מ'גייט שטומען
צו באשטומען
ווער ס'זאל באקומען
די קרוין זיך צו בארימען
לאנגע ליניעס ווארטן
מ'טוט זיך נישט אפהאלטן
פון שטיין אין קאלטן
צו די וואלן אנגארטלן
יעדער האט א מיינונג
אינעם היינטיגע ערשיינונג
צו א פארטיי א נייגונג
איך גיי וועלן טראמפ
כ'האב ליב פאמפ
ער פייפט מיט א טראמפ'
ער איז טאקע נישט באזעצן
טיילט רעכטס און לינקס זעצן
און די מאסן אויפצוהעצן
אבער ער איז פריש
ניי צום טיש
דעפלאמאטיע אוועקמיש
איך גיי וועלן ביידן
ער איז טאקע א זיידען
אבער כ'זוך פריידן
כאטש ער קאלעכט
איז ער א פאלעטישין עכט
און הייבט נישט אן קיין געפעכט
דאס איז נישט שלעכט
וואס דארף ער שוין געדענקן
דער עיקר אז געלט ער טוט שענקן
פארשטייטסט די ווינקן
צוויי מענטשן צוויי דעות
נאכאלץ קען זיין ריעות
עס דארף נישט שטערן שלום בית
איך גיין וועלן טראמפ, איך גיי וועלן ביידן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 267
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9971
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: איך גיין וועלן טראמפ, איך גיי וועלן ביידן
זייער שיין!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: איך גיין וועלן טראמפ, איך גיי וועלן ביידן
גם אתה יכול
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר