היסטאריקער האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך געב קרעדיט פאר 'דער איד' פארן פרובירן זיך צו האלטן נייטראל זשורנאליסטיש, און געלייגט דעם עדעמס העדליין ערשט, און די פאליטישע יענג העדליין צווייט.
אין אנדערע צייטן פלעגט מען טון פארקערט, און געוויסע וואלטן נאך היינט געטון אזוי.
ווען נישט די ווערטער וואלט איך נישט געטראכט אז דאס איז געשריבן מיט א אגענדע
איך בין נישט קיין חסיד פון דער איד, איך קויף עס ניטאמאל בקביעות, נאר ווען זיי האבן עפעס ספעציעל (למשל די יעצטיגע סעריע מיט ר' מאיר ליפשיץ...)
קענסט נאכקוקן מיינע תגובות, איך קריטיקיר אסאך זייערע העדליינס, ס'איז בדרך כלל גאר שוואך און צוריקגעשטאנען. דער בלאט איז אסאך בעסער אין דעם הינזיכט. נאר דאסמאל האבן זיי מיר אויסגעשפילט האב איך זיי געוואלט געבן קרעדיט...