איז פארהאן אן איסור אויפן לימוד ה'דף'?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר מאה
- תגובות: 116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
- לאקאציע: Boro Park
- פארבינד זיך:
איז פארהאן אן איסור פארן נישט לערנען אויפן לימוד ה'דף'? ודו"ק
ווי אזוי קענסטו אפי' פרעגן אזא שאלה? יעדער פירט זיך ווי אזוי זיין רבי הייסט, צו האבן אפי' א הוה אמינא אז אזוי פיל פון כלל ישראל, און אזוי פיל רבנים זענען עובר אויף אן איסור פאר זיך מוסר נפש זיין יעדן טאג צו לערנען כאטשיק 1 בלאט, איז זייער נישט שיין.
אויב דיין רבי לאזט לערנען דף היומי, טראכט נישט א סאך און זעץ זיך לערנען.
אויב דיין רבי לאזט נישט לערנען דף היומי, לערן עפעס אנדערשט, און קוק ארויף אויף די וואס לערנען יא דף היומי.
ווי אזוי קענסטו אפי' פרעגן אזא שאלה? יעדער פירט זיך ווי אזוי זיין רבי הייסט, צו האבן אפי' א הוה אמינא אז אזוי פיל פון כלל ישראל, און אזוי פיל רבנים זענען עובר אויף אן איסור פאר זיך מוסר נפש זיין יעדן טאג צו לערנען כאטשיק 1 בלאט, איז זייער נישט שיין.
אויב דיין רבי לאזט לערנען דף היומי, טראכט נישט א סאך און זעץ זיך לערנען.
אויב דיין רבי לאזט נישט לערנען דף היומי, לערן עפעס אנדערשט, און קוק ארויף אויף די וואס לערנען יא דף היומי.
דערציילער האט געשריבן:ווי אזוי קענסטו אפי' פרעגן אזא שאלה? יעדער פירט זיך ווי אזוי זיין רבי הייסט, צו האבן אפי' א הוה אמינא אז אזוי פיל פון כלל ישראל, און אזוי פיל רבנים זענען עובר אויף אן איסור פאר זיך מוסר נפש זיין יעדן טאג צו לערנען כאטשיק 1 בלאט, איז זייער נישט שיין.
פאר א סאטמארער חסיד איז דאס אז "אזויפיל פון כלל ישראל פיהרט זיך אזוי" נישט קיין תירוץ, אבער דיין פוינט איז געוואלדיג גוט ארויסגעברענגט...
הנותן לשכוי בינה...
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
קבלתי באישית
[/quote]
שטעלט דאס ביטע ארויף, אויב מעגליך:
שמעתי בשם הגאון הגדול רבי אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א אבד"ק האליין, שהיה אצל הסיום בשנת תשנז, (כמדומה שנאם שם), ובחזרו לביתו אמר להרבנית שלו, לא ראיתי סיום כזה, אלפים מישראל מסיימים ש"ס ואפילו איין לעק בראנפן לא היה שם......, ודפח"ח
ח
(כלומר עושים סיום עולמי על כל הש"ס בלא סעודה, איזה פנים יש לזה?)[/quote]
[/quote]
שטעלט דאס ביטע ארויף, אויב מעגליך:
שמעתי בשם הגאון הגדול רבי אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א אבד"ק האליין, שהיה אצל הסיום בשנת תשנז, (כמדומה שנאם שם), ובחזרו לביתו אמר להרבנית שלו, לא ראיתי סיום כזה, אלפים מישראל מסיימים ש"ס ואפילו איין לעק בראנפן לא היה שם......, ודפח"ח
ח
(כלומר עושים סיום עולמי על כל הש"ס בלא סעודה, איזה פנים יש לזה?)[/quote]
דארפסמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אז הק' רי"ד מבעלז האט נישט געלאזט אפילו די מסכת וואס דף היומי לערנט, האט מיר איינער געזאגט אז נישט הק' רי"ד נאר סתם און בעלז איז נישט געווען און ביהמ"ד די מסכת וואס דף היומי לערנט
איך האב נישט מיטגהאלטן אזוי ווייט דער שמועס ביז אהער, אבער בנוגע שיטת מרן מהרי"ד איבער דף היומי וועל איך איבער געבן די פאלגענדע.
א] אין סקווירא איז געווען א גאר חשובע איד ר' יוסל גאלדמינצער, געווען משגיח אין כולל פאר אסאך יאהרן, אויך זוכה געווען לבנין וחתנין רבנן, פונדערהיים אויס איז ר' יוסל געווען א פייערדיגע בעלזער חסיד במלוא מובן המילה (כ'וועל נישט פארגעסן דער פסק וואס ער האט אין מיר אמאל אריינגעהויבן ווען ער האט מיר אמאל געכאפט ביי די מעשה אז כ'האב אריינגעווארפן א חתונה איינלאדענונג קארטל אין די מיסט קאסטן און נישט אין שמות...), ער איז געווען א טאמאשאווער (אויך אן אייניקל פון ר' יהושע'לע מיט ר' יוסל'ע), פלעגט ער לערנען דף היומי, און כ'געדענק ווי מיין טאטע האט איהם אמאל געפרעגט, היתכן, א בעלזער ווי ער זאל לערנען דף היומי.
האט ער געענטפערט מיט א פשטות, אז אין בעלזא גופא האט מען נישט געלערנט אבער אין די שטעט האבן בעלזער חסידים געלערנט דעם דף היומי (ס'טייטש נישט באופן כללי נאר פאר זיך ווער ס'האט געוואלט) און טאקע אינעם בעלזער שטיבל אין טאמאשאוו האבן חסידים אויך געלערנט דעם דף היומי.
ויסכר פי דוברי שקר!!
ב] מרן מהרי"ד פלעגט זאגן אז ער האט דריי חסידים, ר' פייוויש יאברובער, ר' שלום שאצער, און דער דריטער זאל יעדער מיינען אז ער מיינט איהם. מיט דער הקדמה ברענג איך וואס עס שטייט געברענגט אינעם ספר אגורה באהלך פון הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן מפאפא-מאנטריאל ווי ס'ווערט דערציילט ווי פאלגנד, ווען ר' שלום משאץ האט אין די אנפאנג פ' יאהרן געוואוינט אין קעלן, דייטשלאנד האט זיך דעמאלטס אנגעפאנגען צו פארשפרייטן דער רעיון פון דף היומי, זיין איידעם ר' יואל משאץ האט דעריבער געוואלט איינפירן דער רעיון אין קעלן, אבער ווי קען ער טוהן אזא זאך אהן דעם וואס ער זאל אנפרעגן ביים רב, האט דער רב אויף דעם געענטפערט (דורך'ן גבאי ר' אהרן יהושע) בזה"ל "דייטשלאנד האב איך נישט געמיינט" (ביז אהער ווערט געברענגט אויך אין די תולדות שבספר דעת שלום).
נאכן קריג ווען מ'איז שוין געווען אין לאנדאן, האט ר' יואל ווידער געוואלט איינפירן דף היומי, אבער ער איז געווען מסופק צו דוקא אין דייטשלאנד האט מען געמעגט אדער לאו דוקא, האט דער שאצער רב דעמאלטס געזאגט, היינטיגע צייטן האט שוין די גאנצע וועלט א דין ווי קעלן אין דייטשלאנד.
ויסכר פי דוברי שקר!!
באמת פון די צווייטע מעשה לערנט מען ארויס עטליכע נקודות, קודם כל אין דער קונטרס "הדף היומי ואגודת ישראל" וועלכע איז לעצטנס ערשינען דורך עטליכע וואנזיניגע פארשוינען, האבן זיי נישט געברענגט קיין איין און איינציגע ווארט פון בעלזער רב קעגן עצם דף היומי נאר קעגן די אגודה, און דערפאר האבן זיי משלב געווען דער קונטרס כדי צו געבן א כלומר'שטע בילד כאילו ס'איז יא דא פונעם רב קעגן דף היומי, איין ווארט ווערט געברענגט דארט בשם דער פאלטיטשאנער רב און דאס איז וואס "דארפסמאן" דערמאנט אז מ'פלעגט מעביר זיין דער מסכת ווי דער דף היומי האט געהאלטן, א שעהנע מעשה, אבער נאכאמאל ס'איז נישט פון רב נאר פון די שווענץ מיט וועלכע בעלזא איז ב"ה געווען געבענטשט בלי די (און דאס איז נישט קיין סתירה צו טאמאשאוו, ווייל די שווענץ זענען דאך געווען אין בעלזא האבן זיי דאס נישט געקענט מעביר זיין...). אבער פון דער מעשה מיט שאצער רב זעהט זיך אויס אז ס'איז יא געווען עפעס פונעם רב דירעקט קעגן דף היומי, אבער דער רב האט קלאר אונטערגעשטראכן אז דער רעיון באדערט איהם נישט, נאר ווי מ'לערנט דאס.
נאך א זאך און דאס איז דאך דער נקודה אין וועלכע מ'קאכט זיך אזוי, איז צו מ'מעג לשיטת הרה"ק מהרי"ד מבעלזא לערנען דף היומי אדער אין ווי מאנכע ווילן דאס רופן א כלומר'שטע איסור קעגן דעם דף. איז דער ענטפער יא, מ'מעג לערנען דף היומי, און קיין איסור דערקעגן איז נישטא! מ'האט געמעגט (אין טאמאשאוו) אין דייטשלאנד און היינטיגע צייטן איז דאס מותר לכל.
איי מ'טאר דאך נישט, פארוואס? ווייל דו מעגסט זיך דאך האלטן אלס דער דריטער חסיד ממילא ביזטו בארעכטיגט צו האבן א מיינונג אין שיטת מהרי"ד. איז אבער דער תירוץ אז דו ביזט ביי דער איינרעדעניש, אבער דער שאצער רב האט נישט געדארפט זיין איינגערעדט, נאר מהרי"ד האט אויף איהם מעיד געווען אז ער איז פון זיינע חסידים, ודו"ק כי קצרתי...
דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין??
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
בן בוזי האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אז הק' רי"ד מבעלז האט נישט געלאזט אפילו די מסכת וואס דף היומי לערנט, האט מיר איינער געזאגט אז נישט הק' רי"ד נאר סתם און בעלז איז נישט געווען און ביהמ"ד די מסכת וואס דף היומי לערנט
איך האב נישט מיטגהאלטן אזוי ווייט דער שמועס ביז אהער, אבער בנוגע שיטת מרן מהרי"ד איבער דף היומי וועל איך איבער געבן די פאלגענדע.
[/b]
זעט אויס האסט טאקע נישט מיטגעהאלטן די שמועס ביז אהער דו ביסט זיך טועה מיט א צווייטן מהרי"ד פון וואס דער עולם רעדט...
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אינסוזעאיסט
- שר מאה
- תגובות: 208
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm
נו לשיטת ההיפוך קבלת איסור דף היומי בזמנינו טוט מען אויך צענזורירן לפי טעם וריח והענין והזמן והמקום לטובת אימפעריע ההיפוך הקהל שנוטים לאיסור דף היומי, איז מאי אולמי האי מהאי?? זאל זיך יעדערער צוטשעפען צו זיין צענזוראציע און אויסטייטש פון די היסטאריע און פון די געבן טיטלען ווי הגה"צ אויף דעם הגה"ק אויף יענעם וכו' און די נעמען פון די אמאליגע שטעט איז ממש יהרג ואל יעבור מוז זיין געספעללט לפי ראות הפארליאמענט און שרייבן און טראכטן ווי אין זיין קרייז שמעקט, און לאזן די אנדערע זייט זיך צובאזשעבען...
פארשטייט זיך אליין אז דער היתר פון שאצער רב איז איז שוין נישט שייך היינט, וואס עפעס האט היינט די גאנצע וועלט א דין ווי דייטשלאנד? (מילא תיכף נאכן קריג, ודו"ק). עממ, גראדע טראכט איך יא אז בעלזא היינט האלט כלפי יעדע זאך אז היינטיגע צייטן האט אלעס א דין ווי דייטשלאנד, והיינו טעמא דלימודי חול ודי, און אלע קושיות און סתירות ווערן מיושב כמין חומר.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
oko האט געשריבן:ס'איז א קנאפע מעשה, לערנען ווייל אין דייטשלאנד האט מען געלערנט, יעדער בר הכי פארשטייט אז מ'וויל ממשיך זיין ביי זיך אין שטוב די רעכטיגע המשכת הדורות לויט'ן מסורה פונ'ם אלט'ן היים. והשנית אלץ היתרי'ם איז אלץ שייך אבער מ'רעדט דאך א לכתחילה איד.
מ'מאכט אפ וואס האט נישט עקזיסטירט און ס'ווערט מסורה. מילא דאס, אבער מ'האט נאך טענות אויף יענער וועלכע איז גאר משנה....
לולי דמסתפינא מרבני הקרעטשמע הוי אמינא דיותר טוב ללמוד בכל יום דף היומי מתלמוד בבלי אע"פ שייסדוהו האגודאים, מלבלות הזמן בוויכוחים בקרעטשמע.. [אין אנדערע ווערטער, דער וואס טוט נאר רצון רבינו הקוה"ט זי"ע אין דערפאר לערנט נישט די דף היומי, האט לכאורה נישט וואס דא צו זוכען, ודו"ק....]
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
בן בוזי האט געשריבן:oko האט געשריבן:ס'איז א קנאפע מעשה, לערנען ווייל אין דייטשלאנד האט מען געלערנט, יעדער בר הכי פארשטייט אז מ'וויל ממשיך זיין ביי זיך אין שטוב די רעכטיגע המשכת הדורות לויט'ן מסורה פונ'ם אלט'ן היים. והשנית אלץ היתרי'ם איז אלץ שייך אבער מ'רעדט דאך א לכתחילה איד.
מ'מאכט אפ וואס האט נישט עקזיסטירט און ס'ווערט מסורה. מילא דאס, אבער מ'האט נאך טענות אויף יענער וועלכע איז גאר משנה....
די האסט דאך אליין מודה געווען אז אין בעלז גופא האט מען נישט געלערענט, און פאר עפעס א סיבה האבן די "שווענץ" וואו דו רופסט זיי- ארויסגעווארפן די דף היומי.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7810
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
כתר ישועה האט געשריבן:לולי דמסתפינא מרבני הקרעטשמע הוי אמינא דיותר טוב ללמוד בכל יום דף היומי מתלמוד בבלי אע"פ שייסדוהו האגודאים, מלבלות הזמן בוויכוחים בקרעטשמע.. [אין אנדערע ווערטער, דער וואס טוט נאר רצון רבינו הקוה"ט זי"ע אין דערפאר לערנט נישט די דף היומי, האט לכאורה נישט וואס דא צו זוכען, ודו"ק....]
קרתי פעם ושתים ועדיין לא זכיתי להבין, אולי תסביר יותר השייכות...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
שטארק זיך האט געשריבן:כתר ישועה האט געשריבן:לולי דמסתפינא מרבני הקרעטשמע הוי אמינא דיותר טוב ללמוד בכל יום דף היומי מתלמוד בבלי אע"פ שייסדוהו האגודאים, מלבלות הזמן בוויכוחים בקרעטשמע.. [אין אנדערע ווערטער, דער וואס טוט נאר רצון רבינו הקוה"ט זי"ע אין דערפאר לערנט נישט די דף היומי, האט לכאורה נישט וואס דא צו זוכען, ודו"ק....]
קרתי פעם ושתים ועדיין לא זכיתי להבין, אולי תסביר יותר השייכות...
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
dell האט געשריבן:פון א סאטמערן שטאנדפונקט וויאזוי קוקט מען אן אזא מעמד ווי נעכטן ווען מען זעהט טויזענטער און צענדליגע טויזענטער אידן טאנצן און פרייען זיך מיט די תורה. איז דאס אלעס פארן שטן? דער באשעפער ברויך דאס נישט?
מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט אז די תורה פון די דף היומי גייט צו די ס"א רח"ל.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
דערמאנט דעם שבת א מעשה וואס כמדומה איז עס געווען ביים מלבי"ם, אן אויפגעקלערטער איד איז אמאל געקומען צו אים ניטל און אים געזאגט אז ער וויל זען די גיהנם ואס איז דא פארן לערנען א בלאט גמרא, האט אים דער מלבים זצ"ל געזאגט "א גיהנם פארן לערנען איז טאקע נישטא אבער א גיהנם פארן עובר זיין אויף א מנהג ישראל איז יא דא!!"
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
און אז מ'רעדט שוין יא , איז אינטערסאנ'ט - אין די קונטרסים ברענגט מען טאקע אויך צו אינטרסאנטע נקודה'ס, --
עוד אני שואל מה זה המצוה שחדשו עתה שכל העולם ילמדו אותו הדף ומה זה שקבלו אותו המצוה בשתי ידים יותר מכל המצות ולמה בחרו בזה יותר , מפני שכל מצות התורה רפוי' ורק ע''ז משגיחין.
כמה פעמים אמר שרואין בחוש שכל שיעור הדף היומי יש לו הצלחה מרובה....
ווי איז דער יצה''ר פלוצלונג אזוי אנטלאפען ??
עוד אני שואל מה זה המצוה שחדשו עתה שכל העולם ילמדו אותו הדף ומה זה שקבלו אותו המצוה בשתי ידים יותר מכל המצות ולמה בחרו בזה יותר , מפני שכל מצות התורה רפוי' ורק ע''ז משגיחין.
כמה פעמים אמר שרואין בחוש שכל שיעור הדף היומי יש לו הצלחה מרובה....
ווי איז דער יצה''ר פלוצלונג אזוי אנטלאפען ??
בן בוזי האט געשריבן:הייסט דאס אז דו האלטסט אז דער שאצער רב איז געווען צוזאמען געשמאלצן אין דייטשלאנד מיט די נעלאגן? מ'רעדט פון די פוילישע וועלכע האבן זיך געוואלגערט אין דייטשלאנד
ווער רעדט פון נעעלאגן? פון רש"ר הירש האסטו שוין געהערט אמאל? (בכלל איז נעעלאגן פאר רעפארמער אן אונגארישער טערמין, אין דייטשלאנד האבן זיי זיך נישט אזוי גערופן). און אפילו נניח אז ער האט גערעדט וועגן די פוילישע וואס האבן זיך פארוואלגערט דארטן, אחד מעיר ושנים ממשפחה, אלא מאי? מעיק אפ יור מיינד, דו קענסט נישט אנכאפן דעם שטעקן פון ביידע עקן, אדער איז בעלזא געבליבן א ווינקל פאר תורה ויראת שמים, אדער האט עס א פנים ווי די קעלן'ע פליטים,
און בכלל זיל בתר טעמא, דער מהרי"ד האט דאך נישט געזאגט א גזירת הכתוב, ער האט דאך געזאגט דער טעם הדבר ווייל ווען נישט דעם וועלן זיי גארנישט לערנען, היינו משא"כ בגאליציע (על אף שיהוה איזה מעלה ועדיפות מ"מ התנגד לזה),
און בכלל הק' מהר"א פארן קריג האט דאך בפירוש אנגעזאגט טאקע פאר די שטעט איבער גאליציע אז מען זאל נישט לערנען דעם דף, כפי הוראת אביו.
און אז מ'האמיר דיר שוין דא, אפשר פארציילסטו אביסל די השתלשלות פון דף היומי אין בעלזא נאכן קריג, מה אמר או לא אמר המהר"א, ומי נתן לזה הפומביות דהאידנא, וכדומה.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃