א סוכה'לע א קליינע

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך טינט » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 8:30 am

א סוכה'לע א קליינע,
מיט ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט,
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר אין סוכה'לע ביינאכט,

מיט גאט זענען מיר איינע,
נאך הייליגע טעג ריינע
ממש מלאכים זיך דאכט,
די זעהל פול און רייך,
מצווה קלה אויך מאך,
קוק ווי די וועלט שיינט און לייכט,

ענני הכבוד שיינע,
שיץ פאר'ן פאלק זיינע,
מיר גייען, אן ווערן אפגעשוואכט,
ביז היינט די זעלבע שפראך,
פון די וועלט צוזאמען לאך,
די סוכה, נאך אלץ שטייט מיט פראכט,

איי סוכה'לע מיינע,
א שותף א פיינע,
צוזאמען מיט מיר אין שלאכט,
יארן און בלוט אסאך,
אבער אלץ די זעלבע זאך
שטייסט שטארק אלע טעג אכט,

אבער טאטע ביני לביני,
די קינדערלעך דיינע,
אין מדבר אין גלות נאך שמאכט,
האלט אונז שוין וואך,
פארצייל והיית אך,
זאג די סוכת שלום שוין געבראכט,
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 9:22 am

א פאעזיע א קליינע
מיט גראמען שיינע
האט זיך טינטעלע געמאכט...
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:23 am

עס איז אזוי צים זאך
ממש זעלטן רייך
אזא שיינע פאעט האט טינט געבראכט..

ייש"כ טינט, ברענג געשווינד, ממש ווי א ווינט, נאך אזאנע סחורה אצינד!
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך ניין און יא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:02 pm

הערליך אז מען קען קען מען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

אור מופלא
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך אור מופלא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:10 pm

זייער זייער שיין.
לויטער טאלאנט.

אוועטאר
אלטער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך אלטער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:14 pm

הערליכע שיינע ארבעט!
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך טינט » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:49 pm

ווילן וויל איך מאכן אויף די קומענדיגע שטיקל אויך, קען איך עס נאר נישט.
קען איינער ביטע אריינקומען מיטן פולן ניגון?
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך טינט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:26 pm

טינט האט געשריבן:ווילן וויל איך מאכן אויף די קומענדיגע שטיקל אויך, קען איך עס נאר נישט.
קען איינער ביטע אריינקומען מיטן פולן ניגון?

באמת, קען איינער, ביטע שיקן דעם פולן ניגון?
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:36 pm

http://www.jyrics.com/lyrics/a-sukkaleh ... %9C%D7%A2/

א סוכה’לע א קליינע
מיט ברעטעלעך געמיינע
,האב איך מיר א סוכה’לע געמאכט
באדעקט דעם דאך
מיט א ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכה’לע ביינאכט

א ווינט א קאלטן
בלאזט דורך די שפאלטן
,עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל
עס איז מיר א חידוש
ווי איך מאך מיר קידוש
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל

צום ערשטן געריכט
מיט א בלאסן געזיכט
,טראגט מיר מיין טאכטער׳ל אריין
זי לייגט עס אוועק
און זאגט מיט גרויס שרעק
טאטע’ניו די סוכה פאלט באלד איין

זיי נישט קיין נער
האב נישט קיין צער
,זאל דיר די סוכה נישט זיין באנג
עס איז שוין גאר
באלד צוויי טויזנט יאר
און די סוכה’לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג

הרחמן
הוא יקים לנו
.את סוכת דוד הנופלת
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט