בלאט 1 פון 2

א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 6:24 pm
דורך טישטוך
בס"ד

וועסט זיך קיינמאל אפשיידן
פון אונזערע מעמוארן
דיין לעבן אין ליידן
דיינע טעגליכע געפארן
ביסט געווען אזוי באשיידן
אונז געטאן אפנארן
ארומגעגאנגען ווי אין פריידן
מען זאל נישט וויסן דיינע צער'ן

האסט געשמייכלט תמיד
און געזאגט א גוט ווארט
היינט ברענט די ליכט ביים עמוד
און דיין נאמען שטייט דארט
זיך געמאכט ווי אן איש חמוד
טראץ האסט געליטן פארט
געמיינט ביסט א ביישן ולא למד
אבער צווישן אונז איז דיין ארט

שטיל און אן גערודער
געלעבט אין די וועלט
דעם ביהמ"ד געמאכט מסודר
אן רעכענען געלט
געהאלפן ווי א ברודער
ווי אין אן אייגן געצעלט
עס ציטערט די גלידער
אז דיין אנווענזנהייט פעלט

קיינער זיך אומגעקוקט
אויף דיר אזוי איינזאם
אבער האסט נישט ארויסגעבליקט
געמיינט האסט יא א טעם
יעצט דיין נשמה ארויפגעשיקט
אין די מגיפה בעת זעם
אין דיין ארון דיין גוף ער ליגט
אבער זכור נא הפעם

זיי אונז מוחל אינגאנצן
אויב מיר האבן דיר געשטערט
מיר האבן נישט קיין שאנסן
אבער מיר שטייעו פארטרערט
ווען מיט משיח מיר וועלן טאנצן
און וועסט ארויסקומען פון דער ערד
וועלן מיר דיר זען גלאנצן
אין דיין ריכטיגן ווערד

לע"נ חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 6:29 pm
דורך טישטוך
ר' יושע העשיל ע"ה איז געווען א באקאנטער געזיכט אין מאנסי, ער האט זיך געדרייט אין שיניאווע, סאטמאר 1, נייטרא, און פריערדיגע יארן אין אבני שלמה זייענדיג משמש הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל ובנו הגה"צ ר' משה יודא שאול מייזעלס זצ"ל.

איך האב אים געטראפן בעפאר פסח (מיט א מאסקע) אין שול, ער האט מיר געזאגט מיט א ווערטל אז קען זיין אז עס איז אים געזונטער אין ביהמ"ד ווי אינדערהיים... עס איז מיר נישט איינגעפאלן אין מיין ווילדסטן חלום אז ער וועט זיין פון די קרבנות.

זאל ער זיין א גוטע מליץ יושר פאר אונז אויבן אין הימל און פועל'ן פאר אונז אלס גוטס, און די מגיפה זאל זיך שוין פון אונז אפטון ווי שנעלער בביאת הגואל אמן.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 6:48 pm
דורך חושב מחשבות...
שכח הרב טישטוך, הארציגע גראמען און אמת יעדעס ווארט.

ממש א נשמה גבוהה אראפגעקומען פאר א פארהוילענע ציל מנפלאות תמים דעות.

געהאט זעלטענע מיוחד'דיגע טאלאנטן, און איבער אלעם זיין שטענדיגע שמייכל און פרישקייט, בזמן וואס יעדער האט געוואוסט ווי שטארק ער האפט פאר א ישועה, אלס געבעטן מ'זאל איהם אינזין האבן, א ריינע תמימות'דיגע אידישע איד.

השי"ת זאל טרייסטן זיין צובראכענע אלמנה, וועלכע איז געשטאנען לימינו אלע יארן אזוי געטריי.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 7:02 pm
דורך טוב ה' לכל
WOW, זייער שיין.
איך האב אים געקענט פון זיינע יארן אין אבני שלמה, אזא חן של אמת געהאט.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 8:34 pm
דורך געוואלדיג
ייש"כ פאר די אשכול, אמת'דיג א טרער, אזא איש נחמד ונעים הליכות, אייביג צופרידן און מיט א שמייכל, מען האט איהם גערופן רא' חייםן יהושע'לע בלשון חיבה, און געווען באליבט ביי יעדעם, ליב געהאט צו זאגן א גוט ווארט, ווי אויך די ב"ב וואס קומט כסדר אריבער צו מיין ב"ב ווען זיי טרעפן זיך און שמועסן אזוי זיס, אוי אוי, א ריכטיגע פארלוסט פון א לעכטיגער איד.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 8:37 pm
דורך טישטוך
וויכטיג צו אנמערקן אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק, ביטע צינדן א ליכט און טון א מצוה לזכותו.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 12:22 am
דורך zibala
יאפ אזא פריילעכן איידעלע, אויפגערוימט דעם זיידנס בית מדרש מיט אזא נאמנות, און געגאסן פון זיך פאזיטיוויטי, אנגעהאלטן א קשר מיט די געוועזענע אבני שלמה תלמידים, זיך געפרייט צו טרעפן און דערמאנען אמאליקע חסרונות.
אגב ער האט לכאורה געקענט דעם לוח אויסנווייניק, אלץ געוויסט ווען די ימים טובים געפאלן דעי יאר אדער נעקסטע יאר.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 12:37 am
דורך Amazing
א בילד?

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 12:44 am
דורך א גאנץ יאר פרייליך
טישטוך האט געשריבן:בס"ד

וועסט זיך קיינמאל אפשיידן
פון אונזערע מעמוארן
דיין לעבן אין ליידן
דיינע טעגליכע געפארן
ביסט געווען אזוי באשיידן
אונז געטאן אפנארן
ארומגעגאנגען ווי אין פריידן
מען זאל נישט וויסן דיינע צער'ן

האסט געשמייכלט תמיד
און געזאגט א גוט ווארט
היינט ברענט די ליכט ביים עמוד
און דיין נאמען שטייט דארט
זיך געמאכט ווי אן איש חמוד
טראץ האסט געליטן פארט
געמיינט ביסט א ביישן ולא למד
אבער צווישן אונז איז דיין ארט

שטיל און אן גערודער
געלעבט אין די וועלט
דעם ביהמ"ד געמאכט מסודר
אן רעכענען געלט
געהאלפן ווי א ברודער
ווי אין אן אייגן געצעלט
עס ציטערט די גלידער
אז דיין אנווענזנהייט פעלט

קיינער זיך אומגעקוקט
אויף דיר אזוי איינזאם
אבער האסט נישט ארויסגעבליקט
געמיינט האסט יא א טעם
יעצט דיין נשמה ארויפגעשיקט
אין די מגיפה בעת זעם
אין דיין ארון דיין גוף ער ליגט
אבער זכור נא הפעם

זיי אונז מוחל אינגאנצן
אויב מיר האבן דיר געשטערט
מיר האבן נישט קיין שאנסן
אבער מיר שטייעו פארטרערט
ווען מיט משיח מיר וועלן טאנצן
און וועסט ארויסקומען פון דער ערד
וועלן מיר דיר זען גלאנצן
אין דיין ריכטיגן ווערד

לע"נ חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס


WOW WOW
הערליכע גראמען און אזוי גוט ארויס געברענגט דער נפטר !!!וואונדערבארע ארבעט!!!

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 12:50 am
דורך יוראפ
Amazing האט געשריבן:א בילד?

viewtopic.php?p=2165496#p2165496
בילד

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 1:18 am
דורך אלי' מקוה יוד
זייער הארציג! יהא זכרו ברוך!

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 1:25 am
דורך לכאורה
געהאט די זכי' צו קענען דעם איד די לעצטע פאר יאר, זינט איך וואוין אין מאנסי. ער האט זייער ליב געהאט צו דאווענען! פלעגט זיצן מיט עטליכע סארט סידורים, מיט אידיש טייטש און לשון הקודש טייטש, און דאווענען במתינות ממש ווי איינער ציילט געלט. געזעצן אויף איין ארט און געדאווענט צום הייליגן בורא. יהא זכרו ברוך.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 3:23 am
דורך טישטוך
איך געדענק אז אין די צייט ווען הגה"צ ר' משה יודל מייזעלס זצ"ל איז אוועק און עס איז געווען א שטיקל צומישעניש און קיינער האט נישט געפירט די שול געהעריג, יושע העשיל ע"ה פלעגט אנהייבן די ניגונים ביי של"ס, ער איז געווען א זיסע איד, געווען אויף די וועלט פאר אן אומבאקאנטע סיבה, אבער ער איז זיכער געווען א הויעכע נשמה.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 1:34 pm
דורך שטומפיג
טישטוך, האסט געמאכט א פיינעם דזשאב!
קורץ אבער קלאר, פאעטיש אבער הארציג. ועל כולם, ריכטיג ארויסגעברענגט אלע שטריכן.
יהא זכרו ברוך.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:26 pm
דורך אפטרופס
הרב טישטוך, האסט ארויסגעברענגט זייער שטארקע שטריכן פונעם נפטר.
איין זאך האט מען נישט ארויסגעברענגט דאס אז ער פלעגט צוזאמען שטעלן צענדליגע דאלארן פאר צדקה צוועקן, איך ווייס פון א צוועק וואס ער האט לעצטענס געשאפט געלט פאר הכנסת כלה און אוועקגעלייגט, אפילו נאך פאר יענער האט א שידוך געטוהן. והלך לפניך צדקך.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:32 pm
דורך הילולא דצדיקיא
ליידער גוט געשריבן
יהא זכרו ברוך

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:36 pm
דורך לכאורה
איר דערמאנט מיך טאקע זיין ארומגיין נאך געלט. פלעגט ארומפארן מיט די חשוב'ע אידן וואס גייען פאר כולל אברכים סאטמאר מאנסי, און גיין נאך געלט פאר זיינע צוועקן. איך פלעג זיי טרעפן אין די קאנטרי אום זונטאג.

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:57 pm
דורך geek
היינט נאכט / מארגן איז די ערשטע יארצייט
ביטע טוהן א דבר טוב לעילוי נשמתו

משניות, תהילים, מקוה, צדקה, נר נשמה וכו'

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2021 3:27 pm
דורך קוואל וואסער
BEN?

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג אפריל 13, 2021 3:59 pm
דורך נאכמיטאג
קוואל וואסער האט געשריבן:BEN?

חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:06 pm
דורך שטומפיג
נאכמיטאג האט געשריבן:
קוואל וואסער האט געשריבן:BEN?

חיים יושע העשיל ע"ה בן ר' שלמה אליעזר הי"ו מייזעלס

א שאד אז איך האב עס פארפאסט.
(איך ווייס אז ס'גייט זיך אנהייבן יעצט א מבול פון "קיינמאל נישט צו שפעט" וכדו')

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:17 pm
דורך שלמה מולכו
"קיינמאל נישט צו שפעט"

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2021 9:18 pm
דורך טינט
א טייערע פאעזיע,
אויף א גאר גאר טייערער איד.
זאל ער מליץ יושר זיין אויבן מיט דעם זיסן שמייכל

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: מאנטאג מאי 02, 2022 5:15 pm
דורך geek
geek האט געשריבן:היינט נאכט / מארגן איז די יארצייט
ביטע טוהן א דבר טוב לעילוי נשמתו

משניות, תהילים, מקוה, צדקה, נר נשמה וכו'

Re: א טרער אויפן פרישן קבר פון ר' יושע העשיל מייזעלס ע"ה

געשריבן: דינסטאג מאי 03, 2022 2:17 pm
דורך שטומפיג
geek האט געשריבן:
geek האט געשריבן:היינט נאכט / מארגן איז די יארצייט
ביטע טוהן א דבר טוב לעילוי נשמתו

משניות, תהילים, מקוה, צדקה, נר נשמה וכו'

שכח פארן דערמאנען. גיימער טוהן לעילוי נשמתו.