חבורת זכרו מסכת מנחות
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7216
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
חבורת זכרו מסכת מנחות
ברוכים הבאים!
אי"ה ג' ואתחנן הבעל"ט הייבט מען אן מסכת מנחות
שוין דא די לוח פאר מסכת מנחות?

- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
חידוש נפלא האט געשריבן:ברוכים הבאים!
אי"ה ג' ואתחנן הבעל"ט הייבט מען אן מסכת מנחות
שוין דא די לוח פאר מסכת מנחות?
- אטעטשמענטס
-
- Liach Zichri Minuches - Sufa Berirah-page-001.jpg (328.69 KiB) געזען 2656 מאל
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
א יאר מיט א טאג, פןן י"ב אב ביז י"ג אב..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
טויזענטער אידן הייבען אן מארגען דינסטאג פרשת ואתחנן צו לערנען מסכת מנחות במסגרת זכרו - ישראל ואורייתא אן עמוד א טאג
כאפט אייך מיט און זייט מסיים אין א יאהר ארום
באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א
https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O

- 412b8046-b179-4108-bc10-20a9952a108d.jpg (74.31 KiB) געזען 2509 מאל
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7216
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
מ'קען אויך באקומען אויף אימעיל?פיצי קעפעלע האט געשריבן:באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א
https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
יא, שיקט אן אימעיל צו [email protected] און שרייבט "Subscribe" אין די סאבזשעקט לייןחידוש נפלא האט געשריבן:מ'קען אויך באקומען אויף אימעיל?פיצי קעפעלע האט געשריבן:באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א
https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7216
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
ייש"כ
מ'קען אויך באקומען פון די אנדערע מגידי שיעורים אדער נאר פון ר' פייוול?

- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3635
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
כדי מען זאל כאפן א בליק און די חומש רשי כפשיטו און פרשת ויקרא איבער אלע סארטן מנחות
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3635
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
זייער שיין פון זיידעניו איבער די מנחות
https://www.ivelt.com/forum/view ... 413#p96981
https://www.ivelt.com/forum/view ... 413#p96981
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
האמיר זיך נעכטן שוין פארגעקוקט און דורכגעלערנט קאפיטל ב אין ויקרא אזוי אויך אפאר פסוקים אין קאפיטל ו כ'האף ס'וועט זיין קלאר.
פון אנהייבן די משנה האב איך געזען אז ס'איז כעין די זעלבע נושא וואס מ'האט געהאט אין זבחים איבער די לשמה שלא לשמה. כ'גלייב ס'גייט זיין גרינגער נאכן דורכאקערן זבחים

חינוך האט געזיגט!
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
כ'האב נישט אין ערגעץ געזען א קלארע הסבר אויף די חילוק צווישן באו להכשיר ולא הכשירו, צו באו לכפר ולא כיפרו. לויט רב. ס'איז באמת פשוט אבער לאמיר זאגן מיין פארשטאנד:
אז די עומר וואס קומט פאקטיש מכשיר זיין עפעס אינעם עולם הגשמי, דהיינו דורך די הקרבה טוישט זיך די סטאטוס פון די חיטים אינעם עולם הגשמי און מ'קען עס שוין עסן די חיטין, און די זעלבע מיט אשם נזיר ואשם מצורע, ביז יעצט האט דער מענטש נישט געמעגט אריינגיין אין ביהמ''ק אבער יעצט נאכן הקרבה קען ער אריינגיין אין ביהמ''ק. און וועגן די סיבה איז נישט שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די גאנצע ציל איז עפעס מכשיר צו זיין דא אינעם עולם הגשמי, אז ער זאל קענען אריינגיין אין ביהמ''ק, און נאכן מיתה איז שוין נישטא וואס מכשיר צו זיין.
ממילא וועגן דעם אויב קען עס נישט טון די פעולה פון מכשיר זיין עפעס בפועל איז אויס קרבן, ווייל גארנישט איז נישט געשען ''למעשה'' דורך די קרבן.
אבער אשם גזילות ואשם מעילות וואס באמת די קרבן טוט נישט גארנישט למעשה בעולם הגשמי. נאר ס'איז מכפר. ס'איז מער א פעולה רוחני וואס געשעהט דורך די קרבן, ס'טוישט נישט גארנישט נאכן כפרה דא אינעם עולם הגשמי. און וועגן די סיבה איז שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די קרבן מיט די כפרה און אן די כפרה איז נישט קיין צו גרויסע חלק אויף למעשה, איז אפילו יעצט איז נישט שייך כפרה לאחר מיתה קען מען עס נאך מקריב זיין.
ממילא אפילו ס'איז לא כיפרו ווערט נישט יעצט די גאנצע קרבן אויס, פסול. ווייל די קרבן וואלט עניוועי גארנישט למעשה אויפגעטון למעשה בפועל נאר א כפרה איז אפילו ס'איז נישט מכפר איז די נישט כפרה נישט אזוי שטארק צו פסל'ן די קרבן.
ס'איז פשוט?
אדער אפשר איז עס פאלטש פשט?

ס'זעט אויס ווי א שיין פשט!
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2425
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
מ'קען נאך ערגעץ באקומען די זכרו מתיבתא גמרא וואס מ'האט געטיילט ביים סיום?
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4313
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
מען האט געטיילט שפה ברורה.אייער_קיכל האט געשריבן:מ'קען נאך ערגעץ באקומען די זכרו מתיבתא גמרא וואס מ'האט געטיילט ביים סיום?
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4313
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...
קען ממש נישט האלטן קאפ.
השם יעזור..
קען ממש נישט האלטן קאפ.
השם יעזור..
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2425
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
יא יא פון דעם רעד איךבלייב געזונט האט געשריבן:מען האט געטיילט שפה ברורה.אייער_קיכל האט געשריבן:מ'קען נאך ערגעץ באקומען די זכרו מתיבתא גמרא וואס מ'האט געטיילט ביים סיום?
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
[quote="פיצי קעפעלע"]טויזענטער אידן הייבען אן מארגען דינסטאג פרשת ואתחנן צו לערנען מסכת מנחות במסגרת זכרו - ישראל ואורייתא אן עמוד א טאג
כאפט אייך מיט און זייט מסיים אין א יאהר ארום
באקומט יעדען טאג אויף וואטסאפפ א געשמאקע שיעור געגעבען דורך הרה"ג ר' פייוויל קליין שליט"א
https://chat.whatsapp.com/FzCe27ZUWL9JGVBrq4ST9O[/quote]

מיר וועלן קעמפן א קעגן די ציניסטישע מדינה מיטן גאנצן כח
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7216
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
אביסל פונעם היינטיגן שיעור
טאמער די צייט וועט ערלויבן וועלן מיר ממשיך זיין ווייטער בעז"ה
(הערות זענען וועלקאם)
איתמר אונז האב מיר געלערנט, מנחה שחסרה א מנחה וואס ס'פעלט פונעם שיעור מעהל [געווענדליך א צענטל פון א איפה], קודם קמיצה נאך פארן מאכן קמיצה, ר' יוחנן אמר ר' יוחנן זאגט, יביא ער קען ברענגן פרישע מעהל, מתוך ביתו פון זיין הויז, וימלאנה און עס אנפילן ביזן שיעור. ריש לקיש אמר ריש לקיש זאגט, לא יביא ער קען נישט ברענגן, מתוך ביתו פון זיין הויז, וימלאנה און עס אנפילן ביזן שיעור.
איז די גמרא מסביר: ר' יוחנן אמר ר' יוחנן זאגט מביא ער קען ברענגן פרישע מעהל, מתוך ביתו פון זיין הויז, וימלאנה און עס אנפילן ביזן שיעור, קמיצה ווייל די קמיצה, קבעה ליה באשטימט עס [איז עס קובע] פאר א קרבן מנחה [ממילא וויבאלד מ'האט נאכנישט געמאכט קיין קמיצה, הייסט עס נאכנישט קיין מנחה, און ס'איז נישט פסול אלס א מנחה שחסרה]. ריש לקיש אמר ריש לקיש זאגט, לא יביא ער קען נישט ברענגן, מתוך ביתו פון זיין הויז, וימלאנה און עס אנפילן ביזן שיעור, קדושת כלי ווייל די קדושה פונעם כלי שרת, קבעה ליה טוט עס באשטימען [קובע זיין] פאר א קרבן מנחה [ממילא וויבאלד די מעהל איז שוין געווען אינעם כלי שרת, איז עס שוין נתקדש געווארן אלס מנחה, און ס'איז פסול אלס א מנחה שחסרה].
איתיביה ר' יוחנן לרשב"ל האט ר' יוחנן א קשיא געפרעגט פון ר' שמעון בן לקיש, אונז האב מיר געלערנט [אין א משנה אין נגעים] חסר הלוג טאמער ס'פעלט פונעם לוג אויל [ביי א מנחת מצורע], אם עד שלא יצק אויב איז עס נאך פארן גיסן אויפן לינקן הענט פונעם כהן, ימלאנו זאל ער עס צוריק אנפילן [זעה מיר פון דעם אז די כלי שרת ווי ס'ליגט די לוג אויל איז נישט מקדש], תיובתא איז די שיטה פון ריש לקיש אפגעפרעגט, און ס'איז א ראי' צו ר' יוחנן.
זאגט רש"י: קמיצה קבעה לה - דכל כמה דלא קמיץ ווייל ווילאנג ער האט נאכנישט געמאכט קיין קמיצה, לא מיקריא מנחה ווערט עס בכלל נישט אנגערופן קיין מנחה, ולא קרינא ביה און אונז רוף מיר נישט אן ביי דעם, מן המנחה [דאס וואס ס'שטייט אין פסוק מן המנחה] אז מ'דארף נעמען קמיצה פון א גאנצע מנחה, פרט לשחסרה ממעט צו זיין טאמער ס'פעלט פון די מנחה, כדמפרש לקמן אזוי ווי די גמרא וועט שפעטער מפרש זיין.
יעצט איז רש"י מסביר: כל לשון קביעות דאמור במנחות יעדע לשון קביעות וואס ס'שטייט ביי מנחות, כלומר מיינט צו זאגן, זקוק זה לזה אז ס'דארף צוקומען איינס צום צווייטן, ואין אתה יכול לשנות קצת ממנו און דו קענסט נישט פארענדערן אביסל פון דעם, להביא אחר תחתיו צו ברענגן אן אנדערע אנשטאטס דעם, לפי שהוקבעו יחד וויבאלד זיי זענען באשטימט געווארן צו זיין אינאיינעם.
קדושת כלי קבעה לה - בשם מיטן נאמען מנחה, וקרינא בה און אונז רוף מיר אן ביי דעם, מן המנחה [דאס וואס ס'שטייט אין פסוק מן המנחה] אז מ'דארף נעמען קמיצה פון א גאנצע מנחה, פרט לשחסרה ממעט צו זיין טאמער ס'פעלט פון די מנחה.
חסר הלוג - שמן של מצורע די [לוג] אויל פון א מצורע [וואס רייניגט זיך], עד שלא יצק ביז ער האט נאכנישט געגאסן, על כפו השמאלית אויף זיין לינקע הענט [פונעם כהן], ימלאנה זאל ער עס צוריק אנפילן, ולא אמרינן און אונז זאג מיר נישט, דקבעה להו לוג אז די לוג אויל האט עס קובע געווען, שהוא כלי שרת וואס דאס [די כלי וואס אנטהאלט א לוג שמן] איז א כלי שרת.

שווערער ווי זבחים?בלייב געזונט האט געשריבן:יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...
קען ממש נישט האלטן קאפ.
השם יעזור..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
https://sellerboard.com/?partner=00529
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
לויט מיין ידיעה, אויב האט מען שוין געלערנט זבחים, דארף מנחות זיין לייכטערפאראויס האט געשריבן:שווערער ווי זבחים?בלייב געזונט האט געשריבן:יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...
קען ממש נישט האלטן קאפ.
השם יעזור..
-
- שר מאה
- תגובות: 234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:54 pm
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
דאס איז די פשט, האסט עס זייער שיין צילייגט, שכחאושפיזין האט געשריבן:כ'האב נישט אין ערגעץ געזען א קלארע הסבר אויף די חילוק צווישן באו להכשיר ולא הכשירו, צו באו לכפר ולא כיפרו. לויט רב. ס'איז באמת פשוט אבער לאמיר זאגן מיין פארשטאנד:
אז די עומר וואס קומט פאקטיש מכשיר זיין עפעס אינעם עולם הגשמי, דהיינו דורך די הקרבה טוישט זיך די סטאטוס פון די חיטים אינעם עולם הגשמי און מ'קען עס שוין עסן די חיטין, און די זעלבע מיט אשם נזיר ואשם מצורע, ביז יעצט האט דער מענטש נישט געמעגט אריינגיין אין ביהמ''ק אבער יעצט נאכן הקרבה קען ער אריינגיין אין ביהמ''ק. און וועגן די סיבה איז נישט שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די גאנצע ציל איז עפעס מכשיר צו זיין דא אינעם עולם הגשמי, אז ער זאל קענען אריינגיין אין ביהמ''ק, און נאכן מיתה איז שוין נישטא וואס מכשיר צו זיין.
ממילא וועגן דעם אויב קען עס נישט טון די פעולה פון מכשיר זיין עפעס בפועל איז אויס קרבן, ווייל גארנישט איז נישט געשען ''למעשה'' דורך די קרבן.
אבער אשם גזילות ואשם מעילות וואס באמת די קרבן טוט נישט גארנישט למעשה בעולם הגשמי. נאר ס'איז מכפר. ס'איז מער א פעולה רוחני וואס געשעהט דורך די קרבן, ס'טוישט נישט גארנישט נאכן כפרה דא אינעם עולם הגשמי. און וועגן די סיבה איז שייך מקריב צו זיין לאחר מיתה ווייל די קרבן מיט די כפרה און אן די כפרה איז נישט קיין צו גרויסע חלק אויף למעשה, איז אפילו יעצט איז נישט שייך כפרה לאחר מיתה קען מען עס נאך מקריב זיין.
ממילא אפילו ס'איז לא כיפרו ווערט נישט יעצט די גאנצע קרבן אויס, פסול. ווייל די קרבן וואלט עניוועי גארנישט למעשה אויפגעטון למעשה בפועל נאר א כפרה איז אפילו ס'איז נישט מכפר איז די נישט כפרה נישט אזוי שטארק צו פסל'ן די קרבן.
ס'איז פשוט?
אדער אפשר איז עס פאלטש פשט?
-
- שר מאה
- תגובות: 234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:54 pm
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
גאמלא לנו האט געשריבן:לויט מיין ידיעה, אויב האט מען שוין געלערנט זבחים, דארף מנחות זיין לייכטערפאראויס האט געשריבן:שווערער ווי זבחים?בלייב געזונט האט געשריבן:יויש בין איך צומישט פון דעם מסכת...
קען ממש נישט האלטן קאפ.
השם יעזור..
Re: חבורת זכרו מסכת מנחות
באקומען יעצט דעם טעקסט, ס'איז א מוראדיגע איידיע אריינצושלעפן ווי מער צום בחינה
''טייערע חבר חבורת זכרו, אלס אן אקטיווע לומד און אונזער הייליגע חבורה ווילן מיר אייך פערזענדליך איינלאדענען אנטיילצונעמען ביי די ערשטע בחינה אין מס' מנחות, וואס קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג. אויב שפירט איר אז עס איז אייך שווער צו שרייבן האבן מיר ספעציעל צוגעשטעלט די נייע מוילטיפל טשויס בחינה, ווי איר דארפט בלויז אנצייכענען אויף די ריכטיגע תשובה,און איר וועט שפירן דעם זיסן טעם פון שמחה לאיש במענה פיו,נוצט אויס די קומענדיגע טעג צו חזר'ן די בלעטער צו זיין גרייט, הצלחה רבה''