בלאט 2 פון 2

געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:04 pm
דורך איסר האטלקי
אין ארץ ישראל און ביי די ליטווישע איז טאקע נישט איינגעפירט צו מאכן א ברכה אויף די וויין וואס די ב"ב און קינדער טרינקן.
אגב, אויף המוציא אז פארהאן די זעלבע קשיא, דארט אבער איז דאכט זיך יא דא א מא"ד אז די לח"מ גייט ארויף אויף די חלות נישט אויף די ברכה, איז עס אביסל לייכטער, הגם נאכנישט מיושב אינגאנצן.

געשריבן: פרייטאג יוני 23, 2017 3:52 pm
דורך פייערמאן
איסר האטלקי האט געשריבן:לערנט מען יעצט וויכטיגע יסודות בהלכות קידוש שבת קודש.

ווייסט איינער פארוואס ביי אונז מאכן די פרויען א בורא פרי הגפן נאך קידוש?
לכאורה ווי עס איז משמע פון די גמ' רשב"ם און תוספות דף ק:, לשיטת רב, ידי קידוש יצאו ידי יין לא יצאו, איז עס א ברכה לבטלה וויבאלד מען איז לכל הדעות יוצא פונעם מקדש.
די וואס פירן זיך אויסצורעדן צווישן קידוש און טרינקן קען מען נאך פארשטיין, וויבאלד טרינקן איז נאר א לכתחילה און מען קען יוצא זיין אן טרינקן אויך, דעריבער רעדט מען צו מאכן א שטיקל הפסק. אבער די וואס זענען "מקפיד" נישט אויסצורעדן, וואס איז פשט פון די ברכה?

ראה במטה אפרים באלף למטה סוף אות ע"ד, למנהגינו דעומדים בשעת קידוש,
ולכן בחנם התרעם על מנהג אביו הגאון ח"צ ז"ל דאף שהיה מקדש להוציא בני ביתו ונתן להם לטעום גם כן מ"מ אפשר שכל אחד היה מברך על הטעימה כמו שהמנהג עתה שהבני בית שטועמין מכוס הקידוש מברכין ברכת היין בפני עצמו.

געשריבן: פרייטאג יוני 23, 2017 4:16 pm
דורך איסר האטלקי
פייערמאן האט געשריבן:ראה במטה אפרים באלף למטה סוף אות ע"ד

ישר כח גדול!!
לויט אים פארשטיי איך אבער נאכאלס נישט די חילוק צווישן דעם מקדש און די ב"ב. פארוואס דארף נישט דער מקדש נאכאמאל מאכן א ברכה אויף די יין שבתוך הסעודה?

געשריבן: פרייטאג יוני 23, 2017 5:32 pm
דורך לעולם
אלף בית האט געשריבן:דו האסט עס זייער גוט ארויס.
יא, ווען אור וועט געניצט אלס א ״פעולה״ איז עס טייטש ליכטיגקייט.
ווען אור ווערט געניצט אלס א ״שם דבר״ איז עס טייטש נאכט.

גוט געזאגט. צוצולייגן א משל:

ר' חיים קאהן איז ל"ע שוין בין המתים.
חיים איז זיין נאמען, אבער נישט זיין משמעות.