און הכרת הטוב גייען מיר שטימען, אבער עס איז בכלל נישט געבונדן צו נארישע גויאישע טעאריעס.
שויתי ה' לנגדי תמיד

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: עד דלא ידע בין טראמפ לביידן

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג נובעמבער 10, 2020 11:59 am

שטארקע קלארע דיבורים הרב @טישטוך! הערליך שיין ארויסגעברענגט!

------
ירום הודו האט געשריבן:תחילת שבוע שעברה שאלתי דעת תורה לגבי המצב, האם עלינו להתפלל להצלחת טראמפ או אולי עדיף סתם להתפלל למי שגלוי וידוע לפניו שיהא לטובתינו. ענה לי לפענ"ד צריך להתפלל להצלחת טראמפ היות והוא מייצג אלו שרוצים בישוב העולם ונלחם נגד משחיתי העולם.

דאס איז געווען נוגע לגבי אונזער השתדלות צו וועלן.
דער אויבערשטער וועט קער נעמען פון זיין וועלטל שלא ירעו ולא ישחיתו.
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט