eller האט געשריבן:כ'ווייס נישט, כ'האב געליינט די נייע סאין דער איד און כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מענשטן קעגן העצן קעגן דעם אז ס'איז אויף די פראנט פעידזש..
כ'וויל נאר נישט וויסן וויאזוי ס'וואלט געווען ווען די פאליס רייסט זיך איין 2 ביינאכט אין די BLM אפיסעס און זיי ארעסטירען די אלע אנפירערס פוןדי BLM 2 ביינאכט אין פראנט פון זייערע קינדער.... (כ'רעדט נישט פון די יונגען וואס רצחנן כ'רעדט פון די אנפירער'ס פון די ארגעניזעישאן..) די וועלט וואלט געשטורמט אויף א וועג אז קיינער וואלט נישט געקענט ווער זשארדש פלויד איז..
און דא ספונקטליך איז געשעהן אין מאה שערים נאר צו ערליכע עסקנים..
כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס דער איד האט אפילו געלייגט אין קליין אויף די פראנט פעידזש וועגן די זשורי איבער פלויד.... די וועלט דארף קאכן וואס די רשעים טוען מיט די עסקנים..
כ'וועל דיך פרובירן צו מסביר זיין:
א שטורעם אין א צייטונג קען קומען צוליב צוויי סיבות 1)כדי צו אויפהייבן א וויי געשריי און ברענגען סיי וועלכע טויש, זאל עס זיין אינעם דעת הקהל, צו א ממשות'דיגע טויש. 2) פשוט עס איז געווען א הויפט נייעס און געשפרעך פון טאג.
יעצט ווען די אלגעמיינע מידיא מאכט א שטורעם פון די BLM בעוועגונג, אריינגערעכנט די ברייט געדעקטע משפט שאווין, קומט עס צוליב די ערשטע סיבה צו ברענגען רעזולטאטן.
אבער ווען די היימישע צייטונגען מאכן א מצב דערפון קומט עס צוליב די צווייטע סיבה פשוט צו דעקן א שטורמישע נייעס.
איז אויב וועט קומען א היימישע צייטונג און אנשטאט וועט ער מאכן א שטורעם פון א היימישע אינערליכע נייעס צוליב די ערשטע סיבה, איז עס זייער פארשטענדליך ווי אויבן דערמאנט, ווייל דעיס איז דאך איינע פון סיבות א צייטונג זאל מאכן א העדליין פון א נייעס.
יעצט דא ביי דער איד'ס העדליין די וואך האט געפעלט די ביידע סיבות, קודם כל צו אויפהייבן א וויי געשריי און האלטן פאראנטווארטליך די שולדיגע, איז נישט קיין הו''א אז ס'נישט נוגע דא. די ציונים האבן אונז פיינט אפענערהייט,און אפילו דו וועסט אים פארהאלטן אין פנים אריין, וועט ער דיר עס אפען מודה זיין, ממילא וועט זיכער נישט העלפן קיין שטורעם אין א סאטמארע צייטונג.
און די צווייטע סיבה קומט אויך נישט אריין דא, זינט דאס איז ליידער ווייט נישט קיין נייעס. די ציוניסטישע רשעות גייט שוין אן פאר די לעצטע דריי און זיבעציג יאר, און אפילו נאך פיל ערגער ווי דאס וואס האט יעצט פאסירט. די רבי ז''ל האט שוין געזאגט אז זיי זענען עלול אויף שפיכת דמים. זיי האבן שוין פארגאסן פיל אידיש בלוט און גערודפט היימישע אידן אויף א פארנעם וואס אין סיי וועלכע אנדערע לאנד וואלט שוין לאנג געווארן א שטורעם און ס'וואלט געברענגט א טויש,אזעלכע מעשיות הערט מען כסדר דארט און מ'קען יעדע וואך מאכן העדליינס דערפון! פארקערט, פון דער איד'ס העדליין די וואך קוקט אויס ווי א שטיקל סתירה צו דאס וואס מ'האלט אין איין חזר'ן אז די רשעות פון די מדינה איז עד אין לשער...
בקיצור, מ'דארף כסדר רעדן פון די ציוניסטישע רשעות סיי ה' אייר און סיי א גאנץ יאר, אבער דאס איז נישט געמאכט פאר א צייטונג,און אויפטוישן א אמעריקאנע הויפט נייעס מיט עפעס וואס פאסירט יעדע וואך מאכט נישט קיין סענס. און ס'קומט נישט אריין פרעגן וואס וואלט ווען געווען ווען ס'פאסירט ווען אין אמעריקע, כנ''ל.
כ'האף אז דו פארשטייסט שוין.