שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך מוז ענטפערן?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שפיצער

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:גרשון, ביי א מענטש וואס טראמפ'ס און זיינע לאיער'ס טענות זענען לעגיטים, ווערט אזא מצב באטראכט ווי "נאכנישט דא קיין געווינער". און מען דארף נישט זיין קיין קאנספיראטאר אדער פארפירערישער שרייבער עס אזוי אנצוקוקן.

אט פון דעם רעדט מען. האט ער דען לעגיטימע טענות? קיינער האלט נישט אז ער האט סיי וועלכע טענה. סיידן עטליכע רעפאבליקאנער שוואכלינגען וואס האבן מורא פון דעם בולי'ס נקמה. (איך מיין אז אפילו טראמפיסטן וועלן מודה זיין אז ער איז שטארק מקפיד אויף "ביומו תתן שכרו" פאר ווער ס'זאגט א קרום ווארט אויף אים.)

דו קענסט שוין דאס מודה זיין נאך צוויי וואכן וואס ער האט נישט ארויסגעשטעלט קיין שום עווידענס (וואס ער האט אין די מיליאנען...) און די געריכטן שליידערן ארויס די קעיסעס איינס נאכ'ן צווייטן.

א דאנק @פעיק פאר'ן שרייבן אויף אן אופן וואס ס'שפירט נארמאל צו ענטפערן.

קענסט אויסרעכענען ווער ס'זענען די "רעפובליקאנע לייבן " וואס האבן זיך אצינד ארויסגעשטעלט "קעגן"דעם פרעזידענט ??
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אויב די ווילסט,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א פיין שמועס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וועלכע שורה איז קאנספיראטאריש?

מסתמא איז קאנפיראציע נישט דער פאסיגער אויסדרוק; א בעסער ווארט איז "ליגנט".

ביידען האט שוין 306 עלעקטארס. דער פארמעסט איז שוין לאנג אנטשידן געווארן. חוץ א האלבער רעפאבליקאנער פארטיי און וולאדימיר פוטין אנערקענט עס די גאנצע וועלט.

עט דע טיים וואס דער פותח האשכול האט דאס געשריבן האבן א סך נעווארקס נאכנישט געהאט ביידען ביי 270.

גערעכט, נישט באמערקט. הגם נאך אלץ פארפירעריש, אבער נישט ליגנט.

דרך אגב,

די דעפענישן פון א קאנספיראציע איז: א פאקט וואס שטימיט נישט מיט די לינקע פראפאגאנדע.

די דעפענישן פון א סקאנדאל איז: א קאנספיראציע וואס באשולדיגט רעפובליקאנער.

עצה טובה: שטעל דעם גאונות'דיגן כאפ אין דיין חתימה, וועסט זיך שפארן פון ארומלויפן זוכן אין וועלכן נאך אשכול מ'קען עס דאמפן
שפיצער

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

אביסל טיפער האט געשריבן:אויב די ווילסט,

געגאנגען
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

שפיצער האט געשריבן:
אביסל טיפער האט געשריבן:אויב די ווילסט,

געגאנגען

עס געשריבן פאר @גרשון,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:גרשון, ביי א מענטש וואס טראמפ'ס און זיינע לאיער'ס טענות זענען לעגיטים, ווערט אזא מצב באטראכט ווי "נאכנישט דא קיין געווינער". און מען דארף נישט זיין קיין קאנספיראטאר אדער פארפירערישער שרייבער עס אזוי אנצוקוקן.

אט פון דעם רעדט מען. האט ער דען לעגיטימע טענות? קיינער האלט נישט אז ער האט סיי וועלכע טענה. סיידן עטליכע רעפאבליקאנער שוואכלינגען וואס האבן מורא פון דעם בולי'ס נקמה. (איך מיין אז אפילו טראמפיסטן וועלן מודה זיין אז ער איז שטארק מקפיד אויף "ביומו תתן שכרו" פאר ווער ס'זאגט א קרום ווארט אויף אים.)

דו קענסט שוין דאס מודה זיין נאך צוויי וואכן וואס ער האט נישט ארויסגעשטעלט קיין שום עווידענס (וואס ער האט אין די מיליאנען...) און די געריכטן שליידערן ארויס די קעיסעס איינס נאכ'ן צווייטן.

א דאנק @פעיק פאר'ן שרייבן אויף אן אופן וואס ס'שפירט נארמאל צו ענטפערן.

נישט וואר. אויב האלטסטו מיט די נייעס ראולער קאוסטער די לעצטע צוויי וואכן, ווייסטו אז באלד האלב אמעריקע האלטן אז טראמפ האט א קעיס. און טראמפ'ס לאיערס שרייען נאך אלס אז זיי האבן עווידענס אויף זייער טענות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

שפיצער האט געשריבן:עלעקטראלעס " באקומט מען נישט" (פאפולערע שטימען אפשר יא ...) די פראצעדור פון "באשטימען" עלעקטארעלס און עווענטועל זיי צוצוטיילן צו איטליכע פון די קאנדידאטן, הייבט זיך הערשט אן ווען דער פארלירער קאנדידאט, בעיסד אויף די רויע ציפערן, אנגענומען דורך ביידע זייטן, קאנסידט צום געווינער .עפעס וואס האט נאכנישט פאסירט היי יאר .

ביסט דיך טועה.

די מנהג אין רוב סטעיטס זענען, אז צו ערוועלן א פרעזידענט שיקט מען די עלעקטארס פונעם קאנדידאט וואס האט געוואונען די פאפולערע שטימען אין די סטעיט.

ס'האט נישט קיין שייכות מיט וואס די קאנדידאטן זאגן אדער נעמען אן.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

דאס איז א רעכטע צייטונג, אדער א פרא-טראמפ צייטונג?
בילד
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

א פיין שמועס האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:און וואס גייט זיין זייער אגעדע אויף מדינת ישראל ?

אויף מדינת ישראל אדער די כותל?

ביידע
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

והיתם נקיים האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:עלעקטראלעס " באקומט מען נישט" (פאפולערע שטימען אפשר יא ...) די פראצעדור פון "באשטימען" עלעקטארעלס און עווענטועל זיי צוצוטיילן צו איטליכע פון די קאנדידאטן, הייבט זיך הערשט אן ווען דער פארלירער קאנדידאט, בעיסד אויף די רויע ציפערן, אנגענומען דורך ביידע זייטן, קאנסידט צום געווינער .עפעס וואס האט נאכנישט פאסירט היי יאר .

ביסט דיך טועה.

די מנהג אין רוב סטעיטס זענען, אז צו ערוועלן א פרעזידענט שיקט מען די עלעקטארס פונעם קאנדידאט וואס האט געוואונען די פאפולערע שטימען אין די סטעיט.

ס'האט נישט קיין שייכות מיט וואס די קאנדידאטן זאגן אדער נעמען אן.

דא אין די רעכטע צייטונג אשכול מעג ער שרייבן אלטערנאטיווע פאקטן..
שפיצער

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

והיתם נקיים האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:עלעקטראלעס " באקומט מען נישט" (פאפולערע שטימען אפשר יא ...) די פראצעדור פון "באשטימען" עלעקטארעלס און עווענטועל זיי צוצוטיילן צו איטליכע פון די קאנדידאטן, הייבט זיך הערשט אן ווען דער פארלירער קאנדידאט, בעיסד אויף די רויע ציפערן, אנגענומען דורך ביידע זייטן, קאנסידט צום געווינער .עפעס וואס האט נאכנישט פאסירט היי יאר .

ביסט דיך טועה.

די מנהג אין רוב סטעיטס זענען, אז צו ערוועלן א פרעזידענט שיקט מען די עלעקטארס פונעם קאנדידאט וואס האט געוואונען די פאפולערע שטימען אין די סטעיט.

ס'האט נישט קיין שייכות מיט וואס די קאנדידאטן זאגן אדער נעמען אן.

נישט "רוב סטעיטס" נאר אין "אלע סטעיטס " .
און נאר נאכן "סערטיפייען די רעזולטאטן ". טיילט מען די עלעטארעלס פארן קאנדידאט מיט די מערסטע שטימען .
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

לכאורה האט געשריבן:
א פיין שמועס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:מסתמא איז קאנפיראציע נישט דער פאסיגער אויסדרוק; א בעסער ווארט איז "ליגנט".

ביידען האט שוין 306 עלעקטארס. דער פארמעסט איז שוין לאנג אנטשידן געווארן. חוץ א האלבער רעפאבליקאנער פארטיי און וולאדימיר פוטין אנערקענט עס די גאנצע וועלט.

עט דע טיים וואס דער פותח האשכול האט דאס געשריבן האבן א סך נעווארקס נאכנישט געהאט ביידען ביי 270.

גערעכט, נישט באמערקט. הגם נאך אלץ פארפירעריש, אבער נישט ליגנט.

דרך אגב,

די דעפענישן פון א קאנספיראציע איז: א פאקט וואס שטימיט נישט מיט די לינקע פראפאגאנדע.

די דעפענישן פון א סקאנדאל איז: א קאנספיראציע וואס באשולדיגט רעפובליקאנער.

עצה טובה: שטעל דעם גאונות'דיגן כאפ אין דיין חתימה, וועסט זיך שפארן פון ארומלויפן זוכן אין וועלכן נאך אשכול מ'קען עס דאמפן

ליבערשט לייג אריין "טראמפ שטיצער זענען קאנפיראציע טעאריקער" אין דיין חתימה, וועלן מיר זיך ביידע שפארן אומצאליגע תגובות.

וועסטו פרעגן, ערנסט גערעדט, וויפיל מאל קען מען איבערזאגן די זעלבע טענה?

איז די תירוץ גאר פשוט, איר קענט אויסוועלן איינער פון די אפציעס; אזויפיל מאל וויפיל:

1. מען שרייט "טראמפ שטיצער זענען אויפגעקומען מיט א קאנספיראציע טעאריע"
2. האסט געהערט די לעצטע "טראמפ אדמיניסטראציע סקאנדאל"?
3. טוויטער פלעגט טראמפ ועדותו'ס טוויט'ס

_______________
איך מיין גארנישט פערסאנאל, אזויפיל מאל ווי מען קען איבערקייען נארישקייטן אויף איין זייט קען מען עס צעלייגן אויף די צווייטע זייט. ופשוט הוא.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שפיצער האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:עלעקטראלעס " באקומט מען נישט" (פאפולערע שטימען אפשר יא ...) די פראצעדור פון "באשטימען" עלעקטארעלס און עווענטועל זיי צוצוטיילן צו איטליכע פון די קאנדידאטן, הייבט זיך הערשט אן ווען דער פארלירער קאנדידאט, בעיסד אויף די רויע ציפערן, אנגענומען דורך ביידע זייטן, קאנסידט צום געווינער .עפעס וואס האט נאכנישט פאסירט היי יאר .

ביסט דיך טועה.

די מנהג אין רוב סטעיטס זענען, אז צו ערוועלן א פרעזידענט שיקט מען די עלעקטארס פונעם קאנדידאט וואס האט געוואונען די פאפולערע שטימען אין די סטעיט.

ס'האט נישט קיין שייכות מיט וואס די קאנדידאטן זאגן אדער נעמען אן.

נישט "רוב סטעיטס" נאר אין "אלע סטעיטס " .
און נאר נאכן "סערטיפייען די רעזולטאטן ". טיילט מען די עלעטארעלס פארן קאנדידאט מיט די מערסטע שטימען .

דו רעדסט פון די שטימען אין די ספעציפישע סטעיט, און ער רעדט פון די פאפולערע שטימען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט די לעצטע פאר טעג.

די לוח הציבור פלעגט אלעמאל האבן די זעלבע נייעס ווי די דעילי איד, ממש גענוי ווארט ביי ווארט. די לעצטע פאר טעג זע איך אז די לוח הציבור נייעס זענען פרא טראמפ! אבער ממש פייער קעגן די ליבעראלע בעלי דמיונות... האב איך בודק געווען, און געזען אז די דעילי איד האט טאקע נישט די זעלבע נייעס מער.

עס איז מעגליך אז זיי האבן גענומען א נייע שרייבער, אדער קען זיין אז זיי האבן געבעטן דעם שרייבער אנצוהייבן שרייבן פרא טראמפ.

איינער קען אריינקומען מיט פרטים?

קען זיין אז זיי האבן געשפירט אז קול ברמה ווערט שטארק פאפולער מיט זייערע אנאליזן האבן זיי גענומען די זעלבע ריכטונג.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

שפיצער האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:עלעקטראלעס " באקומט מען נישט" (פאפולערע שטימען אפשר יא ...) די פראצעדור פון "באשטימען" עלעקטארעלס און עווענטועל זיי צוצוטיילן צו איטליכע פון די קאנדידאטן, הייבט זיך הערשט אן ווען דער פארלירער קאנדידאט, בעיסד אויף די רויע ציפערן, אנגענומען דורך ביידע זייטן, קאנסידט צום געווינער .עפעס וואס האט נאכנישט פאסירט היי יאר .

ביסט דיך טועה.

די מנהג אין רוב סטעיטס זענען, אז צו ערוועלן א פרעזידענט שיקט מען די עלעקטארס פונעם קאנדידאט וואס האט געוואונען די פאפולערע שטימען אין די סטעיט.

ס'האט נישט קיין שייכות מיט וואס די קאנדידאטן זאגן אדער נעמען אן.

נישט "רוב סטעיטס" נאר אין "אלע סטעיטס " .
און נאר נאכן "סערטיפייען די רעזולטאטן ". טיילט מען די עלעטארעלס פארן קאנדידאט מיט די מערסטע שטימען .

ביסט דיך טועה.

די מנהג אין מעין און אין נעבראסקא איז אז פאר יעדע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואס א קאנדידאט האט געוואונען שיקט מען איינס פון זיינע/אירע עלעקטארס צו ערוועלן דעם פרעזידענט, און פאר די קאנדידאט וואס האט געוואונען די סטעיט שיקט מען נאך צוויי פון זיינע/אירע עלעקטארס.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

האלצשטיין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט די לעצטע פאר טעג.

די לוח הציבור פלעגט אלעמאל האבן די זעלבע נייעס ווי די דעילי איד, ממש גענוי ווארט ביי ווארט. די לעצטע פאר טעג זע איך אז די לוח הציבור נייעס זענען פרא טראמפ! אבער ממש פייער קעגן די ליבעראלע בעלי דמיונות... האב איך בודק געווען, און געזען אז די דעילי איד האט טאקע נישט די זעלבע נייעס מער.

עס איז מעגליך אז זיי האבן גענומען א נייע שרייבער, אדער קען זיין אז זיי האבן געבעטן דעם שרייבער אנצוהייבן שרייבן פרא טראמפ.

איינער קען אריינקומען מיט פרטים?

קען זיין אז זיי האבן געשפירט אז קול ברמה ווערט שטארק פאפולער מיט זייערע אנאליזן האבן זיי גענומען די זעלבע ריכטונג.

דאס זיכער נישט... קול ברמה איז ווייט פון פאפולער אחוץ ביי די פאר פארברענטע טראמפיסטן. רוב כלל ישראל און אפילו רוב רעפובליקאנער לאכן פון זיינע דמיונות...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ליבלעך האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט די לעצטע פאר טעג.

די לוח הציבור פלעגט אלעמאל האבן די זעלבע נייעס ווי די דעילי איד, ממש גענוי ווארט ביי ווארט. די לעצטע פאר טעג זע איך אז די לוח הציבור נייעס זענען פרא טראמפ! אבער ממש פייער קעגן די ליבעראלע בעלי דמיונות... האב איך בודק געווען, און געזען אז די דעילי איד האט טאקע נישט די זעלבע נייעס מער.

עס איז מעגליך אז זיי האבן גענומען א נייע שרייבער, אדער קען זיין אז זיי האבן געבעטן דעם שרייבער אנצוהייבן שרייבן פרא טראמפ.

איינער קען אריינקומען מיט פרטים?

קען זיין אז זיי האבן געשפירט אז קול ברמה ווערט שטארק פאפולער מיט זייערע אנאליזן האבן זיי גענומען די זעלבע ריכטונג.

דאס זיכער נישט... קול ברמה איז ווייט פון פאפולער אחוץ ביי די פאר פארברענטע טראמפיסטן. רוב כלל ישראל און אפילו רוב רעפובליקאנער לאכן פון זיינע דמיונות...

אבער דאך נעמט עס רוב עולם יעדן טאג צו ליינען און דאס העלפט ארויס די אויסגאבע
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שפיצער

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

קודאס פאר די היימישע צייטונגען וואס באריכטן וואך איין וואך אויס ענדע וואך נייעסן און אנאליזן וואס מען טרעפט נישט דורכאויס די וואך אין קיין שום אנדערע נייעס קאנאלן .פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון "נייעסן " וואס כ'האב די וואך זיך צום ערשטן מאל דערוואוסט ביים בלעטערן אין די היימישע פאפירן.

די צייטונג:
= ווען דער פארלירנדע פרעזידענט טראמפ זאל זיך ווען צוהערן צי די ראט פון זיינע נאנטע ראטגעבער און פריינט, און נאכפאלגן "זייער סטראטעגיע" וויאזוי צו באזיגן פרעז עלעקט ביידען, וואלט ער ווען "לייכט" באזיגט ביידען און ווידערערוויילט געווארן פאר נאך א קאדענץ . האלט זיך דאך טראמפ אבער קלוגער פון יעדן און ער איגנארירט זייער ראט,(א אייגן באשאפן נערעטיוו וואס "די צייטונג" פעדלט וואך איין וואך אויס.) האט דאס פאראורזאכט ער זאל פארלירן צו "ביידענס אייגענע בעיסמענט סטראטעגיע".=( הערה : ווער זענען די ראטגעבער און וואס איז געווען "זייער סטראטעגיע".???).

=אין די סטעיט פון זשארזשיע איז געווען 42 טויזנט רעפבוליקאנער וויילער וואס האבן "ריקוועסטעד" עבסענטי און מעיל אין בעלאטס ביי די פארלאפענע פריימעריס, און האבן דאס קיינמאל למעשה נישט צוריקגעשיקט.= (הערה: גאר א מערקווידיגע ערשיינונג," אויב" ס'איז וואר. הייסט עס אז די רעפובליקאנער זענען אזוי עקסטרעם אנדערש פון די דעמאקראטן אויכעט אין פיזישן זין אז בעת וואס די דעמאקראטן שיקן צוריק מאסן "אומגעבעטענע בעלאטס" ,שיקן נישט די רעפובליקאנער אריין אפילו זייער "געבעטענע בעלאטס"?? . נאר וויבאלד דער מקור פון דעם נייעס איז,לויט די צייטונג, דער סא"ס פון זדשארשיע, וואלט איך נישט געהאלטן אז ס'איז קראנט. דער בחור איז דאך קענטליך "אביסל צומישט ".און נישט קלאר מיט די נומערן פון שטימען דארטן, נאכדעם ווי ע'רט דאך געמאלדן, איידער מ'האט געפינען נייע שטימען אין די סטעיט, אז יעדע שטימע איז געציילט געווארן .

= ברעיקינג= טראמפ פארלאזט אצינד דעם ווייסן הויז א צובראכענער מאן נאכדעם וואס ער איז "פארזינקען" אין שווערע חובות (לייען מארטגידשעס ) וואס ער ברויך שוין אנהייבן באצאלן אין עטליכע יאר ( הערה : איר האט עקסעס צו די מארטגעדש דאקומענטן???.) אויך איז דא א "מעגליכקייט" אז ער אדורך א "שטיקל סטראוק" מיט א האלבע יאר צוריק ביי זיין מיסטעריעזע באזוך אין די וואלטער ריד שפיטאל .איי ער פירט דאך א ווערטשאפט, האט זיך ארויסגעדרייט פון קאוויד שנעלער ווי א ישיבה קטנה בחור, האט אפגעהאלטן מעכטיגע ראליס רונדע דעם זייגער איידער די עלעקשאנס ? דאס זאגט נישט גארנישט, נאכמער מען האט אפילו באמערקט לעצטנס "געוויסע שוואכקייטן אין אים" אזויווי ווען מהאט אויפגעכאפט אז ער כאפט אהן א גלאז וואסער מיט "ביידע הענט" .=(הערה:# קאם אן מען!.)
= די צייטונג "שפעקאלירט" אז די ריס צווישן טראמפ און דעם נארוואס געווארפענעם מארק עספער האט זיך שוין אנגעהויבן ווען עספער האט געוואלט געבן פאר אלעקסאנדער ווינדמאן א "פארדינטע ראנג העכערונג" (?) צוריק אין יולי און טראמפ האט דאס נישט צוגעלאזט נאכדעם וואס ווינדמאן האט געשפילט א "באטיינדעדע ראלע אין די "אימפיטשמענט פארזוך קעגן טראמפ."(לייען: האוקוס) זייענדיג פון די "מאכטפולסטע עדות ביים פראצעס " .
דער באריכט ענדיגט צו אז ווינדמאן האט אין די ענדע "באשלאסן צו ריטייערן".( הערה : פאקט טשעיק=ער איז געפלויגן ווי א הונט.)
= מערערע גענעראלן און פענטאגען באאמטע פארדאמען שארף דעם פרעז באשלוס צו דראסטיש רעצודירן די אנוועזנהייט פון די אמעריקאנער מיליטער אין אפגאניסטאן און אין איראק.=( הערה : נעמען?).

דער איד און די בלאט:
נישטא עפעס גרויסע חידושים , מער ווייניגער חזרה פון די "פרא-ביידען אשכול" דא אויפן וועלטל . מיטן אויסנאם פון געוויסע נייעסן און אנאליזן וואס איז עטוואס מער "טראמפ-פריינטליך" . דער איד ווייניגער און דער בלאט מער ..

אין בלאט ווי סלויפט א וועכענטליכע "דעבאטע" צווישן א "רעכטן- רעפובליקאנער" און א "לינקער דעמאקראט" ווערט די וואך באהאנדלט די נייע וואקסין. ווי דער רעכטער שרייבט צו די קרעדיט פונעם וואקסין צו טראמפ און צו זיין "אפערעשאן ווארפ ספיד" וואס ע'רט געגאסן ביליאנען פאר דעם וכ'ו .דער לינקער ווארפט דאס אפ שרייבנדיג : די קרעדיט קומט זיך פאר די פילע סייענטיסן און געזונטהייט באאמטע וואס האבן געעארבעט דערויף און אויך פאר פעלאסי און די דעמאקראטיש געפירטע קאנגרעס וואס האבן באשטעטיגט די געלטער פאר דעם בעת וואס טראמפ שפילט זיך בלויז מיט זיין סמארט פאון די גאנצע צייט און אויסער זיין געבן א חתימה אויף די פעלאסי בילל האט ער "נישט צוגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער" ..
לעצט פארראכטן דורך שפיצער אום זונטאג נאוועמבער 22, 2020 11:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שפיצער

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

נאך פון "די צייטונג":
ראן קלעין, דער אויסגעקליבענער טשיף אף סטעף פון "פרעזידענט עלעקט ביידען", איז דער פארוועם ס'קומט זיך די קרעדיט פון ביידענס געלונגענע "דעבאטע פרעפארמענס" .

(הערה: דער שרייבער פון "די צייטונג " ציילט זיך צווישן די 9 פראצענט אמעריקאנער וואס האבן געהאלטן אז ביידען האט גאר געוואונען דעם דעבאטע ??..)
שפיצער

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

פון דאס ביסל וואס איז מיר שוין אויסגעקומען צו "בלעטערן" אין "די צייטונג":
פאריגע וואך איז עס געווען טראמפ וואס "זינקט אין שווערע חובות", (אויף אלע אידן געוואונטשן .)
די וואך איז עס זשוליאני, וואס "איינע פון די סיבות " פ"וו ער געפונט זיך נאך בכלל אויפן פרעזידענטס טיעם, אין די צייט וואס ער אליין ווייסט אז ער מאכט זיך צונאר און ס'איז בלויז א שפיל וכו, איז צוליב דעם וואס דעם "זשוליאניס פינאנצן" זענען אויך נישט אזוי איי איי איי ,( אויך אויף אלע אידן געוואונטשן זיין, דוכט זיך, 50 רעדלעך), מילא זוכט דער וואגאבונד פשוט צו כאפן די "באריכטעטע" 20 אלפים, וואס טראמפ צאלט אים אויפן טאג. אפילו ווען ער ווייסט אז ס'איז א פארלוירענע קעיס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

סאו א רעכטע צייטונג מיינט א אויסגאבע ווי דו וועסט זיך נישט אנשטויסן אין די נייעס וואס דו גלייכסט נישט, און ווי בלויז 9 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז ביידן האט געווינען די דעבאטעס? איך טענה דאס שוין לאנג אבער יעצט זאגסטו עס קלאר אז דאס איז די דעפיניציע.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שפיצער

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

דער בלאט:.
ביי די וועכענטליכע דעבאטע צווישן די "רעכטע-לינקע":
דער רעכטער רייסט אראפ ביידען פאר זיינע ביז איצטיגע קאבינעט אפוינטיס, ער נעמט אלס א ביישפיל "זשאן קערי", און ברענגט א ליסטע פון פארשידענע דורכפעלער וואס דער האט באוויזן אנצומאכן דורכאויס זיין יארן לאנגע קאריעריע אין "די וואשינגטאן-זומפ".
דער לינקער ענטפערט אפ: געב א קוק אויף די "געלונגענע פאזיציעס", וואס ביידען האט שוין באוויזן צו ערפילן א שטייגער ווי "ראן קלעין " וכו

.
"דער לינקער", פארפאסט אבער אפצוענטפערן דעם "זשאן קערי" פאזיציע ווי אויך פארפאסט ער צו דערמאנען אז ראן קלעין האט אויפגעדעקט אז אונטער די ביידען-אבאמא אדמינ האט מען געמאכט "יעדע מעגליכע טעות פון די בוך" , ביים באהאנדלען די דעמאלטסדיגע "שוויין פלו .
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: שוין העכסט צייט : א נייע היימישע " רעכטע " צייטונג .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

@שפיצער ביסט גוט
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”