דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- בדרך אפשר
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6300
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
- לאקאציע: על חוט מתוח
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
ר’ אלי’ איז א איד וואס האט אוועק געווארפן א רייכע לעבן און א פאלאץ אין טשיקאגו זיך צו קענען אוועק געבן מיט תורה, זיינע שיעורים זענען פון די מערסט פאפולערע דף היומי שיעורים דוקא וועגן די אלע מאדנע/אינטרעסאנטע זאכן.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.

- גברא דקפדנא
- שר חמש מאות
- תגובות: 994
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
nuwilli האט געשריבן:צענדליגע מאל דערמאנט ביים שיעור אז ער האט געלענט אין חסידישע חדרים
פארזיכער געזאגט סקווירא ב"פ און מונקאטש
אן אינטערעסאנטע חאלאקע ל"ג בעומר...
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=190980
ער קען א חסיד'ישע אידיש און מאכט חוזק פון זיין סקווירא מלמד'ס הבהרה
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2295
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
סיום אין ניו זשערסי
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20220707-225353_WhatsApp.jpg (52.97 KiB) געזען 5080 מאל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 805
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
בחמישי בשבת ביום השמיני לחדש תמוז שנת חמשת אלפים ושבע מאות ושמונים ושתים לבריאת העולם שאנו מונין פה עירנו האמדעל בניו דזשערסי תיבנה ציון ועיריה אמן!
אנן סהדי איך החתן המהולל הרב אלי סטפנסקי וכו'
גאאאאאד מארנינג רבותיייייייי.......AHHHHH!
נאך א לאנגע רייזע אין אומבאקאנטע טערעטאריעס פון צרות, זיקות, קרובות, שניות, מאמר, יבום, גט , חליצה, עגונות, מיאון, תרומה, אלונית, סרוס, און פיל נאך האט מען זיך ענזליך דערזען אויף די צווייטע זייט פון די דריי בענדערדיגע ארטסקרול אויף יבמות. צווישן די סיום'ס אין שול, אינדערהיים, און ביים שיעור, איז כסדר ארויפגעברענגט געווארן דורך איינע פון די חברים ביים שיעור, אז די ליל הסיום איז רעזערווירט פאר די סטעפענסקי סיום ביי א געצעלט אין דיעל ביים חוף הים. קודם איז די עולם נישט געווען צו ענטאזאיסטיש זיך פרארשטעלענדיג א מאדערנע אוונט מיט אדער אן מחיצות, אבער צוביסלעך איז אריינגעקומען מער און מער דעטאלן מיט באקאנטע וואס האבן אריינגעלאקט טיקעטס זיך צו משתתף זיין, און א היימישע זינגער איז געווארן געבוקט. די חבר האט אונז געשאפט טיקעטס און רעזערווירט פאר די נאכט.
פערזענדליך קומט מיר נישט אויס צופיל צו הערן זיין שיעור, אבער דורכאויס די קרוב צו 800 בלעטער איז מיר שוין א שיינע עטליכע מאל אויסגעקומען צו אויסהערן זיין שיעור (אויף X2...) און ער איז מלא חידושים. ערשטנס, למשל פארנדיג מיט קינדער אין קאר איז עס די איינציגסטע שיעור וואס יעדער איז מסכים עס זאל שפילן, עס קען אינטערטעינען אפילו גאר קליינע. צווייטנס, האט ער טשארטס וואס ער שטעלט צאם, טאקע נישט קיין שיינע גרעפיקס, אבער פשוטע POWERPOINT וואס איז גאר קלאר, ווי ער שניידט א פסוק לויט קאלירן ווי יעדע ווארט וואס איז א לימוד איז דגוש אנדערש, אבער עולה על כולנה איז די טעגליכע סורפרייזעס. ווען כהאב אנגעהויבן די דף האב איך גענומען א מהלך, כדי סזאל בלייבן כל יום בעיניך כחדשים, יעדע טאג א צווייטע מגיד שיעור, איך רעד דריי שפראכן פליסיג, האב איך געהאט א אויסוואל פון כמעט 50 מגיד שיעורים (א חלק זעניען שוין ארויסגעפאלן..) און סגעווען א פרישקייט, אין די בחינה טוט ער בעיסיקלי די דזשאב פאר דיר.
צוריק צו נעכטן, זיבענע איז מען אנגעקומען צום לאקאציע, וואס איז אינצווישן געטוישט געווארן צו בעל ווארקס, ווי מהאט באקליידעט די משתתפים מיט ברעיסלעטס און קייטלעך. (די שיעור אנדרייערס ארבעטן שווער צו אוועקשטעלן א דעי-קעמפ\קולט ענווייראמענט מיט טי-שירטס, לייסענס פלעיט פרעימס, סטיקערס וכדומה. ר' אלי שפילט מיט אבער סהאט אויסגעזען ווי רוב עולם טוט א טובה צו ארויפלייגן מתוך נימוס.) די עולם איז באשטאנען פון א געמיש פון מאדערנעזירטע ליטווישע, ערליכערע מאדערנע , און בעסערע חסידים. סאיז נישט געזען געווארן צופיל ווייסע העמד ישיבה לייט אדער פליפ פאונס. לויט מיין חשבון האבן זיך דארט דורכגעדרייט פיין העכער 2000 אפשר אפילו נאנט צו 2500 אבער די יושב ראש האט נוסח ליטא געהאלטן אינאיין רעדן איבער די 1600 כשר פארקויפטע איינטריט קארטלעך...
די מגי''ש קומט אריין מיט סעקיוריטי צו פארמיידן די צענדליגע וואס פרובירן עהם אפצושטעלן און צאמקושן, און הייבט אן מיט א לייכטע שיעור אויף כתובות דף ב', בשעת וואס כסדר ווארפט ער אריין חיזוק און שטופט דעם עולם זיך אנצושליסן. געוויסע שרייען אריין געבנדיג די ווייב פון א טראמפ ראלי... נאכן שיער איז צוגעשטעלט ווארעמס און א רייע רעדנער, איינס ביי איינס זייער ענטעטעיניג און שטארק. סיום, הדרן, קדיש, און פייערדיגע טענץ. נאכן טאנצן קומט א קלעס פיקטשער ווי משרייט גוט מארגן רבותי, בנות ישראל אינן הפקר, און נאך לאזונגען. נאכדעם א קומזיץ מיט בערי וועבער און שירה. ביי א ווינקל קען יעדער נעמען א בילד מיט ר' אלי.
(לגבי די טענות ותמיהות אויבן אין די אשכול, נאך אלע מעשיות וואלסטו נישט געטראפו 80% פון די נעכטיגע קראוד ביי עני תורה עווענט אן די שיעור, סאיז זיכער אז ער טוט אויף א געוואלד. לגבי די ליצנות פון די הפגנות, איז לכאורה די קשיא מער אויף די מפגינים וואס זענען פאר א פאר שקלים געקומען שפילן הפגנה. ער טוט עס 100% פאר רעיטינגס)
מזל טוב מסיימים!

- ליינער
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
- לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
די עמי פון די וואך
- אטעטשמענטס
-
- Ami578_cover-789x1024.jpg (167.27 KiB) געזען 4891 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
געבורטסטאג האט געשריבן:בחמישי בשבת ביום השמיני לחדש תמוז שנת חמשת אלפים ושבע מאות ושמונים ושתים לבריאת העולם שאנו מונין פה עירנו האמדעל בניו דזשערסי תיבנה ציון ועיריה אמן!

אייזן אנאלאזירט!!
און אייזן געשריבן!!
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
SPIvelt האט געשריבן:ער זאגט איין טאג די וואך בשם רבינו יואל מסאטמאר אז ווען איינער געוויינט זיך אפ פין א שלעכטע זאך וואר ער איז געווען ציגעוינט איז דאב אליינס די תשובה אין אז די רבי האט געהאט עפעס א חלום וועגען דעם. האט איינער אמאל געהערט פין דעם? (שיין דערלעבט… ער פארקיופט מיר תורות סאטמאר….)
איך ווייס נישט איבער די חלום פון די דברי יואל וואס ער רעדט אבער די נקודה אז די יסורים וואס א מענטש האט דורכן זיך אוועקרייסן פון טוהן עפעס פון וואס ער איז שוין געוואוינט צו טוהן איז דאס אליין א כפרה פאר די חטא, איז א שטיקעל ישמח משה וואס זאגט אז דאס איז אים נתגלה געווארן בחלום לילה.
נאכן ענדיגן שרייבן האב איך זיך געכאפט אז מ׳האמיר זוכה עס צו לערנען ביומא דהילולא קדישא! זכותו יגן עלינו.
viewtopic.php?t=18951&start=275#p1740141
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
היינט קומט ער אריין מיט א לעבעדיגע ביישפיל פון קצצה...
(די לעצטע דריי מינוט)
Rabbi Eli Stefansky
Daf Yomi Kesubos Daf 28
TorahAnytime Links
Video https://MyTAT.me/v200304
הדרן עלך האשה שנתארמלה
(די לעצטע דריי מינוט)
Rabbi Eli Stefansky
Daf Yomi Kesubos Daf 28
TorahAnytime Links
Video https://MyTAT.me/v200304
הדרן עלך האשה שנתארמלה
- נישט ווי יעדעם
- שר האלף
- תגובות: 1568
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
- לאקאציע: נישט צו ווייט
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
קען איינער דרייווען ביטע ?געמבלער האט געשריבן:היינט קומט ער אריין מיט א לעבעדיגע ביישפיל פון קצצה...
(די לעצטע דריי מינוט)
Rabbi Eli Stefansky
Daf Yomi Kesubos Daf 28
TorahAnytime Links
Video https://MyTAT.me/v200304
הדרן עלך האשה שנתארמלה
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
ישר כך. ווייסט איר אפשר ווי איך קען טרעפן דע ישמח משה?בניהו האט געשריבן:איך ווייס נישט איבער די חלום פון די דברי יואל וואס ער רעדט אבער די נקודה אז די יסורים וואס א מענטש האט דורכן זיך אוועקרייסן פון טוהן עפעס פון וואס ער איז שוין געוואוינט צו טוהן איז דאס אליין א כפרה פאר די חטא, איז א שטיקעל ישמח משה וואס זאגט אז דאס איז אים נתגלה געווארן בחלום לילה.SPIvelt האט געשריבן:ער זאגט איין טאג די וואך בשם רבינו יואל מסאטמאר אז ווען איינער געוויינט זיך אפ פין א שלעכטע זאך וואר ער איז געווען ציגעוינט איז דאב אליינס די תשובה אין אז די רבי האט געהאט עפעס א חלום וועגען דעם. האט איינער אמאל געהערט פין דעם? (שיין דערלעבט… ער פארקיופט מיר תורות סאטמאר….)
נאכן ענדיגן שרייבן האב איך זיך געכאפט אז מ׳האמיר זוכה עס צו לערנען ביומא דהילולא קדישא! זכותו יגן עלינו.
viewtopic.php?t=18951&start=275#p1740141
וואס וואלסטו געטון ווען די וואלסט ווען געוויסט אז היינט איז דיין לעצטע טאג…. (קרעדיט מוטי אילאוויטש)
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
גענומען פון דאSPIvelt האט געשריבן:ישר כך. ווייסט איר אפשר ווי איך קען טרעפן דע ישמח משה?בניהו האט געשריבן:איך ווייס נישט איבער די חלום פון די דברי יואל וואס ער רעדט אבער די נקודה אז די יסורים וואס א מענטש האט דורכן זיך אוועקרייסן פון טוהן עפעס פון וואס ער איז שוין געוואוינט צו טוהן איז דאס אליין א כפרה פאר די חטא, איז א שטיקעל ישמח משה וואס זאגט אז דאס איז אים נתגלה געווארן בחלום לילה.SPIvelt האט געשריבן:ער זאגט איין טאג די וואך בשם רבינו יואל מסאטמאר אז ווען איינער געוויינט זיך אפ פין א שלעכטע זאך וואר ער איז געווען ציגעוינט איז דאב אליינס די תשובה אין אז די רבי האט געהאט עפעס א חלום וועגען דעם. האט איינער אמאל געהערט פין דעם? (שיין דערלעבט… ער פארקיופט מיר תורות סאטמאר….)
נאכן ענדיגן שרייבן האב איך זיך געכאפט אז מ׳האמיר זוכה עס צו לערנען ביומא דהילולא קדישא! זכותו יגן עלינו.
viewtopic.php?t=18951&start=275#p1740141
שאינו יודע האט געשריבן:די בריוו ווערט צוגעברענגט אין די הקדמה צו ישמח משה חלק ג׳ (תהלה למשה)
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
זייער אינטרעסאנט געוועהן עס צו לייענעןליינער האט געשריבן:די עמי פון די וואך
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
אפאר זיסע שטיקלעךmoishy56 האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט געוועהן עס צו לייענעןליינער האט געשריבן:די עמי פון די וואך
- אטעטשמענטס
-
- 004.jpg (66.76 KiB) געזען 4017 מאל
-
- 003.jpg (115.72 KiB) געזען 4017 מאל
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
די הקדמהmoishy56 האט געשריבן:אפאר זיסע שטיקלעךmoishy56 האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט געוועהן עס צו לייענעןליינער האט געשריבן:די עמי פון די וואך
1
https://drive.google.com/file/d/1FswDzI ... sp=sharing
2
https://drive.google.com/file/d/1YkziZg ... sp=sharing
-
- שר האלף
- תגובות: 1692
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
- ליינער
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
- לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
https://mercazdafyomi.com/מצפים לישועה האט געשריבן:ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
- ליינער
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
- לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
אי"ה דאנערשטאג פאנגט מען אן מסכת נדרים אויב ווילט זיך איינשרייבען אין באקומען אומזונסט א גמרא פארבינד אייך אין אישי
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א מאכט א סיום נעקסטע וואך
אין 'לאנדאן' און אין 'מאנטשעסטער'
אין 'לאנדאן' און אין 'מאנטשעסטער'
- אטעטשמענטס
-
- stfnsky london.JPG (73.28 KiB) געזען 2134 מאל
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
סיום אין לאנדאןmoishy56 האט געשריבן:ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א מאכט א סיום נעקסטע וואך
אין 'לאנדאן' און אין 'מאנטשעסטער'
https://drive.google.com/file/d/14PVYWV ... share_link
https://drive.google.com/file/d/1yWlWKM ... share_link
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
סיום אין לאנדאן - VIDEO CLIPmoishy56 האט געשריבן:סיום אין לאנדאןmoishy56 האט געשריבן:ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א מאכט א סיום נעקסטע וואך
אין 'לאנדאן' און אין 'מאנטשעסטער'
https://drive.google.com/file/d/14PVYWV ... share_link
https://drive.google.com/file/d/1yWlWKM ... share_link
נעם אראפ די 123
https://d123rive.google.com/file/d/1qLQ ... o7Cfy/view
- ליינער
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
- לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
א פרישע באנד קען מען יעצט באקומען
- אטעטשמענטס
-
- 8MinDaf Free.jpg (245.42 KiB) געזען 1446 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 529
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
איך האב פרובירט אפאר מאל זיין שיעור אבער איך קאנעקט נישט צו דעם. איך קען נישט לערנען גמרא און ענגליש
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2295
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
א ריכטיגע אידישע הארץ...a yiddish hartz האט געשריבן:איך האב פרובירט אפאר מאל זיין שיעור אבער איך קאנעקט נישט צו דעם. איך קען נישט לערנען גמרא און ענגליש
האסט פרובירט רבי אלעזר ניסן רובין?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 529
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
יא פרובירט אבער אביסל צו לאנג סא יעצט הער איך ר׳ הירצקא גרינפעלד ער מאכט עס און 23 מינוטעירמאנט'ער האט געשריבן:א ריכטיגע אידישע הארץ...a yiddish hartz האט געשריבן:איך האב פרובירט אפאר מאל זיין שיעור אבער איך קאנעקט נישט צו דעם. איך קען נישט לערנען גמרא און ענגליש
האסט פרובירט רבי אלעזר ניסן רובין?
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5495
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
Re: דף היומי שיעור מיטן מגי״ש נפלא ר׳ אלי׳ סטפנסקי שליט״א
How about
הרב פריעדמאן? גאר געשמאק און לעבעדיג
הרב פריעדמאן? גאר געשמאק און לעבעדיג