רעוואלוציע אין עולם החברותות

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בעזאס
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 10:20 am

רעוואלוציע אין עולם החברותות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעזאס »

ת׳הא ש׳נת פ׳ותחין ב׳חברותא

כלל ישראל שפּאַנט אַריין אין תשפ״ב מיט היסטאָרישע ״חברותא״ תורה-רעוואָלוציע

פאַר יעדן איד אַ לעבעדיגער חברותא, 24 שעה טאָג, צו לערנען תורה אינאיינעם!




״איך וויל זייער לערנען, אָבער… כ׳האָב נישט קיין חברותא״!
אָט דער אויסרייד הערט זיך — און שפּירט זיך — לייידער זייער אַסאַך ביי טויזנטער מענטשן אין זייער טאָג-טעגליכן לעבן.
יעדער איד וויל בעצם לערנען, יעדער איד האָט אַ רצון, א ווילן, א תשוקה, ״נפשי חשקה בתורה״. ס׳איז אַזוי ״אַריינגעבויעט״ אין די געפילן און האַרץ פון אַ איד צו וועלן לערנען, ווייל נאָר דאָס באַפרידיגט דעם נפש, נאָר דאָס ברענגט סיפּוק.
אָבער, זייער אַסאַך מאָל, ווען מ׳וויל שוין זיך זעצן לערנען, מ׳האָט די צייט, מ׳האָט דעם חשק, שטויסט מען זיך אָבער אָן אין אַ פּאַנטשער; מ׳האָט נישט פּונקט דאַן קיין חברותא.

*
מ׳קען אפילו זיצן אין ביהמ״ד, אַרומגענומען מיט טויזנטער ספרי קודש, אפילו קאַווע מיט קאַלטע וואַסער לרחבת הלומד… אָבער אָן אַ חברותא, אָן אַ צווייטן וואָס זאָל מיטלערנען, צו קענען ״אויסקאָכן״ דעם בלאַט אינאיינעם, נעמט זיך עפּעס נישט דערצו.
חז״ל זאָגן שוין ״הרבה חברותא עושה״; אַז צוויי אידן זיצן אינאיינעם און לערנען, דעמאָלט לערנט זיך אַנדערש. בעסער געזאָגט: דעמאָלט לערנט מען!
אַ שטיקל גמרא, אַ רש״י, א סברא, אַן אביי ורבא, ווען מ׳האָט עס מיט וועמען אויסצושמועסן, מיט וועמען זיך אויסצו׳טענה׳ן, האָט מען אַ חיות, האָט עס אַ טעם, מ׳ווערט קלאָר, און מ׳שפּירט ווי מ׳איז באמת קונה די תורה הקדושה.
אָבער… וואו קען מען דען אַלעמאָל האָבן אַ חברותא?
מאַכט זיך אַ טאָג מ׳אַרבעט שווער, מ׳כאַפּט זיך שפּעט אויפדערנאַכט, מיט ערשעפּטע כוחות, מ׳וויל זיך צוכאַפּן צו די גמרא, אָבער, דאָס ביהמ״ד איז שוין ליידיג… ס׳ווילט זיך דאָך אַזוי לערנען, אָבער וואו קען מען נאָך טרעפן אַ חברותא?
אָפּגערעדט ווען מ׳איז אין די מרחקים, מ׳פאָרט אַוועק פאַר ביזנעס צי וואַקאַציע, מ׳ווערט פּונקט גרייט אין אַ שפּעטע שעה, ס׳מאכט זיך אַ פרייע מינוט ווען מ׳קען זיך זעצן לערנען. מ׳עפנט שוין אפילו די גמרא, אָבער… ס׳לערנט זיך נישט אַליין! פאַרמאַכט מען די גמרא מיט אַ קרעכץ, און מ׳האָפט מאָרגן וועט זיין בעסער.
אפילו מ׳קען הערן רעקאָרדירטע שיעורים אויפ׳ן טעלעפאָן, בכל מקצועות התורה, איז עס אָבער קיינמאָל נישט די זעלבע ווי ווען מ׳קען בפּועל ממש לערנען מיט אַ ״חברותא״! דאָס איז דער ריכטיגער אופן פון קנין התורה; קנה לך חבר!

*
וויפיל הונדערטער טויזנטער שעה׳ן תורה פאַלן אַזוי אַוועק — ליידער — יעדן טאָג?!
וויפיל צענדליגער טויזנטער בלעטער גמרא וואָלטן געקענט געלערנט ווערן, און ברענגען אַזויפיל סיפּוק פאַר אידישע קינדער און אַזויפיל נחת רוח פאַר׳ן נותן התורה כביכול, אָבער קומט ליידער נישט צושטאַנד?!
ס׳איז דאָך היינט אַ צייט פון אַזאַ התגברות התורה, אַזויפיל פּעולות חובקות זרועות עולם ווערן היינט דורכגעפירט איבער דער וועלט להגדיל תורה ולהאדירה, מיט ריזן וועלט׳ס חבורות להרבות תורה בישראל — אָבער אין דעם הינזיכט איז ״ביז היינט״ געווען אַ חלל.
— ״ביז היינט״ האָבן מיר מדגיש געווען, ווייל מער שוין נישט!
אַ נייע תקופה הייבט זיך אָן, אַ נייע רעוואָלוציע קומט אַריין אין קראַפט: ״חברותא!״
כלל ישראל׳ס ווירטואַלער היכל התורה — אָט דאָס איז וואָס ״חברותא״ שטעלט מיט זיך פאָר.
אַ פאָרגעשריטענער טעלעפאָנישער סיסטעם, וואָס גייט צושטעלן פאר יעדן איד באשר הוא שם, אָפּגעזען אין וועלכן טייל פונעם ערד-קוגל ער געפינט זיך, צו קענען לערנען מיט אַ חברותא, אינאיינעם אויסקאָכן אַ שטיקל גמרא, 24 שעה אין טאָג!

*
יאָ, אַזוי ווי איר הערט עס, אַזוי איז עס.
העכסט סאָפיסטיקירט, אָבער גאָר איינפאַך.
איר רופט אַריין דעם נייעם חברותא נומער, איר הערט צו די אַפּציעס, איר וועלט אויס וואָס איר ווילט לערנען, וועלכע מקצוע, און דאַן וועט אייך דער סיסטעם אַריינפירן אינעם ״חברותא שטוב״, די טעלעפאָנישע היכל התורה פון כלל ישראל!
דאָרט אינעם חברותא-צימער וועלן זיין נאָך אידן, אַזוי ווי אייך, וועלכע וואַרטן אויף א חברותא, און תיכף וועט מען זיך קענען ״זעצן לערנען״!
יאָ, ביז רגעים וועט דער סיסטעם צונויפשטעלן די צוויי מבקשי חברותא, און אָט וועט דער זיסער קול תורה פון שנים שיושבין ועוסקין בתורה הילכן פון די אומזעבאַרע פייבער-דראָטן וועלכע פירן די טעלעפאָנישע פאַרבינדונגען מקצה הארץ ועד קצהו.
די תורה איז ריזיג, רחבה מיני ים, און מ׳וויל זייער קענען צושטעלן פאַר יעדן סאָרט לומד אַ חברותא. אָבער, כדי צו דערלייכטערן דאָס זאָל אָנקומען שנעל און גרינג, האָבן די חברותא אינציאַטאָרן אויסגעשטעלט דעם סיסטעם אַז מ׳זאָל תיכף אין אָנהויב באַקומען אפּציעס פון עטליכע גרעסערע באַרימטע תורה-חבורות, אין וועלכע טויזנטער מענטשן זענען אָנגעשלאָסן.
אַזוי אַרום וועט מען אַסאַך לייכטער — און שנעלער — קענען צוזאַמפּאָרן חברותות איינער מיט׳ן אַנדערן.
אַזוי וועט איינער קענען זיצן אין איין עק וועלט אויף אַ פּרנסה-רייזע איבער׳ן ים, און אַ צווייטער אין אַ בית המדרש׳ל אין באָראָ פּאַרק, און אינאיינעם וועלן די צוויי לומדי תורה זיך פאַרגיין אין אַ געשמאַקער נעימות׳דיגער לימוד התורה, אָפּלערנען אַ בלאַט גמרא מלא טעם, וואָס וועט אָנפילן דאָס האַרץ און נשמה מיט אַזאַ ליכטיגן געפיל.

*
עפּעס ווערט שווער אינמיטן? נישט גע׳דאגה׳ט! מ׳גייט — אַנטשולדיגט, מ׳רופט… — צום ״שואל ומשיב״.
יאָ, ״חברותא״ האָט אויפגענומען אַ שטאַב שואלים ומשיבים, וועלכע לערנען די זעלבע מסכת, און שטיין גרייט צו ענטפערן סיי וועלכע פראגע און שוועריגקייט, אין די אַלע מקצועות וועלכע מ׳לערנט!
דער סיסטעם וועט צונויפשטעלן די צוויי לומדים אין אַ ״קאנפערענץ קאָל״ מיט׳ן שואל ומשיב, וועלכער וועט אַלעס הערליך צעלייגן און מברר זיין, קלאָרשטעלן און ערקלערן, און ווי נאָר ער ענדיגט, זיי פאַרשטייען, פירט זיי דער סיסטעם צוריק צו זיך אַליין, און דער שואל ומשיב גייט נעמען דעם נעקסטן רוף; די נעקסטע ״חברותא״!
אַזוי וועט אי״ה זיין אַן אמת׳דיגער געשמאַק צו לערנען, און קונה זיין תורה, בחברותא!

*
דאָס איז אַ היסטאָרישע רעוואָלוציע — אן איבערקערניש אין דער תורה-וועלט!
ס׳הייבט אָן אַ פרישע גאָלדענע תקופה פון ״יגדיל תורה ויאדיר״, הייבנדיג דעם כח פון קביעת עתים לתורה ביי כלל ישראל צו פרישע ספערן.
די ענערגישע אינציאַטאָרן וועלכע שטייען אונטער די תורה׳דיגע ״חברותא״ רעוואָלוציע זענען דאָ בלויז מיט איין איינציגסטן ציל ״לזכות את ישראל״, ולהרבות תורה בישראל. מ׳לאָזט זיך פאַר דעם קאָסטן אלפים ורבבות, איינצופעדימען און אויפהאַלטן דעם סיסטעם, און מ׳האָפט אַז נדיבים בעם, וועלן אַנטקעגנקומען זיך אונטערנעמען צו ספּאַנסאָרן טעג אא״וו, כדי מ׳זאָל קענען אָנהאַלטן — און פאַרברייטערן — דעם כח התורה פאַר׳ן עם התורה.
אַריינטרעטנדיג אינעם זמן שמחתינו, ווען מ׳גייט זיך אָט פרייען מיט דער תורה הקדושה, חבוקה ודבוקה בך, באַגריסט כלל ישראל מיט שמחה׳דיגע געפילן די וואונדערבאַרע ״חברותא״ אינציאַטיווע, וועלכע אַנטשפּרעכט אין ווירקליכן זין פון וואָרט צושטאַנדצוברענגען אַזאַ באַשיינפּערליכע ״הרמת קרן התורה בישראל״.
טויזנטער אידן פון איבער׳ן גאַנצן גלאָבוס, פון אַלע שיכטן און קרייזן, וועלן צום נייעם יאָר, ת׳הא ש׳נת פ׳ותחין ב׳חברותא, דורכדעם זיך מדבק זיין אין דער תורה הק׳, מיט אַ חברותא בכל עת, און גאַנץ כלל ישראל וועט דורכדעם זוכה זיין צו אַ לעכטיגע השפּעה משמי מרומים, מיט׳ן כח התורה בכל עת ובכל שעה, וואָס איז מגינא ומצלי, בכל עת ובכל שעה.
הרבה ״חברותא״ עושה! יגדיל תורה ויאדיר!
בעזאס
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 10:20 am

Re: רעוואלוציע אין עולם החברותות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעזאס »

חברותא
אטעטשמענטס
Screenshot_20210916-223116_Drive.jpg
Screenshot_20210916-223116_Drive.jpg (605.32 KiB) געזען 2430 מאל
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: רעוואלוציע אין עולם החברותות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

פשיהא!!! סאונד ווי א פאנטאזיע… ווארט מיר צו זען סוקסירן
בעזאס
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2020 10:20 am

Re: רעוואלוציע אין עולם החברותות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעזאס »

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: רעוואלוציע אין עולם החברותות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

סאונדס טא גוד טא בי טרו..

זיי האבן א שו"מ וואס איז יעצט עוועילעבל?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: רעוואלוציע אין עולם החברותות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

איינער מיט עקספיריענס וואס האט שוין גענוצט די ליין?
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”