יש לו מנה האט געשריבן:די גראפיקס איז עטוואס בעסער געווארן, אבער ברויך נאך א גרויסע תיקון, פון א הערליכע אויסגאבע מיט גראפיקס אזוי קלאר פאר די אויגן, איז עס יעצט זייער שלעכט.
שמואל שמעלקא האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיר איז די גרויסע בילד פון די פרשה, קודם אויף 2 גאנצע פעדזשעס איז שוין צו גרויס, און נאכדעים דאס אז די באשרייבונג איז אויף די אנדערע זייט מאכט עס זייער נישט באטאמט צו ליינען.
מיט פרייד מעלדן מיר אז מיר האבן אויפגענומען פרישע כוחות אין די גראפיק אפטיילונג מיטן ציהל צו נאך מער פארבעסערען און פארשענערן בעזר השם, וועלכע איר קענט מערקן אויף די לעצטע צוויי דעקלעך
בנוכע פרשה בילד וועט אויך זיין א שינוי בקרוב
אדרבה לאזט אייך הערן! מכל מלמדינו השכלנו