סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

טעם וריח האט געשריבן:כבין נאכנישט אנגעקומען צו הערן דעם שיעור דעי וואך.

אבער פאריגע וואך דערמאנט ער גאלאנטא רב זצ"ל רבי ישוע בוקסבוים הי"ד, ער זאגט אז ער האט געהאט שווייצע בירגער סערטיפיקאטן צו קענען פארלאזן דאס לאנד קיין שווייץ באצייטענס און זיך ראטעווען פון גיהנום. אבער דער לאקאלע חברה-מאן (דענק נישט זיין פאזיציע און נאמען) האט געפסל'ט די סערטיפיקאטן זאגענדיג אז דאס איז נישט געגעבן געווארן לעגאל.

איז דעי מעשה נישט בניגוד צו די מעשה מפורסם אז דער רב האט נישט געוואלט פארלאזן עדת צאן מרעיתו בשעת חירום? און האט דוקא געוואלט מיטגיין מיט זיין קהילה קיין אוישוויץ?

איך האב אויך געקלערט וועגן די מעשה המפורסמת אז לא יעזוב רועה את צאן מרעיתו, אז דאס איז אין קעגנזאץ פון דאס וואס רבי שאול דערציילט.

ער זאגט אז ער האט געהאט אן על סעלוואדאריען (און כדרכו שטרייכט ער אונטער משנה צו זיין די נאמען ע"ש עבו"ז... פון סאלוואדאר צו סעלוואדאר) וויזע פון דער אמבאסאדאר אין גענעווע.

זעה דא https://en.wikipedia.org/wiki/Jos%C3%A9 ... _Contreras
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

מונאוויטש האט געשריבן:
פארשיקט האט געשריבן:איז דע וואך שרעקעדיג!!

נושא?

עס איז וועגן טראגעדיעס, אבער פארט אריין אין שלאגן פון די אלטע מלמדים, און וואס א מלמד האט אים געזאגט וואס ער האט געטראגט בשעת'ן שלאגן.
ער האט מיר נישט געלאזט אזוי שנעל איינשלאפן.

-----
לשבחו פון ר' שאול מוז מען זאגן אז ווען ער רעדט פון זייער שלאגן, רייסט ער זיי נישט אראפ נאר ער ברענגט ארויס וויפיל זיי האבן אלס צוזאם געליטן.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

די מעשה מיטן מעסער? ער האט עס שוין ערווענט אמאל ביי א שמועס.
שמייחל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:41 am

חצי שיעור פ' בלק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייחל »

ס'האט מיר זייער באנומען דעם בריוו וואס ר' שאול האט אויפגעליינט די וואך, פון דער וואס שטעלט זיך פאר אלס איינער וואס גייט נעבעך דורך דעם כוס התרעלה
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דער לעגענדארער טברסקי'לע איז לכאורה דער יונגסטער ילד הפלא אין היסטאריע...
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

ר' שאול רעדט ארום איבער די קעיס די וואך,
https://www.gofundme.com/cper2x-save-yoel-and-yael
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

למה עזבתנו?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

לא לנו האט געשריבן:למה עזבתנו?

דהיינו?
על "טעם וריח" אין להתווכח
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

זעה איך אז דער שיעור פון די וואך איז שוין ארויף!
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

האב איך אנגעהויבן צו הערן נעכטן די אנאליז אויף די טוריסטן אין וויליאמסבורג, אזוי הערליך צולייגט נוסח ר' שאול, היינט ווען איך האב געוואלט ווייטער הערן די אנאליז, זעה איך אז די גאנצע נושא איז געווארן אראפגעשניטן.
וועם האט עס געבאדערט?
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

חברותה האט געשריבן:האב איך אנגעהויבן צו הערן נעכטן די אנאליז אויף די טוריסטן אין וויליאמסבורג, אזוי הערליך צולייגט נוסח ר' שאול, היינט ווען איך האב געוואלט ווייטער הערן די אנאליז, זעה איך אז די גאנצע נושא איז געווארן אראפגעשניטן.
וועם האט עס געבאדערט?

ביסט מכובד איבערצוגעבן וואס איך האב פארפאסט צו הערן.
אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכטיג גרויס »

בסד האט געשריבן:
חברותה האט געשריבן:האב איך אנגעהויבן צו הערן נעכטן די אנאליז אויף די טוריסטן אין וויליאמסבורג, אזוי הערליך צולייגט נוסח ר' שאול, היינט ווען איך האב געוואלט ווייטער הערן די אנאליז, זעה איך אז די גאנצע נושא איז געווארן אראפגעשניטן.
וועם האט עס געבאדערט?

ביסט מכובד איבערצוגעבן וואס איך האב פארפאסט צו הערן.

איך האב זייער הנאה געהאט פין די שיעור
ער האט צווישען אנדערע פארגעליינט א ארטיקל פין די פאוסט אויך האט ער דערציילט וואס ער האט אמאל געזאגט פאר די געסט
אבער איך האב גראד פארשטאנען אז סמעגליך אז סוועט נעלם ווערן נישט ווייל איך האלט אז סאיז עפעס שלעכט געווען נאר ס'אייביג דא ווער ס'טרעפט אין אלעס פראבלעימען
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אינטערסאנט, איך האב געהאט אפאר הערות אויף דעם שיעור. וועגן די אנטסעמיטיזם אישו ועוד, ועוד חזון למועד.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מעכטיג גרויס האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
חברותה האט געשריבן:האב איך אנגעהויבן צו הערן נעכטן די אנאליז אויף די טוריסטן אין וויליאמסבורג, אזוי הערליך צולייגט נוסח ר' שאול, היינט ווען איך האב געוואלט ווייטער הערן די אנאליז, זעה איך אז די גאנצע נושא איז געווארן אראפגעשניטן.
וועם האט עס געבאדערט?

ביסט מכובד איבערצוגעבן וואס איך האב פארפאסט צו הערן.

איך האב זייער הנאה געהאט פין די שיעור
ער האט צווישען אנדערע פארגעליינט א ארטיקל פין די פאוסט אויך האט ער דערציילט וואס ער האט אמאל געזאגט פאר די געסט
אבער איך האב גראד פארשטאנען אז סמעגליך אז סוועט נעלם ווערן נישט ווייל איך האלט אז סאיז עפעס שלעכט געווען נאר ס'אייביג דא ווער ס'טרעפט אין אלעס פראבלעימען

וואס איז שייך צו זאגן, דאס בארירט דאך אזוי ווייטאגליך די הערצער פון עטליכע חשוב'ע משפחות, ואכמ"ל.
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

ער האט פארגליינט דעם גאנצן ארטיקל פון דעם פאוסט מיט די נעמען....
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

זעהט אויס ר'שאול דארף העלף מיט צונעמען די סוכה
ווער קען זיך מנדב זיין אים ארויסהעלפן מיט דעם,
וואס וועט העלפן די אלע שומעים וואס גייען טשעקן יעדע פאר שעה אויב מ'האט שוין עפעס ארויפגעלייגט

ס'איז שוין זונטאג ביינאכט 12:00 אין מ'ווארט מער נאך אלץ ס'זאל עפעס ארויפגיין א נייע שמועס
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

פלאחותיך האט געשריבן:זעהט אויס ר'שאול דארף העלף מיט צונעמען די סוכה

דערווייל קענסטו ליינען זיין טאג בוך קאלום אין די צייטונג-סוכות
http://www.ditzeitung.com/3302a/mobile/index.html#p=66
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

אשדוד האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:זעהט אויס ר'שאול דארף העלף מיט צונעמען די סוכה
ווער קען זיך מנדב זיין אים ארויסהעלפן מיט דעם,
וואס וועט העלפן די אלע שומעים וואס גייען טשעקן יעדע פאר שעה אויב מ'האט שוין עפעס ארויפגעלייגט

ס'איז שוין זונטאג ביינאכט 12:00 אין מ'ווארט מער נאך אלץ ס'זאל עפעס ארויפגיין א נייע שמועס

דערווייל קענסטו ליינען זיין טאג בוך קאלום אין די צייטונג-סוכות
http://www.ditzeitung.com/3302a/mobile/index.html#p=66

יש"כ גדול
געראדע נישט אנגעיאגט צי טרעפן די צייטונג ערב יו"ט (נישט געווען אין מיין גישעפט ווען איך האב געקויפט)
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

כ'האב פראבירט צו שפילן מיטן לינק אנצוקומען צו דעם המשך ארטיקל אין בראשית אבער ס'ארבייט נישט נאר ביז פעידש 48 און זיין ארטיקל איז אויף 62

http://www.ditzeitung.com/3303b/mobile/index.html
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

נישטא קיין שיעור די וואך?

ר' שאול מיר ווארטן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הערשקא האט געשריבן:נישטא קיין שיעור די וואך?

ר' שאול מיר ווארטן

הרב דרעזנער האט א שידוך געטון נעכטן
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

פלאחותיך האט געשריבן:כ'האב פראבירט צו שפילן מיטן לינק אנצוקומען צו דעם המשך ארטיקל אין בראשית אבער ס'ארבייט נישט נאר ביז פעידש 48 און זיין ארטיקל איז אויף 62

http://www.ditzeitung.com/3303b/mobile/index.html

אנליין לייגן זיי ארויף נאר די אלגעמיינע אפטיילונג אבער די אידישע צייט לייגן זיי נאר ארויף א preview און נישט די גאנצע ,געווענליך איז ר שאול'ס ארטיקל אין די אידישע צייט קען מען עס נישט ליינען אנליין אבער סוכות האבן זיי עס געלייגט אין די אלגעמיינע צייטונג איז עס געווען עוועילעבל אנליין
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אויף די שיעור פון פרשת וישלח פארציילט ער "גירסא דינקותא", ער זאגט דארט אז ער האט געלערנט אין גרינפילד פארק (סאטמאר בחורים קעמפ) מיט א בחור א חריף יעדן פארטאג אום פירע צופרי, דער בחור הייסט "מענדל וועכטער" פון טאראנטא.

דאס איז דער באקאנטער משפיע ר' מענדל פון חב"ד. אפשר זאל ר' יצחק שלמה מאכן א אינטערוויאו מיט די צוויי אלטע חברים, ר' שאל און ר' מענדל, דער עולם וועט גאר שטארק הנאה האבן דערפון.

ווי אויך פארציילט ר' שאול אז אלס ווען ער איז געקומען אין בהמ"ד אום 4 פארטאגס - אפילו זונטאג - האט שוין דארט געלערנט איין בחור, און ער הייסט "שמעי' גרינבוים".

וואס איז אויסגעוואקסאן פון דעם בחור ווייסט יעדער.

ר' שאול ביטע פארצייל אונז נאך פון אייער גירסא דינקותא!
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 5:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

שיעור פרשת וישב איז געווען מער א שיעור קינה בכי ונהי איידער ווי א שיעור פון ידיעות אזוי ווי מיר זענען געוואוינט, סאיז א שאט, ווייל אפילו אויב סאיז ריכטיג מדארף זיין צושאסן פון אזא מעשה, קען מען אוועק געבן א חלק פון די צייט פאר דעם, אבער די אלע הקדמות באריכות פון זיכן א פסוק אין איכה נאכאמאל און נאכאמאל וכדומה ציט סתם די נערוון.

בכלל פארשטיי איך ניש, אין די לעצטע פאר יאר זענען ליידער געווען אפאר מאל שרעקליכע מעשיות, צומאל ערגער פון דעם, איך געדענק נישט ער זאל מאכן אזעלכע קינות נאך יעדע אזא מעשה וואס האט פאסירט, ווי למשל טרגדיית ילדי משפחת ששון ל"ע וכדומה.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”