אין וואלד?

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

אין וואלד?

תגובהדורך טינט » מיטוואך יוני 17, 2020 10:57 am

גיין אין וואלד איז טאקע געוואלדיג,
ווען דו ווייסט, פון וועמען דו לויפסט,
דו פרעגסט, וואו איז די הילף באלדיג,
גיי נישט אין מארק, אויב דו ווייסט נישט מען קויפט,

דו קענס נישט באמת אנקומען, אויב,
דו ווייסט נישט פון וואו ביסט ארויס געפארן,
טרערן, ווייטאג, אש אין שטויב,
אבער אפשר איז היינט ווערד צו שפארן?

שמועסן מיט בלעטעלעך,
ליינען צוריסענע צעטעלעך,
דעם פידל העכערן בעט - וועל - איך,
- אויפהענגען, און זאל ער זינגען מיטן ווינט,

אבער נאך אלע פשטעלעך,
אז הערן ווי מיין נשמה רעדט - וועל - איך,
און אויסשפרייטן מיינע ווייטאגן אויף שפיטאל בעטעלעך,
ביז דערווייל, נאך און נאך הויט זיך שינדט,

...

אבער ווען דערמאנט'סט דיך, ווער הערט,
און ווערט קיינמאל געשטערט,
אפענע פענסטער געמערט,
און ווארט...

קיינער נישט שולדיג,
אז מיין שוואכערע חלק איז ווילדיג,
אבער איך בין נישט אומגעדולדיג,
און ווארט...

צום סוף, איז אלץ דא א גוטע ענדע,
פון ערגעצוואו, געלט פאר די ארענדע,
און אט אט ווערט גרייט צו וואוינען,
די קליינע, אבער שיינע, דירה בתחתונין,


איך קוק נישט אויף די געשפעטעלעך,
עסן ריין הימלדיג ברויט צו די זעט וועל איך,
אין הייליג לאנד רינען האניג מילך און פעטעלעך,
יא, אמאל שווער, אבער דאך א איד!

און יענע ווארימע גלעטעלעך,
גאלדענע ציגל און ברעטעלעך,
דאנקען ווען ער גיט - וועל - איך,
און די סטרונעס וועלן זינגען מיין ליד...
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אין וואלד?

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יוני 17, 2020 9:14 pm

Wow Wow
הפלא ופלא
סאיז נשמה שפראך
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אין וואלד?

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יוני 17, 2020 9:15 pm

We want more
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אין וואלד?

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:09 am

שקויעך! דער עולם רעאגירט לעצטנס נישט אזוי שטארק...
איז יעדע תגובה ממש א וועלט!
ספעציעל פון דיר נייניניא טייערער
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אין וואלד?

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:53 pm

סאיז מיר א חידוש די שוואכע ריאקציע פאר אזאנע סחורה ווי דעיס
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אין וואלד?

תגובהדורך טינט » פרייטאג יוני 19, 2020 9:36 am

ניין און יא האט געשריבן:סאיז מיר א חידוש די שוואכע ריאקציע פאר אזאנע סחורה ווי דעיס

און שקויעך...
ווארימע רייד, געשמאקע קאמפלימענטן, דו ביסט די בעסטע!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אין וואלד?

תגובהדורך Bissli » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:00 pm

Wooof
פארוואס האסטו מיר קיינמאל פארציילט וואס די קענסט???
און בכלל אז עס איז דא אזא אפטיילונג אויף אייוועלט
סיז נישט די ערשטע וואס איך טרעף היינט פון דיר, און אלע איינס ביי איינס האבן מיר איבעראשט!
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
הייליג
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: אין וואלד?

תגובהדורך הייליג » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:19 pm

הערליך הערליך
מען דארף דאס לעזן מער ווי איין מאל צו כאפן די באדייט (אדער די עטליכע באדייטן)
דאס איז א מייסטער ארבעט, א יצירה.
ווען איך זעה "טינט" האט א נייע שטיקל ווייס איך אז עס קומט סחורה, און מען דארף עס ליינען מיט יישוב הדעת
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אין וואלד?

תגובהדורך טינט » מיטוואך ינואר 27, 2021 3:41 pm

Bissli האט געשריבן:Wooof
פארוואס האסטו מיר קיינמאל פארציילט וואס די קענסט???
און בכלל אז עס איז דא אזא אפטיילונג אויף אייוועלט
סיז נישט די ערשטע וואס איך טרעף היינט פון דיר, און אלע איינס ביי איינס האבן מיר איבעראשט!

א גוט יאר טייערער ר' ביסלי, איך אנטשולדיג זיך פארן נישט איינמעלדן פון פריער...
אבער א גרויסן שקויעך!!!!!
מאכסט מער פילן גאר גאר גאר גוט!
און סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאס איז גאנץ א אלטע זאך, וויאזוי און פארוואס ביסטו יעצט אנגעקומען אהער?
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אין וואלד?

תגובהדורך Bissli » מיטוואך ינואר 27, 2021 4:07 pm

טינט האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:Wooof
פארוואס האסטו מיר קיינמאל פארציילט וואס די קענסט???
און בכלל אז עס איז דא אזא אפטיילונג אויף אייוועלט
סיז נישט די ערשטע וואס איך טרעף היינט פון דיר, און אלע איינס ביי איינס האבן מיר איבעראשט!

א גוט יאר טייערער ר' ביסלי, איך אנטשולדיג זיך פארן נישט איינמעלדן פון פריער...
אבער א גרויסן שקויעך!!!!!
מאכסט מער פילן גאר גאר גאר גוט!
און סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאס איז גאנץ א אלטע זאך, וויאזוי און פארוואס ביסטו יעצט אנגעקומען אהער?

וואס זאלעך טון מיין הארץ ציט צו הערצער, איז ער עס געגאנגען זיכן, און יגעתי ומצתי....
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט