טישטוך האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער גלאק די שענסטע אויסגאבע וואס קומט ארויס אויף אידיש. אנדערש ווי אנדערע מאנאטליכע מאגאזינען וועלכע זענען פלעגיארירטע און טראנזאלירטע ארטיקלען פון גוי'שע קוועלער, שרייבט ער דארטן ארגינעלע ארטיקלען און שיינע מעשיות וואס זענען עכט ציענד און אינטערסאנט.
אבער וויבאלד עס גייט אריין דערין אזויפיל ארבעט, און מיט דעם אלעם פארשטייען מענטשן נישט קיין חילוק צווישן א חנוך גרינבערגער אינטערוויו צו א גלאק קלאסישער ארטיקל, ווערט עס נישט גענצליך אויספארקויפט, מוז ער בעטן טייער, האט מען טענות, קויפט מען נישט, פארמאכט זיך דער ביזנעס.
פון וואו נעמסטו אז אנדערע מאנאטליכע מאגאזינען זענען פלעגיארירטע און טראנזאלירטע ארטיקלען פון גוי'שע קוועלער?
פון וואו נעמט שמעון ראלניצקי זיינע זאכן אויב נישט פון גוי'שע קוועלער?
פארוואס איז עס ווייניגער אויטענטיש ווי א באזוך פון חנוך גרינבערגער אין פליישמאנ'ס פארם?
וועלכע ארטיקל איז גענוג ווערד אזש ס'איז קלאסיש און וואס איז נישט?
ווען דו קומסט מיט די טענה אז שמעון איז די נומער איינס שרייבער, ער שרייבט גוט און צום זאך, מילא.
אבער דו זאגטס עפעס אנדערש. וואס במציאות איז עס בכלל נישט אזוי. זיי זיך מסביר ביטע.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.