פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג אפריל 19, 2016 8:41 am

בס"ד
ענדליך נאך לאנגע וואכן זיך גרייטן, הנה זה בא
אט האלט מיר שוין ביים געהויבענעם יו"ט און א גיטע שעה
נאך הארעוואניע פון טעג וואכן און שלאפלאזע נעכט
גייט מען שוין לכבוד יו"ט אנצינדן די הייליגע לעכט
די פעדער איז צו ארים אין די פאפיר איז צו קורץ
ארויסצוברענגן די געפילן וואס ליגן טיף און הארץ
געפילן פון שעצונג און אנערקענונג פאר די שווערע מי
אריינצוברענגן דעם יו"ט, און די טאג טעגליכע ווערטשאפט דערצי
עס איז זיכער אז די ארבעט איז נישט גרינג אנגעקומען
אבער און הימל ווי א קרבן אין ביהמ"ק ווערט דאס אנגענומען
חז"ל וואס באלייכטן אונז די וועגן אויף יעדע טריט און שריט
האבן אינז געלערנט ווי אזוי אויסדריקן הכרת הטוב מען טוט
א מתנה איז ביכולת אביסל צו ערפילן דעם גרויסן חוב
זאל דאס זיין א צייכן פון דאנקבארקייט, פון הכרת הטוב
נאר דער רבוש"ע וואס אלעס ווייסט און אלעס ער זעהט
קען און וועט אי"ה ערפילן יעדע בקשה יעדע געבעט
זאלן די אלע זכותים פון ק'ראצן ר'ייבן ש'ארן ק'ערן
פארן באשעפער אין הימל לרחמים אנגענומען ווערן
בזכות זה זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צי די גרויסע ישועה
ווען מיר וועלן זען דעם אייבירשטענס הויז על תלה בנוי'

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:02 am

זייער שיין יחזקאלע!

וואס קויפט מען צו דערמיט?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:46 am

וואס איך האב געקויפט ? מיינד יור אן ביזנעס.... (איך בין נישט חושד אז פרייליך זאל דאס אננעמען צו ערנסט.....) איך האב אין די שנעלעקייט צוזאמגעקלאפט די פאר ווערטער האב איך געקלערט אל תמנע טוב.........

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:17 pm

יישר כח
אויב האסטו עס אויף א פייל וואלט איך מער הנאה געהאט.

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:42 pm

איך האב מיך קיינמאל נישט אויסלערענט ווי אזוי צו עטטשען דא אויפן וועלטל אויב ווילסטו מיר שיקן אן אישי אן אימעיל קען איך דיר עס שיקן און WORD, PDF

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מיטוואך אפריל 20, 2016 4:05 pm

הערליך, יחזקאלע. ממך ילמדו וכן יעשו.

דיין פאעמע איז באמת שיין, איך וויל נאר ארויסברענגען אז אפילו איינער וואס קען נישט שרייבן קיין פאום אדער גראמען קען פונקט אזוי שרייבן אפאר שיינע דאנק ווערטער פאר די ב"ב.
איך, למשל, וואלט אפילו דוקא נישט געשריבן קיין פאעמעס אדער גראמען, ווייל איך וויל עס מאכן ווי מער פערזענליך. דער ציל איז דאך נישט דא צו שרייבן קונצליך און פענסי, נאר גראד פון הארץ ארויס. די הכרת הטוב געפילן זאלן ארויסשרייען די העכסטע מעגליך און זיך הערן אמת'דיג און גאנץ.
דערפאר דארף עס אויך נישט זיין קיין גאנצע מגילה, נאר קורצע שורות, צום פוינט, אז זי זאל דערהערן דעם ריזיגן הויכן יישר כוח און שפירן ווי מער די עכטע אפרישיעישאן, נישט עס זאל פארלוירן ווערן אין א מגילה פון מליצות און פסוקים און וואונטשן.
גאר גוט איז אויב מקען אריינמישן עפעס פערזענליך, עפעס א דעטאל אלס ביישפיל וואס ווייזט אז דו האסט באמערקט ווי שווער יענץ איז איר אנגעקומען, ווי ווייט דו ווייסט און אנערקענסט איר שווערע ארבעט, און דאס וועט געבן דעם בעסטן געפיל אויף וואס מען קוקט ארויס און געבן חיזוק פאר ווייטער.

איין בערך'דיגע דוגמא:

יא, איך ווייס. יא, איך האב געזען.
איך ווייס ווי שווער דו האסט געארבעט. איך האב געזען וויפיל צייט און מי עס האט גענומען צו פסחדיג מאכן. איך ווייס וויפיל כוחות דו האסט אריינגעלייגט. איך האב געזען די אומגעהויערע הארעוואניע דו האסט אריינגעלייגט די גאנצע צייט. איך ווייס וויפיל שעה דו האסט אריינגעלייגט יעדן טאג און וויפיל נעכט נישט געענדיגט פאר חצות. איך ווייס גוט, אז עס קומט בכלל נישט אן גרינג!
מיט די קליינע מתנה'לע וויל איך פרובירן אויסדרוקן מיין הארציגע הכרת הטוב און דאנק געפילן פאר אלעם וואס דו טוסט. כאטש קיין שום מתנה אין דער וועלט קען דאס נישט גענוג באצאלן!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מארטש 24, 2021 8:37 am

באקומען אין אישי
ווי איר זעט איז די מתנה א לייכטער, ווי די ראשי השורות זאגן להדליק נר שבת
זאגט אייער מבינות

ל יכט בענטשן א מצוה אזוי הייליג און טייער
ה שי"ת האט באפוילן די פרוי זאל אנצינדען די פייער
ד י הייליגע מצוה נאר פאר די פרוי געהערט
ל הדליק נר זאל זי זאגן מיט די אויגן פארטרערט
י א, דו פארשטייסט פארוואס מן הסתמא
ק יינער פארשטייט נישט צו בעטן אזוי ווי א מאמע

נ ר ד' נשמת אדם, די ליכט ווייזט דאך אויף די קינדער
ר ב תענוג ונחת זאלן מיר זוכה זיין צו זעהן פון יעדן באזונדער

ש טענדיג הרחבת הדעת מיט סייעתא דשמיא זאל אונז השי"ת געבן
ב נים ובני בנים עוסקים בתורה ומצות זאלן מיר דערלעבן
ת ורה און מצוות זאל אלעמאל זיין זייער שטרעבן
פרעגלט’ס א מצה מאכטס געלט, ס’קומט א חתונה אויף דער וועלט

#קרעדיט@כאנישפאראשעקאאל
אונטער 40 וועט נישט פארשטיין

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך מארטש 24, 2021 9:07 am

זייער רייך

אבער פארוואס זאל זי זיך פרייען דערצו?
ווייל זי האט א געלונגענע מאן?

פרוביר אריינצושמעלצען אפאר דאנק אדער אהבה ווערטער,
וועט זי עפעס האבען דערפון!

ווי @מגיה האט געשריבען, קאפי פעיסטען וואס א צווייטער האט געשריבען,
האט נישט קיין צענטעל די חשיבות,

קלער ווען די באקומסט א בריוועל וואס וואלסטו הנאה געהאט?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך מארטש 24, 2021 9:28 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:באקומען אין אישי
ווי איר זעט איז די מתנה א לייכטער, ווי די ראשי השורות זאגן להדליק נר שבת
זאגט אייער מבינות

ל יכט בענטשן א מצוה אזוי הייליג און טייער
ה שי"ת האט באפוילן די פרוי זאל אנצינדען די פייער
ד י הייליגע מצוה נאר פאר די פרוי געהערט
ל הדליק נר זאל זי זאגן מיט די אויגן פארטרערט
י א, דו פארשטייסט פארוואס מן הסתמא
ק יינער פארשטייט נישט צו בעטן אזוי ווי א מאמע

נ ר ד' נשמת אדם, די ליכט ווייזט דאך אויף די קינדער
ר ב תענוג ונחת זאלן מיר זוכה זיין צו זעהן פון יעדן באזונדער

ש טענדיג הרחבת הדעת מיט סייעתא דשמיא זאל אונז השי"ת געבן
ב נים ובני בנים עוסקים בתורה ומצות זאלן מיר דערלעבן
ת ורה און מצוות זאל אלעמאל זיין זייער שטרעבן

;l;p- זייער תוכנדיג
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך מארטש 24, 2021 9:34 am

זייער שיינע זאכן דא,

כ'האלט יא אז דער וואס קען, און אפי' אביסל, זאל יא שרייבן אין גראמען מיט ר"ת, ווייל ס'ווייזט אז מ'האט אריינגעלייגט אסאך מחשבה דערין, נישט געשריבן איינס צוויי. אבער ס'זאל נישט זיין צו טיף און געפלאכטן, נאר אזוי ווי די אנדערע ברענגען ארויס, ס'זאל זיין פשוט און גלאטיג, ארויס פון הארץ. און אויך ווייל נשים דעתן קלות, נישט אייביג וועלן זיי כאפן דיין טיפקייט...
און דער וואס קעניש, זאל שטייצעך שרייבן פון הארץ ארויס וואס ס'לאטצעך, אזוי ווי מ'האט שוין געשמועסט דא.
מפתח 'נאר מיט שמחה' אימעיל: bh3503220@gmail.com

Ban Mazel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך Ban Mazel » מיטוואך מארטש 24, 2021 10:35 am

פון די אשכל פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

אשמע האט געשריבן:
אשמע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו צו זוכן, אפשר דא וועט מען מיר קענען העלפן

וואס קען מען שרייבן ווען מ'קויפט א לייכטער פאר די ב"ב?

א גוטער איד האט מיר דאס אריינגעשיקט, און איך שטעל עס דא לזיכוי הרבים.
[למעשה קומט די מתנה אויך פון די קינדער (כאטש זיי זענען נאך קליין), דעריבער איז כאילו די קינדער שרייבן עס.]


א מתנה טוען מיר דיר שענקן
מיט א הארץ פול מיט בענקן
עס טוט אויסדרוקן אסאך מער ווי ווערטער
ביטע נעם עס אָן... א זילבערנע לייכטער


ו זכני לגדל בנים, טוסטו אויסגיסן פאר אונז אויס א הייסע תפלה
ז רעא חיא וקיימא, ערליכע קינדער וואס זאלן זיין ראויים לתהלה
כ ל משאלות הלב מיט אלע גוטע השפעות זיך אויסבעטן
נ רות שבת ויו"ט עס אנצוצינדן ווען דו טוסט דערצו צוטרעטן
י עדן איינעם פון אונזער משפחה אינזינען האבן עקסטער
ל אנגע געזונטע יאהרן צו זעהן נחת ביי אונז אויף ווייטער
ג רינג ערציען מיט הרחבת הדעת זאל השי"ת זיין משפיע
ד בקים בה' ומאירים את העולם ווי עס פאסט זיך פאר בני עלי'
ל שנה הבאה בירושלים הבנוי' זאל מיר בקרוב האבן די זכי'

Ban Mazel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך Ban Mazel » מיטוואך מארטש 24, 2021 10:37 am

נאך פון די אשכל
רבי משה האט געשריבן:יישר כוח פאר'ן שיקן באישי

אביסעלע מיינע געפילן צו דיר אויסדריקן
וואס דער רבש"ע האט מיר געטון באגליקן
אשת חיל מי ימצא – אזוי ווי דיר נישטא
געטריי און איבערגעגעבן יעדע שעה
מיט הארץ און לעבן
אלעמאל צו געבן
געזונטע און גליקליכע יארן אינאיינעם
זאל אונז דער רבש"ע ארומרינגלען און באשיינען
עוד ינובון בשיבה ביז 120 יאר
אינאיינעם ווי א גליקליכע פאר

Ban Mazel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך Ban Mazel » מיטוואך מארטש 24, 2021 10:40 am

נאך פון די אשכל
חרוזים האט געשריבן:דאס איז וואס כ'האב היינט געמאכט (לידידי שביקש זאת)

איך שטעל דאס דא לטובת הרבים

(דער יונגערמאן האט געקויפט א זייגער פאר זיין אשת חיל, נאך דעם וואס זי בהעט דאס שוין א לענגערע צייט)


צו מיין חשוב'ע באליבטע אשת חיל און עקרת הבית


אזוי פיל צייט געטוהן הערן נאכאנאנד
ס'פעלט ניייטיג א זייגער אויף מיין האנט
האב איך דערצו געטוהן גלייך לויפן
שנעל געשווינד אין געשעפט צו קויפן
א גוטע זייגער גאנץ א שיינע
וואס איז אויך ברוך ה' א פיינע
מען זאל דאס קענען אלעמאל טראגן
און מער זיך נישט דארפן קיינמאל פלאגן
מען זאל קענען וויסן שטענדיג די צייט
ווי מען שטייט נאר און ווי מען גייט

זאל אונז בענטשן דער גרויסער הייליגער באשעפער
מיר זאלן שטענדיג שטייגן און בליעהן שיין און העכער
לעולמי עד, לאנגע געזונטע יארן פאר אונז ביידע צוזאמען
קענענדיג מגדל זיין די קינדער און זיי האלטן אין די ראמען
ביז מיר וועלן צו די גאולה שלימה שוין אין גיכן זוכה זיין
ווען מיר וועלן קעגן משיח צדקינו טוהן גיין

ווי ס'וואונטשט דיין מאן וואס ליעבט דיר

Ban Mazel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך Ban Mazel » מיטוואך מארטש 24, 2021 10:41 am

נאך
ענדע צדיק! האט געשריבן:די גאלדענע הענ"ט
איבעראל מען דערקענט
די הויז איז צויבער און ציכטיג
אלעס מסודר וואס איז וויכטיג
דו ביסט מיין רעכטע האנ"ט
מיט בינה יתירה – אויסטערלישע פארשטאנד
איך ווייס נישט ווי אזוי דאס אלעס די האסט געקענט
די האסט דאך פארט נאר צוויי הענ"ט?
איך וויל אויסדרוקען מיין דאנק
מיט די קליינע געשאנק
ווער דארף ווערן באעהרט
די "צוויי גאלדענע הענ"ט" זענען עס ווערד

Ban Mazel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך Ban Mazel » מיטוואך מארטש 24, 2021 10:43 am

נאך פון די אשכל לכבוד פסח
msp האט געשריבן:בזכות נשים צדקניות האבען מיר זוכה געווען צו די גאולה
זייער מסירות נפש איז געווען דערפאר די בעסטע סגולה
דאס איז ווייטער אהן געגאנגען אלע דורות אין יעדע קהילה
און דו אויך מאכסט זיכער אלעס זאל קלאפען לכתחילה
מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט ס'איז ראוי לתהילה
וויל איך אין די ווערטער אויסדרוקען מיין הארציגע תפילה
זאל דער הייליגע באשעפער אין הימעל דער נורא עלילה
דיר געבען געזונטע יאהרען צו דערלעבען ונבנתה עיר על תילה

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 24, 2021 11:02 am

און רוב זאכן דא ליגט נישט קיין טראפ געפיל, ס’איז פשוט פארציילט אמת’ע פאקטן אויף א שיינע שרייבערישע וועג, זייער שיין פאר א אויסגאבע אבער פון א מאן צו א ווייב וואלט געדארפט ליגן עפעס מער ווי דעם.
כנלע"ד
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

ואם תאמר
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 4:44 pm

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך ואם תאמר » מיטוואך מארטש 24, 2021 1:59 pm

יחזקאלע האט געשריבן:בס"ד
ענדליך נאך לאנגע וואכן זיך גרייטן, הנה זה בא
אט האלט מיר שוין ביים געהויבענעם יו"ט און א גיטע שעה
נאך הארעוואניע פון טעג וואכן און שלאפלאזע נעכט
גייט מען שוין לכבוד יו"ט אנצינדן די הייליגע לעכט
די פעדער איז צו ארים אין די פאפיר איז צו קורץ
ארויסצוברענגן די געפילן וואס ליגן טיף און הארץ
געפילן פון שעצונג און אנערקענונג פאר די שווערע מי
אריינצוברענגן דעם יו"ט, און די טאג טעגליכע ווערטשאפט דערצי
עס איז זיכער אז די ארבעט איז נישט גרינג אנגעקומען
אבער און הימל ווי א קרבן אין ביהמ"ק ווערט דאס אנגענומען
חז"ל וואס באלייכטן אונז די וועגן אויף יעדע טריט און שריט
האבן אינז געלערנט ווי אזוי אויסדריקן הכרת הטוב מען טוט
א מתנה איז ביכולת אביסל צו ערפילן דעם גרויסן חוב
זאל דאס זיין א צייכן פון דאנקבארקייט, פון הכרת הטוב
נאר דער רבוש"ע וואס אלעס ווייסט און אלעס ער זעהט
קען און וועט אי"ה ערפילן יעדע בקשה יעדע געבעט
זאלן די אלע זכותים פון ק'ראצן ר'ייבן ש'ארן ק'ערן
פארן באשעפער אין הימל לרחמים אנגענומען ווערן
בזכות זה זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צי די גרויסע ישועה
ווען מיר וועלן זען דעם אייבירשטענס הויז על תלה בנוי'


יישר כח.
באארבעט לויט די די אומשטענדען און געשמאק:


ערב חג הפסח, מנחת זכרון לפ"ק
לכבוד עקרת ביתי היקרה והחביבה תחי'

ענדליך נאך לאנגע וואכן און חדשים הנה זה בא,
נאכ'ן ווארטן אזוי לאנג ב"ה אנגעקומען אין א גוטע שעה.
טאקע א חוב אן אלטן שוין א שיינע שטיק צייט,
אבער וואס קען מען טוהן ס'הערשט יעצט געווארן גרייט.
פונקט אין צייט, נאך הארעוואניע פון טעג און נעכט,
ווען מ'גייט שוין אט אט אנצינדן די יום טוב לעכט.
די פעדער איז צו ארים אין די פאפיר איז צו קורץ אפצושאצן,
ארויסברענגען טיפע געפילן פון הארץ אין קורצע זאצן.
געפילן פון שעצונג און אנערקענונג פאר די שווערע מי,
אריינברענגן דעם יו"ט, און די טעגליכע ווירטשאפט דערצו.
איך ווייס אז די ארבעט איז נישט גרינג אנגעקומען,
אבער אין הימל, ווי גאלד דאס ווערט אנגענומען.
א מתנה איז ביכולת אביסל צו ערפילן דעם גרויסן חוב,
א צייכן פון דאנקבארקייט, ארויסווייזן הכרת הטוב.
זאלן די אלע זכותים פון ק'ראצן ש'ווענקן ר'ייבן ק'ערן,
פאר'ן באשעפער אין הימל לרחמים אנגענומען ווערן.
בזכות זה זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צו די גרויסע ישועה,
א-ל בנה, בנה ביתך בקרוב, ועיר האלקים על תלה בנוי-ה.

מרגליות
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:17 pm

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך מרגליות » מיטוואך מארטש 24, 2021 3:04 pm

איך וויל א פאום פאר א חתן בעכער לכ' פסח.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך מארטש 24, 2021 3:11 pm

מרגליות האט געשריבן:איך וויל א פאום פאר א חתן בעכער לכ' פסח.

מער איבער דעם קענסטע טרעפן אינעם באזונדערע'ן אשכול viewtopic.php?t=9296 ומשם תדרשנו
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

למען ידעו
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 6:31 pm

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך למען ידעו » מיטוואך מארטש 24, 2021 3:24 pm

Ban Mazel האט געשריבן:פון די אשכל פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

אשמע האט געשריבן:
אשמע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו צו זוכן, אפשר דא וועט מען מיר קענען העלפן

וואס קען מען שרייבן ווען מ'קויפט א לייכטער פאר די ב"ב?

א גוטער איד האט מיר דאס אריינגעשיקט, און איך שטעל עס דא לזיכוי הרבים.
[למעשה קומט די מתנה אויך פון די קינדער (כאטש זיי זענען נאך קליין), דעריבער איז כאילו די קינדער שרייבן עס.]


א מתנה טוען מיר דיר שענקן
מיט א הארץ פול מיט בענקן
עס טוט אויסדרוקן אסאך מער ווי ווערטער
ביטע נעם עס אָן... א זילבערנע לייכטער


ו זכני לגדל בנים, טוסטו אויסגיסן פאר אונז אויס א הייסע תפלה
ז רעא חיא וקיימא, ערליכע קינדער וואס זאלן זיין ראויים לתהלה
כ ל משאלות הלב מיט אלע גוטע השפעות זיך אויסבעטן
נ רות שבת ויו"ט עס אנצוצינדן ווען דו טוסט דערצו צוטרעטן
י עדן איינעם פון אונזער משפחה אינזינען האבן עקסטער
ל אנגע געזונטע יאהרן צו זעהן נחת ביי אונז אויף ווייטער
ג רינג ערציען מיט הרחבת הדעת זאל השי"ת זיין משפיע
ד בקים בה' ומאירים את העולם ווי עס פאסט זיך פאר בני עלי'
ל שנה הבאה בירושלים הבנוי' זאל מיר בקרוב האבן די זכי'


די פאלגענדע האבן מיר בסייעתא דשמיא געשריבן ווען מיר האבן געקויפט א לייכטער אויף וועלכע מען האט געווארט עטליכע יאר זיך וועלענדיג און ווארטענדיג אויף די ריכטיגע סחורה, ווערענדיג אפגשטופט פון איין פסח צום צווייטען און פון איין געלעגענהייט צום צווייטען און דאן האט מען פליצלונג און א גרינעם דינסטאג געטראפן א גוטן דיעל און איינגעהאנדעלט פון איין רגע אויף די אנדערע אומגערישט ( מערקט א שורה צוויי איבער דעם אינעם פאום וולעכע איר קענט מגיה זיין אויב נויטיג)

נ ר שבת ויום טוב די זכי' ב"ה מיר האבן אזוי שיין צו זיין מכבד באשיינען און באצירן
י ודו לד' חסדו א שבח והדאה פארן רבונו של עולם פארן אונז דאס שענקן און צופירן
ר יקן זאכן ס'טוט זיך נישט אייביג, אבער ווען באשערט, גאר שנעל זאכן טוען זיך דרייען
ו וען ווייט זאכן קוקן אויס א לימוד צו געדענקן אז ישעות ד' אין א רגע כהרף עין
ת למידי חכמים קינדער וועט מען זיין זוכה הרגיל בנר די גמרא זאגט צו אין איז מבטיח
ש בת ביי ליכט בענטשען זיך אויסצובעטן אין פועל'ן אלעס גוטס וועסטו אוודאי זיין מצליח
ב נים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות תלמידי חכמים יראי ד' אידן יראים ושלימים
ת הא השעה הזאת שעת רחמים מיר זאלן זוכה זיין צו אסאך אידיש נחת ביז די הונדרעט אין צוואנציג יאר געזונטערהייט אינאיינעם

אוועטאר
שטומפיג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך מארטש 24, 2021 10:00 pm

זייער שיינע זאכן דא. די עולם קומט אריין מיט שטארקע טאלאנט.
להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד הנכסף ללבנו, כעבד ישאף צל וימנה תמיד מתי יבוא העת הנכסף אליו שיצא לחרות, כי המנין מראה לאדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא.
(ספר החינוך, מצוה ש"ו, ספירת העומר)


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט