loyodea האט געשריבן:בסד האט געשריבן:אל תדאג האט געשריבן:loyodea האט געשריבן:דרעזנער פארציילט אז א סקווירא אינגערמאן האט אים אליינס פארציילט, אז ער איז שוין געווען איבערגעדעקט אלס א נפטר ל"ע, שפעטער האט איינער באמערקט ווי ער רוקט זיך נאך, האט מען אים ארויסגענומען, ממש א שרעק.
וואו פארציילט ער עס? כ'מיין אז דו ביסט זיך טועה מיט דאס וואס א.י. האלצלער האט פארציילט אויף א אינטערוויא, וואס יענס פאל ווייס איך קלאר אז ס'נישט אמת.
ר' יצחק שלמה דרעזנער פארציילט נאך פון א איד הרוצה בעילום שמו װאָס האָט אים פארציילט אז ער איז געלעגן צוגעדעקט גרייט פאר יושב בסתר. (זיין לשון)
ר' וועלוועל צפרעגט אים איבער און ר' י"ש באשטעטיגט עס ווידער.
מוז נישט זיין אז א היימישע הצלה איז געווען וואס האט עס געטון. קען זיין און די בהלה איז געווען פון אנדערע אגענטורן... איך בין נישט דארט געווען. ס'איז א רויע מעשה, וואס ליגט א אחריות אויף די אינסטאנצן אויסצופארשן. ווער ווייסט וויפיל נפשות דאס קען ראטעווען. ס'זאל זיך חלילה מער נישט מאכן קיין טראגעדיע.
איך הער אז די מעשה איז נישט ריכטיג. מ'קען אפאטעמען
גראדע אמר''ש, האב איך געהערט ערשט האנטיג אז א קינד פון ר' דוד קובטשיק פון בני ברק איז שוין ממש געווען שווארץ און מ'האט שוין נישט געוואלט ארבעטן אויף אים,
איז געווען אייינער קלאפהאלץ פון הצלה וואס האט זיך איינגעקשנט יא צו ממשיך זיין, מ'האט אים אריינגעפירט קיין זיו אין צפת,
און דערנאך מיט א העליקאפטער קיין רמב''ם אין חיפה ווי ער האט זיך אויפגעוועקט פרייטאג צונאכט, און למעשה איז ער שוין יעצט אינדערהיים.
דאס איז די מעשה אויפן שפיץ גאפל.
ס'איז א מורא'דיגע מעשה! כ'ווייס נישט פארווואס דרעזדנער האט נאכנישט ארויפגעברענגט די טאטע פאר א אינטערוויא.