חידות וידיעות בדפי השיעור - מס' ראש השנה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
חידות וידיעות בדפי השיעור - מס' ראש השנה
חידה: איבער וועלכע זאך פון די וואכעדיגע סדרה (פרשת מקץ) האבן מיר געלערנט אין מס' ר"ה אין די בלעטער ביז אהער (עד דף ט"ז)?
סאדע_באטל האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:חידה: איבער וועלכע זאך פון די וואכעדיגע סדרה (פרשת מקץ) האבן מיר געלערנט אין מס' ר"ה אין די בלעטער ביז אהער (עד דף ט"ז)?
יוסף יצא מבית האסורים בר"ה
שלום עליכם ר' סעדי', ברוך שובך לברכה.
ריכטיג, וירוצוהו מן הבור איז געווען ראש השנה, עדות ביהוסף שמו בצאתו על ארץ מצרים.
ידיעות מסכת ראש השנה
אן אינטערסאנטע אויסדרוק פון רש"י אויף די חנוכה טעג וואו מיר האלטען יעצט. אויף דף יח: בד"ה דמפרסם ניסא, כבר הוא גלוי לכל ישראל ע"י שנהגו בו המצות 'והחזיקו בו כשל תורה' ולא נכון לבטלו.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
yahoo האט געשריבן:אן אינטערסאנטע אויסדרוק פון רש"י אויף די חנוכה טעג וואו מיר האלטען יעצט. אויף דף יח: בד"ה דמפרסם ניסא, כבר הוא גלוי לכל ישראל ע"י שנהגו בו המצות 'והחזיקו בו כשל תורה' ולא נכון לבטלו.
אנדערש ווי דער הייליגער בני יששכר ברענגט פונעם רוקח אז חנוכה איז א דאוריתא.
בכלל, חנוכה ווערט דאך נישט צופיל מאל דערמאנט אין די גמרא און יעצט ווען מ'לערט ר"ה אין חנוכה ווערט דערמאנט חנוכה, גארנישט איז נישט קיין פערצופאל!
אז מ'רעדט שוין איבער עניני חנוכה מיט מסכת ראש השנה, בדף יג. רעדט די גמרא ארום איבער די עומר שהקריבו ישראל כשנכנסו לארץ, פון וואנעט זיי האבן גענומען די גערשטן דערצו אמער זיי זענען דאך הערשט אריינגעקומען בי' ניסן און ביז אפאר טאג האבן זיי שוין מקריב געווען מעומר הבא מן החדש, פרעגט דער ר"ן אויפן פלאץ אז דער עומר איז דאך כשר בדיעבד אויך פון תבואה פון עבר הירדן, נו אפשר האבן זיי מיטגבעברענגט די תבואה פון יענע זייט?
ענטפערט דער ר"ן אז וויבאלד מעיקר המצווה ברויך דער עומר קומען מיהודא, איז נישט מסתבר אז דער 'ערשטער' עומר וואס די אידן האבן מקריב געווען על אדמתם אין ארץ ישראל, זאל נאר זיין א בדיעבד'דיגער, און די גמרא האט עס געהאלטן פאר א פשטות אז זיי האבן געהאט לכתחלה'דיגע תבואה פארן עומר הראשון.
דעם ר"ן ברענגט דער גאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל אין זיינע הגהות גליוני הש"ס אויף מס' שבת ביי די גמרא פון חנוכה, צו פארענטפערן די באקאנטע קשיא פון פני יהושע, פארוואס עס האט אויסגעפעלט די נס חנוכה, לכאורה איז דאך טומאה הותרה להדלקת המנורה מדין טומאה הותרה בציבור, נאר זאגט רבי יוסף ענגיל, אז עס איז דאך מבואר אז נאכדעם וואס די יוונים האבן מטמא געווען דעם היכל און מ'האט א לאנגע תקופה ליידער נישט געטאן די עבודה בבית המקדש, האבן די חשמונאים פריש מחנך געווען די מקדש וכליו, און די דעמאלסדיגע הדלקת המנורה איז געווען אן עניון פון 'חנוכת המנורה' פון פריש, ממילא פאסט נישט אז דאס זאל זיין מיט בדיעבד'דיגע שמן וואס איז נאר הותרה בדיעבד, וכדברי הר"ן אז פאר ערשטמאליגע עבודות דארף מען א לכתחלה ודו"ק ודפח"ח ( ער שטעלט דארט צו נאך ענדליכע מ"מ אז ביים ערשטן מאל דארף עס זיין במדריגה ראשונה).
אינטערעסאנט איז אז רבי שלמה קלוגער זצ"ל אין הגהות חכמת שלמה אויף שו"ע אין הל' חנוכה זאגט דעם זעלבן תירוץ, אבער ער ברענגט נישט די ראיה.

-
- שר העשר
- תגובות: 43
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:02 am
שמעלקא טויב האט געשריבן:yahoo האט געשריבן:אן אינטערסאנטע אויסדרוק פון רש"י אויף די חנוכה טעג וואו מיר האלטען יעצט. אויף דף יח: בד"ה דמפרסם ניסא, כבר הוא גלוי לכל ישראל ע"י שנהגו בו המצות 'והחזיקו בו כשל תורה' ולא נכון לבטלו.
אנדערש ווי דער הייליגער בני יששכר ברענגט פונעם רוקח אז חנוכה איז א דאוריתא.
בכלל, חנוכה ווערט דאך נישט צופיל מאל דערמאנט אין די גמרא און יעצט ווען מ'לערט ר"ה אין חנוכה ווערט דערמאנט חנוכה, גארנישט איז נישט קיין פערצופאל!
אז חנוכה איז בלויז מדרבנן איז א בפירוש'ע גמ' שבת כ"ג (אדער כ"ד) ע"א עיי"ש
בדרך אגב, לויט די קליינע תוס' ר"ה י"ח ע"ב (די לעצטע תוס') איז דאכצעך פארענטפערט די באקאנטע בית יוסף'ס קושיא.
חיים האמבורג האט געשריבן:בדרך אגב, לויט די קליינע תוס' ר"ה י"ח ע"ב (די לעצטע תוס') איז דאכצעך פארענטפערט די באקאנטע בית יוסף'ס קושיא.
איך זעה נישט וויאזוי עס ווערט פארענטפערט, תוס' זאגט נאר אז אפי' ס'איז נישט קיין 'יום טוב' האט מען געצונדען נרות זכר לנס, די קשיא פון בית יוסף איז נאך אלץ שווער וואס עפעס צונדען אכט טעג זכר לנס אויב די נס איז נאר געווען זיבן טעג
-
- שר העשר
- תגובות: 43
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:02 am
yahoo האט געשריבן:חיים האמבורג האט געשריבן:בדרך אגב, לויט די קליינע תוס' ר"ה י"ח ע"ב (די לעצטע תוס') איז דאכצעך פארענטפערט די באקאנטע בית יוסף'ס קושיא.
איך זעה נישט וויאזוי עס ווערט פארענטפערט, תוס' זאגט נאר אז אפי' ס'איז נישט קיין 'יום טוב' האט מען געצונדען נרות זכר לנס, די קשיא פון בית יוסף איז נאך אלץ שווער וואס עפעס צונדען אכט טעג זכר לנס אויב די נס איז נאר געווען זיבן טעג
אויב האט מען ארויסגעשיקט שלוחים הגם ס'איז נישט קיין יו"ט, בלויז צוליב'ן "זכר" לנס, איז גאנץ פארשטענדליך וואס מען האט מתקן געווען אכט טעג "זכר" לנס.
איך פארשטיי נישט וואספארא שייכות איינס האט מיטען צווייטען (סארי)
מ'מאכט א זכר צו א נס דעמאלטס ווען די נס איז געשען, איז אויב די נס איז געווען 7 טעג מאכט מען א זכר 7 טעג און נישט 8
די איינציגסטע זאך וואס תוס' זאגט דא איז אז אפילו ס'נישט קיין יו"ט האט מען נאך אלץ ארויסגעשיקט שלוחים צוליב'ן צונדען מנורה זכר לנס, ס'טוישט אבער נישט די הנחה אז מ'דארף נאר צונדען דעמאלטס ווען די נס איז פארגעקומען.
מ'מאכט א זכר צו א נס דעמאלטס ווען די נס איז געשען, איז אויב די נס איז געווען 7 טעג מאכט מען א זכר 7 טעג און נישט 8
די איינציגסטע זאך וואס תוס' זאגט דא איז אז אפילו ס'נישט קיין יו"ט האט מען נאך אלץ ארויסגעשיקט שלוחים צוליב'ן צונדען מנורה זכר לנס, ס'טוישט אבער נישט די הנחה אז מ'דארף נאר צונדען דעמאלטס ווען די נס איז פארגעקומען.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין איבער עניני חנוכה מיט מסכת ראש השנה, בדף יג. רעדט די גמרא ארום איבער די עומר שהקריבו ישראל כשנכנסו לארץ, פון וואנעט זיי האבן גענומען די גערשטן דערצו אמער זיי זענען דאך הערשט אריינגעקומען בי' ניסן און ביז אפאר טאג האבן זיי שוין מקריב געווען מעומר הבא מן החדש, פרעגט דער ר"ן אויפן פלאץ אז דער עומר איז דאך כשר בדיעבד אויך פון תבואה פון עבר הירדן, נו אפשר האבן זיי מיטגבעברענגט די תבואה פון יענע זייט?
ענטפערט דער ר"ן אז וויבאלד מעיקר המצווה ברויך דער עומר קומען מיהודא, איז נישט מסתבר אז דער 'ערשטער' עומר וואס די אידן האבן מקריב געווען על אדמתם אין ארץ ישראל, זאל נאר זיין א בדיעבד'דיגער, און די גמרא האט עס געהאלטן פאר א פשטות אז זיי האבן געהאט לכתחלה'דיגע תבואה פארן עומר הראשון.
דעם ר"ן ברענגט דער גאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל אין זיינע הגהות גליוני הש"ס אויף מס' שבת ביי די גמרא פון חנוכה, צו פארענטפערן די באקאנטע קשיא פון פני יהושע, פארוואס עס האט אויסגעפעלט די נס חנוכה, לכאורה איז דאך טומאה הותרה להדלקת המנורה מדין טומאה הותרה בציבור, נאר זאגט רבי יוסף ענגיל, אז עס איז דאך מבואר אז נאכדעם וואס די יוונים האבן מטמא געווען דעם היכל און מ'האט א לאנגע תקופה ליידער נישט געטאן די עבודה בבית המקדש, האבן די חשמונאים פריש מחנך געווען די מקדש וכליו, און די דעמאלסדיגע הדלקת המנורה איז געווען אן עניון פון 'חנוכת המנורה' פון פריש, ממילא פאסט נישט אז דאס זאל זיין מיט בדיעבד'דיגע שמן וואס איז נאר הותרה בדיעבד, וכדברי הר"ן אז פאר ערשטמאליגע עבודות דארף מען א לכתחלה ודו"ק ודפח"ח ( ער שטעלט דארט צו נאך ענדליכע מ"מ אז ביים ערשטן מאל דארף עס זיין במדריגה ראשונה).
אינטערעסאנט איז אז רבי שלמה קלוגער זצ"ל אין הגהות חכמת שלמה אויף שו"ע אין הל' חנוכה זאגט דעם זעלבן תירוץ, אבער ער ברענגט נישט די ראיה.
גאר שיין!
ס'דא נאך א קשיא וואס מ'פרעגט פון וואו האט מען גענומען מצה די ערשטע פסח, חדש אידאך געווען אסור?
ס'דא וואס ווילן זאגן אז מ'האט נאך געהאט פונעם מן און אין ירושלמי ענטפערט מען אז די עשה פון אכילת מצה איז דוחה די לא תעשה פון חדש. אויף דעם פרעגט דער חידושי הרי"ם אז ס'איז נישט מעגליך מצמצם צו זיין א שיעור כזית, און אויב מ'עסט ווייניגער איז מען דאך נישט יוצא די מצוה איז מען עובר אויף איסור חדש, און פאר יעדע טראפ מער וואס מ'עסט איז מען דאך שוין ווייטער עובר אויף חדש.
כ'געדענק נישט דעם תירוץ, ס'איז דא אסאך תירוצים, כ"ק מרן שליט"א (מהר"א) פילעוועט ארום דערמיט שבת הגדול ביי די סוגיא.
אין די גמ' בדף יח: דערציילט די גמרא אז נאך די נצחון המלחמה פון בית חשמונאי פלעגט מען שרייבן אין די שטרות בשנת כך ליוחנן כהן גדול לקל עליון, זאגט דער מהרש"א אז לכאורה אנהייב מס' האמיר דאך געלערנט אז משרייבט די מלכים אין די שטרות, נאר דעמאלס איז געווען מלכות בית חשמונאי ווען דער כהן גדול האט אויך משמש געווען אלס מלך, און יוחנן כהן גדול איז אויך ינאי המלך עיי"ש.
למעשה איז דא אן אריכות אין די ספרי סדרי הדורות דערוועגן, ווייל מיר זאגן דאך בימי מתתיהו בן יוחנן כה"ג, הייסט דאס אז דער נצחון המלחמה איז שוין געווען נאך די צייטן פון יוחנן כה"ג.

- שר האלף
- תגובות: 1162
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am
ס'איז געווען נאך יוחנן כהן גדול, יוחנן הורקנוס, ער האט אויך געהייסן יוחנן כהן גדול. און איז געווען פון די מלכי חשמונאים. אויף דעם וואס די גמרא זאגט יוחנן כהן גדול איז געווארן א צדוקי איז נישט קלאר צי מ'מיינט אביו של מתתי' אדער א אייניקל [אלכסנדר ינאי], אדער נאך פריער א זון פון שמעון הצדיק.
ינאי המלך וואס שטייט אין די גמרא רוב מאל, דער שוואגער פון שמעון בן שטח איז אלכסנדר ינאי. ער איז אויך געווען א כהן גדול שלא לרצון חכמים והמעשה ידוע. [אויף אים שטייט אויך אז ער האט געהייסן יוחנן כ"ג].
וואס איז מיר שווער, אז פון די גמרא קומט אויס אז די התקינו איז נישט געווען פון די חכמים, און שפעטער כששמעו חכמים בדבר וכו', איז די שאלה ווער האט עס מתקן געווען, אויב די חשמונאים אליין וואס האבן זיי געווארט ביז יוחנן כהן גדול ? ס'איז געווען א היבשע פאר מלכים פאר אים, מתתי', יהודה בנו, יונתן אחיו, שמעון אחיו, יוחנן הורקנוס בנו

אן אינטערסאנטע אויסדרוק איז דא אין פירוש המשניות להרמב"ם אויף די משנה פון ראינוהו שחרית במזרח וערבית במערב.
מה שחושבין הטפשים שהאמינם בשני הדברים וכו'... זהו מן הנמנע בתכלית הנמיעות לא יתחייב בשום פנים ואין מאמין המניעות זה אלא אדם ע"ה טפש בתכלית הטפשות לא ירגיש מן הגלגל אלא כמו שירגיש השור והחמור וכל מה שנפל בדמיונן מזה הוא.. (אזויווי ס'שטייט דארט ווייטער)
מה שחושבין הטפשים שהאמינם בשני הדברים וכו'... זהו מן הנמנע בתכלית הנמיעות לא יתחייב בשום פנים ואין מאמין המניעות זה אלא אדם ע"ה טפש בתכלית הטפשות לא ירגיש מן הגלגל אלא כמו שירגיש השור והחמור וכל מה שנפל בדמיונן מזה הוא.. (אזויווי ס'שטייט דארט ווייטער)
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
yahoo האט געשריבן:אן אינטערסאנטע אויסדרוק איז דא אין פירוש המשניות להרמב"ם אויף די משנה פון ראינוהו שחרית במזרח וערבית במערב.
מה שחושבין הטפשים שהאמינם בשני הדברים וכו'... זהו מן הנמנע בתכלית הנמיעות לא יתחייב בשום פנים ואין מאמין המניעות זה אלא אדם ע"ה טפש בתכלית הטפשות לא ירגיש מן הגלגל אלא כמו שירגיש השור והחמור וכל מה שנפל בדמיונן מזה הוא.. (אזויווי ס'שטייט דארט ווייטער)
אנגעקומען צו דעם רמב"ם, איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי איז ער מסביר פעמים בא בארוכה וכו', איינער האט עס געלערנט און פארשטאנען?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
דער רמב"ם שרייבט דאך דארט אז מי שלמד בחכמת התכונה יודע כל מה שאמרתי.
אן אריינגיין אין די פרטי הדברים מיין איך אז איך פארשטיי וואס ער זאגט, אז ר' גמליאל האט געהאט זיינע חשבונות אז ס'קען שוין זיין מ'זאל זעהן די נייע לבנה, במילא האט ער אנגענומען זייער עדות אז זיי האבן עס געזען ערבית און דעס וואס זיי האבן געזאגט ראינוהו שחרית האט ער געהאלטען אז ס'נאר געווען דמות לבנה וואס האט זיך זיי צוגעדאכט אז זיי האבן געזען די לבנה. משא"כ די חכמים האבן גע'טענה'ט אז ס'נאך צו שנעל נאכן מולד אז מ'זאל שוין זעהן די נייע לבנה און אויף דעם האט ר' גמליאל געזאגט כך מקובלני וכו'
אן אריינגיין אין די פרטי הדברים מיין איך אז איך פארשטיי וואס ער זאגט, אז ר' גמליאל האט געהאט זיינע חשבונות אז ס'קען שוין זיין מ'זאל זעהן די נייע לבנה, במילא האט ער אנגענומען זייער עדות אז זיי האבן עס געזען ערבית און דעס וואס זיי האבן געזאגט ראינוהו שחרית האט ער געהאלטען אז ס'נאר געווען דמות לבנה וואס האט זיך זיי צוגעדאכט אז זיי האבן געזען די לבנה. משא"כ די חכמים האבן גע'טענה'ט אז ס'נאך צו שנעל נאכן מולד אז מ'זאל שוין זעהן די נייע לבנה און אויף דעם האט ר' גמליאל געזאגט כך מקובלני וכו'
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
yahoo האט געשריבן:דער רמב"ם שרייבט דאך דארט אז מי שלמד בחכמת התכונה יודע כל מה שאמרתי.
אן אריינגיין אין די פרטי הדברים מיין איך אז איך פארשטיי וואס ער זאגט, אז ר' גמליאל האט געהאט זיינע חשבונות אז ס'קען שוין זיין מ'זאל זעהן די נייע לבנה, במילא האט ער אנגענומען זייער עדות אז זיי האבן עס געזען ערבית און דעס וואס זיי האבן געזאגט ראינוהו שחרית האט ער געהאלטען אז ס'נאר געווען דמות לבנה וואס האט זיך זיי צוגעדאכט אז זיי האבן געזען די לבנה. משא"כ די חכמים האבן גע'טענה'ט אז ס'נאך צו שנעל נאכן מולד אז מ'זאל שוין זעהן די נייע לבנה און אויף דעם האט ר' גמליאל געזאגט כך מקובלני וכו'
וויאזוי לערנט ער אבער אריין "ארוכה וקצרה"? אז עס האט גארנישט מיטן ראינוהו שחרית?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
יעצט כאפ איך
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
תורה לשמה?
ווי זע מיר די וואכעדיגע שיעור א פסוק פון די וואכעדיגע סדרה?