טשעירמאן האט געשריבן:בן כלבא שבוע האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט, אויב זאגט ער ריכטיגע נקודות דאן וואס זאל אנגיין פאר מענטשן וואס טוט זיך ביי אים פערזענליך?
ער מאכט דאך נישט קיין תקנות, סך הכל לערנט ער אויס א נייע מהלך אין לעבן.
ריכטיג, אבער איך האב אויך א נקודה, אז סאוםהאו זענען אלע זיינע טאלקינג פאונטס נישט נוגע פאר אים זעלבסט, לכאורה ווייל סאיז טאקע נשט מער ווי טאלקינג פאונטס...
מיין פוינט איז, אז טאקע דאס אז ער האט די זעלבע לייף-סטייל ווי אונז, ער האט די זעלבע תאוות ווי אונז, גיבט אים די לעגיטימיטעט אונז צו עפענען די אויגן. אונז זעמיר אלע אין איין באקס אבער ער פרובירט אונז צו מאכן ברייטער.
ווען עס קומט ווען ארויף א פארביטערטע עקסטרעמיסט, וואס גייט מיט א 100 דאלארדיגע שטריימל, מאכט חתונה אין ווייבער שול, וואוינט אין א אפגעזינדערטע דארף, און פארדינט 45 טויזנט דאלאר א יאר, דאן וואלטסטו געווען גערעכט.
ער איז אבער א בעל בתישע איד וואס וואוינט ביי אונז אין מאנסי, שעמט זיך נישט מיט זיין ריכטיגע נאמען, און עפנט אונז דשאסט אויף די אויגן מיר זאלן נישט טראכטן פון יענעם נאר טון וואס איז גוט פאר דיר אליין.
על מה יצא הקצף?