נאר מיט שמחה האט געשריבן:כמים שאין להם סוף האט געשריבן:eller האט געשריבן:און ס'איב אמת אינטערסאנט ווי וועוועל פארשטייט גוט די גאנצע פראבלעם פון ארויפברענגען די אזוי גערופענע סלעברעטיס זינגערס און דאך גייט ער ווייטער אן מיט די עולם הנגינה..
הקיצור ווען עפענט זיך אויף א עולם המסחר ? יעדע וואך אינטערוויאס מיט פלאמבער'ס און עלעקטערישאןס ? זיי קענען האבן מאכטפולע מעסעדזשעס פארן ציבור ווי ר' יש דערמאנט עס..
איך פארשטיי באמת נישט די צושטעל פון פלאמבערס און זינגערס. וועם אינטערעסירט וואס דער פלאמבער, עלעקטערישאן און פאפקארן סוחר האט צוזאגן?? מש"כ א זינגער האט הונדערטער און צומאל טויזנטער צוהערער (followers) וואס קויפן אפ יעדע ווארט וואס ער זאגט, און א ווארט פון חיזוק אדער מוסר קען האבן א מוראדיג השפעה אויף א בחור'ל אדער א אינגערמאן וואס איז א פען פון דעם זינגער. עס איז היינט דא ליידער אסאך בחורים וואס מוסר שמועסן פון זייער מגיד שיעור אדער ראש ישיבה רעד נישט צו זיי, און דווקא א ווארט פון א זינגער זענען זיי גרייט צו מקבל זיין.
דאס איז ריכטיג, לטב ולמוטב. זאלן זיי עס נאר אויסנוצן צום גוטן.
איך קוק אן א זינגער ווי א אייוועלט שרייבער, וואס ער האט די פלאטפורמע און ער קען זאגן וואס ער וויל...
די עיקר פראבלעם איז אז פון רבנים און דיינים איז אונז נישט אינטרעסאנט אויסצוהערן, נאר פון די מינ'ע חברה. און די ארגסטע זענען די אינטערנעט שרייבער'ס וכו' וואס זיי פיהרן היינט די דעת הקהל, ואכהמ"ל.
די שאלה איז פארוואס גיבסטו זיי די פלאטפארמע ??
מילא אויף סאשול מידידע אדער אפילו אויף אייועלט קומט נישט (אפיציעל) אן צו די קינדער - בחורים. אבער פארוואס דארף קולמא און אזוי אויך די מאגעזינען דארפן געבן א גרויסן פלאטפארמע וואס אלע קינדער און בחורים קוקן און הערן מיט אפענע אויגן און אויערן....
גיב די פלאטפארמע פאר חשובערע אידן...