וועןרענטל האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:וועןרענטל האט געשריבן:איך זיך א לוח על סדר דף היומי מיט א סדר חזרה
אויב איינער האט ביטע מזכה זיין
וועלכע סארט סדר? מיט פיר חזרות? דארף זיין שיין אויסגעשטעלט אדער דארפסט מיר די פונקציאנאליטעט?
איך וועל נעמן וואס סאיז דא....
לכיתחלה דארף איך מיט 4 חזרות
מיז נישט זיין עפעס הערליך אויסגעשטעלט אבער יא אז מזאל קענען צייכענען 4 מאל נאך די חזרות
איך האב א סדר חזרה פון פיר חזרות וואס דארף נישט קיין לוח.
יעדן טאג פאר מ'לערנט די נייע דף חזרט מען די נעכטיגע, דאס דארף נישט קיין לוח.
אנשטאט איבער'חזר'ן דף ב' 7 טעג שפעטער, טו איך עס 10 טעג שפעטער, ווען די דף האלט ביי י"ב.
ווען מ'האלט ביי דף כב, לערנט מען דף כא (נעכטיגע), כב (היינטיגע), יב (צום דריטן מאל), און דף ב (צום פערטן מאל). מ'קען עס אויך א פינפטע מאל ווען די דף האלט ביי לב, אז מ'חזר'ט דף ב, יב, כב, און די נעכטיגע דף.
דאס איז זייער לייכט צו געדענקן און מ'דארף נישט קיין לוח.