א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אפריל 27, 2020 6:24 pm

בס"ד

וועסט זיך קיינמאל אפשיידן
פון אונזערע מעמוארן
דיין לעבן אין ליידן
דיינע טעגליכע געפארן
ביסט געווען אזוי באשיידן
אונז געטאן אפנארן
ארומגעגאנגען ווי אין פריידן
מען זאל נישט וויסן דיינע צער'ן

האסט געשמייכלט תמיד
און געזאגט א גוט ווארט
היינט ברענט די ליכט ביים עמוד
און דיין נאמען שטייט דארט
זיך געמאכט ווי אן איש חמוד
טראץ האסט געליטן פארט
געמיינט ביסט א ביישן ולא למד
אבער צווישן אונז איז דיין ארט

שטיל און אן גערודער
געלעבט אין די וועלט
דעם ביהמ"ד געמאכט מסודר
אן רעכענען געלט
געהאלפן ווי א ברודער
ווי אין אן אייגן געצעלט
עס ציטערט די גלידער
אז דיין אנווענזנהייט פעלט

קיינער זיך אומגעקוקט
אויף דיר אזוי איינזאם
אבער האסט נישט ארויסגעבליקט
געמיינט האסט יא א טעם
יעצט דיין נשמה ארויפגעשיקט
אין די מגיפה בעת זעם
אין דיין ארון דיין גוף ער ליגט
אבער זכור נא הפעם

זיי אונז מוחל אינגאנצן
אויב מיר האבן דיר געשטערט
מיר האבן נישט קיין שאנסן
אבער מיר שטייעו פארטרערט
ווען מיט משיח מיר וועלן טאנצן
און וועסט ארויסקומען פון דער ערד
וועלן מיר דיר זען גלאנצן
אין דיין ריכטיגן ווערד

לע"נ חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אפריל 27, 2020 6:29 pm

ר' יושע העשיל ע"ה איז געווען א באקאנטער געזיכט אין מאנסי, ער האט זיך געדרייט אין שיניאווע, סאטמאר 1, נייטרא, און פריערדיגע יארן אין אבני שלמה זייענדיג משמש הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל ובנו הגה"צ ר' משה יודא שאול מייזעלס זצ"ל.

איך האב אים געטראפן בעפאר פסח (מיט א מאסקע) אין שול, ער האט מיר געזאגט מיט א ווערטל אז קען זיין אז עס איז אים געזונטער אין ביהמ"ד ווי אינדערהיים... עס איז מיר נישט איינגעפאלן אין מיין ווילדסטן חלום אז ער וועט זיין פון די קרבנות.

זאל ער זיין א גוטע מליץ יושר פאר אונז אויבן אין הימל און פועל'ן פאר אונז אלס גוטס, און די מגיפה זאל זיך שוין פון אונז אפטון ווי שנעלער בביאת הגואל אמן.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אפריל 27, 2020 6:48 pm

שכח הרב טישטוך, הארציגע גראמען און אמת יעדעס ווארט.

ממש א נשמה גבוהה אראפגעקומען פאר א פארהוילענע ציל מנפלאות תמים דעות.

געהאט זעלטענע מיוחד'דיגע טאלאנטן, און איבער אלעם זיין שטענדיגע שמייכל און פרישקייט, בזמן וואס יעדער האט געוואוסט ווי שטארק ער האפט פאר א ישועה, אלס געבעטן מ'זאל איהם אינזין האבן, א ריינע תמימות'דיגע אידישע איד.

השי"ת זאל טרייסטן זיין צובראכענע אלמנה, וועלכע איז געשטאנען לימינו אלע יארן אזוי געטריי.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אפריל 27, 2020 7:02 pm

WOW, זייער שיין.
איך האב אים געקענט פון זיינע יארן אין אבני שלמה, אזא חן של אמת געהאט.

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2020 8:34 pm

ייש"כ פאר די אשכול, אמת'דיג א טרער, אזא איש נחמד ונעים הליכות, אייביג צופרידן און מיט א שמייכל, מען האט איהם גערופן רא' חייםן יהושע'לע בלשון חיבה, און געווען באליבט ביי יעדעם, ליב געהאט צו זאגן א גוט ווארט, ווי אויך די ב"ב וואס קומט כסדר אריבער צו מיין ב"ב ווען זיי טרעפן זיך און שמועסן אזוי זיס, אוי אוי, א ריכטיגע פארלוסט פון א לעכטיגער איד.
לייפציק האט געשריבן:לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אפריל 27, 2020 8:37 pm

וויכטיג צו אנמערקן אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק, ביטע צינדן א ליכט און טון א מצוה לזכותו.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך zibala » דינסטאג אפריל 28, 2020 12:22 am

יאפ אזא פריילעכן איידעלע, אויפגערוימט דעם זיידנס בית מדרש מיט אזא נאמנות, און געגאסן פון זיך פאזיטיוויטי, אנגעהאלטן א קשר מיט די געוועזענע אבני שלמה תלמידים, זיך געפרייט צו טרעפן און דערמאנען אמאליקע חסרונות.
אגב ער האט לכאורה געקענט דעם לוח אויסנווייניק, אלץ געוויסט ווען די ימים טובים געפאלן דעי יאר אדער נעקסטע יאר.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך Amazing » דינסטאג אפריל 28, 2020 12:37 am

א בילד?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג אפריל 28, 2020 12:44 am

טישטוך האט געשריבן:בס"ד

וועסט זיך קיינמאל אפשיידן
פון אונזערע מעמוארן
דיין לעבן אין ליידן
דיינע טעגליכע געפארן
ביסט געווען אזוי באשיידן
אונז געטאן אפנארן
ארומגעגאנגען ווי אין פריידן
מען זאל נישט וויסן דיינע צער'ן

האסט געשמייכלט תמיד
און געזאגט א גוט ווארט
היינט ברענט די ליכט ביים עמוד
און דיין נאמען שטייט דארט
זיך געמאכט ווי אן איש חמוד
טראץ האסט געליטן פארט
געמיינט ביסט א ביישן ולא למד
אבער צווישן אונז איז דיין ארט

שטיל און אן גערודער
געלעבט אין די וועלט
דעם ביהמ"ד געמאכט מסודר
אן רעכענען געלט
געהאלפן ווי א ברודער
ווי אין אן אייגן געצעלט
עס ציטערט די גלידער
אז דיין אנווענזנהייט פעלט

קיינער זיך אומגעקוקט
אויף דיר אזוי איינזאם
אבער האסט נישט ארויסגעבליקט
געמיינט האסט יא א טעם
יעצט דיין נשמה ארויפגעשיקט
אין די מגיפה בעת זעם
אין דיין ארון דיין גוף ער ליגט
אבער זכור נא הפעם

זיי אונז מוחל אינגאנצן
אויב מיר האבן דיר געשטערט
מיר האבן נישט קיין שאנסן
אבער מיר שטייעו פארטרערט
ווען מיט משיח מיר וועלן טאנצן
און וועסט ארויסקומען פון דער ערד
וועלן מיר דיר זען גלאנצן
אין דיין ריכטיגן ווערד

לע"נ חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס


WOW WOW
הערליכע גראמען און אזוי גוט ארויס געברענגט דער נפטר !!!וואונדערבארע ארבעט!!!
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אפריל 28, 2020 12:50 am

Amazing האט געשריבן:א בילד?

viewtopic.php?p=2165496#p2165496
בילד

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:18 am

זייער הארציג! יהא זכרו ברוך!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 18274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:25 am

געהאט די זכי' צו קענען דעם איד די לעצטע פאר יאר, זינט איך וואוין אין מאנסי. ער האט זייער ליב געהאט צו דאווענען! פלעגט זיצן מיט עטליכע סארט סידורים, מיט אידיש טייטש און לשון הקודש טייטש, און דאווענען במתינות ממש ווי איינער ציילט געלט. געזעצן אויף איין ארט און געדאווענט צום הייליגן בורא. יהא זכרו ברוך.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:23 am

איך געדענק אז אין די צייט ווען הגה"צ ר' משה יודל מייזעלס זצ"ל איז אוועק און עס איז געווען א שטיקל צומישעניש און קיינער האט נישט געפירט די שול געהעריג, יושע העשיל ע"ה פלעגט אנהייבן די ניגונים ביי של"ס, ער איז געווען א זיסע איד, געווען אויף די וועלט פאר אן אומבאקאנטע סיבה, אבער ער איז זיכער געווען א הויעכע נשמה.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אפריל 28, 2020 1:34 pm

טישטוך, האסט געמאכט א פיינעם דזשאב!
קורץ אבער קלאר, פאעטיש אבער הארציג. ועל כולם, ריכטיג ארויסגעברענגט אלע שטריכן.
יהא זכרו ברוך.
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך אפטרופס » דינסטאג אפריל 28, 2020 2:26 pm

הרב טישטוך, האסט ארויסגעברענגט זייער שטארקע שטריכן פונעם נפטר.
איין זאך האט מען נישט ארויסגעברענגט דאס אז ער פלעגט צוזאמען שטעלן צענדליגע דאלארן פאר צדקה צוועקן, איך ווייס פון א צוועק וואס ער האט לעצטענס געשאפט געלט פאר הכנסת כלה און אוועקגעלייגט, אפילו נאך פאר יענער האט א שידוך געטוהן. והלך לפניך צדקך.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג אפריל 28, 2020 2:32 pm

ליידער גוט געשריבן
יהא זכרו ברוך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 18274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אפריל 28, 2020 2:36 pm

איר דערמאנט מיך טאקע זיין ארומגיין נאך געלט. פלעגט ארומפארן מיט די חשוב'ע אידן וואס גייען פאר כולל אברכים סאטמאר מאנסי, און גיין נאך געלט פאר זיינע צוועקן. איך פלעג זיי טרעפן אין די קאנטרי אום זונטאג.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך geek » דינסטאג אפריל 13, 2021 2:57 pm

היינט נאכט / מארגן איז די ערשטע יארצייט
ביטע טוהן א דבר טוב לעילוי נשמתו

משניות, תהילים, מקוה, צדקה, נר נשמה וכו'

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך קוואל וואסער » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:27 pm

BEN?
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך

אוועטאר
נאכמיטאג
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך נאכמיטאג » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:59 pm

קוואל וואסער האט געשריבן:BEN?

חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך שטומפיג » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:06 pm

נאכמיטאג האט געשריבן:
קוואל וואסער האט געשריבן:BEN?

חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס

א שאד אז איך האב עס פארפאסט.
(איך ווייס אז ס'גייט זיך אנהייבן יעצט א מבול פון "קיינמאל נישט צו שפעט" וכדו')
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך שלמה מולכו » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:17 pm

"קיינמאל נישט צו שפעט"

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

תגובהדורך טינט » מאנטאג אפריל 19, 2021 9:18 pm

א טייערע פאעזיע,
אויף א גאר גאר טייערער איד.
זאל ער מליץ יושר זיין אויבן מיט דעם זיסן שמייכל
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט