"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
די משפחה האט זייער זייער הנאה געהאט פון די קינדליין אויף סוכות (איך האב אויך זייער הנאה געהאט פון די 'צוריק צו וועגס' ביילאגע).
ס'איז די ערשטע מאל וואס איך האב עס געקויפט, און כ'טראכט ערנסט פון עס אנהייבן קויפן יעדע וואך.

- פישל דער פישער
- שר חמש מאות
- תגובות: 518
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א יישר כז פאר די שטארקע בינדן און נישט די סטעיפלס!
טאקע א ריזן ישר כח!!!!
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
פון אמעריקע האט געשריבן:ירושלים בתפארתה איז א הערליך שיינע ריזן ארבעט, באדערט מיר אביסל די געמאלענע בילדער (נישט אלע), קוקט נישט אויס צו קומען פון א היימישע מקור, רויטע גארטלעך, די מצנפת, און די לאנגע סחורה אויפ'ן רוקן וואס קומט פונעם מצנפת, פילט זיך עפעס נישט אין פלאץ, קען זיין איך בין נישט גערעכט.
זייער שיין, מיין אינגל האט דורכגעלייענט די גאנצע זאך, (איך בין נאכנישט אנגעקומען )
די בילדער קומט פון מכון המקדש, איך געדענק נישט וויאזוי זייער בוך הייסט, און סאיז טאקע נישט ממש היימיש, אבער נישט קיין פרייע זאך
יעדער נעמט די בילדער פון דארט, אריינגערעכנט די יפה/דבר בעתו ועוד
( חוץ פון די ווקסברגר בילדער און די פרשה בילדער פון די אלטע קינדליינס)
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 20743
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
גאר אינטערסאנט געווען צו עס דורכליינען
אויך איבער ניו יארק
אויך איבער ניו יארק
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
קינדליין בראשית-נח תשפ"ב.
וועט זיין אי"ה מארגן אין די געשעפטן.
וועט זיין אי"ה מארגן אין די געשעפטן.
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20210929_221514_552.jpg (301.8 KiB) געזען 4157 מאל
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
איך בין א סובסקרייבער און א שטארקער שטיצער פון קינדליין. מיין איינציגסטע טענה וואס כ'האב געווענליך איז אז ס'איז "צופיל" חומר יעדע וואך, און מיינע קינדער קומען נישט אן אלעס צו לייענען.
אבער כ'פיל אז כ'דארף לאזן אפהערן אז דאס אדווערטייזן פאר קינדער איז א נושא וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, און דעם יו"ט איז עס גענומען געווארן א שטאפל ווייטער ווען ס'איז געווען א גאנץ ביכל, כלומר'שט א קינדליין ביילאגע לכבוד יו"ט, וואס איז געווען אן אדווערטייזמענט.
האמת יאמר אז כאטש ס'האט מיר געשטערט, האב איך גארנישט געזאגט ביז יעצט. נאר אזוי ווי ס'האט שטארק אויפגערייצט מיין זון האב איך היינט אנגערופן איינצושרייבן מיין זון אינעם פראגראם, און כ'האב געהערט אז עס קאסט דעם אסטראנאמישן סכום פון 665 דאלאר — א פרייז וואס איך קען נישט אפארדן, און איך גלייב אז רוב קינדליין עלטערן קענען נישט אפארדן.
איך וואונטש דעם פראגראם אסאך הצלחה, און ווארשיינליך איז דער פראגראם ווערד דאס געלט, און דער פראגראם האט רעכט צו טון וואס אימער זיך צו אדווערטייזן. אבער אויף קינדליין האב איך א טענה אז מיט'ן איינשרייבן מיין זון צו באקומען קינדליין יעדע וואך איז מיין כוונה נאר אים געבן רייכע און ערליכע ליין מאטעריאל. נישט אז מיין זון ווערט הפקר פאר יעדן וואס צאלט גענוג פאר די רעדאקציע אז מ'זאל אים נוצן פאר אגרעסיווע אדווערטייזמענט קאמפיינס, און נאך דערצו פאר אזא טייערן פראדוקט צו וואס רוב קינדער קענען נישט צוקומען.
כ'האף אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, און אז מ'וועט דאס פאררעכטן אינעם עתיד.

- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30737
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
דער אדווערטייזמענט "ביילאגע" איז סתם אזוי געווען א וויץ זינט עס איז אנגעקומען אין פאסט אויך. כ'האב מיר געפילט געטשיט.
אוועראל איז דער קינדליין פון יו"ט געווען אויסנאם גוט! און דער ניו יארק צוריקצווועגס רייך און תוכן'דיג!

"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
הגאון האט געשריבן:די "ירושלים בתפארתה" איז א מעסטער פיס (Masterpiece)
אויב מעג איך פרעגן ווער איז דער שרייבער?
בכלל זענען דא עטליכע ארטיקלען אן קיין נעמען פון שרייבער, איך גלייך זייער צו וויסן די נעמען, עס גיבט א געוויסע קאנעקשען צום ארטיקל. פונקט ווי עס איז שווער צו הערן א דרשה אן וויסן ווער דער רעדנער איז. אזוי אויך גיבט דאס א רייץ צו ליינען אנדערע ארטיקלען פונעם זעלבן שרייבער.
בנוגע די דעקלעך עס איז מאסיוו. בלויז איין הערה עס האט נישט קיין מהלך (Path). יעדע וואך איז עס אנדערש, אמאל באליס אמאל באקסעס, אדג. איך קלער אז אפשר וואלט שענער געווען די זעלבע מהלך וועכענטליך.ר' קלמיש האט געשריבן:דער שרייבער פונעם ירושלים בתפארתה ארטיקל איז הר"ר בנימין מאשקאוויטש.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה. און אפשר נאך מיט א שמיץ אריבער.
אבער די בילדער... עס האט מיר זייער געשטערט די רויטע גאטלעך און די שוואנץ פונעם מצנפת (אראבער?..)
דרך אגב. פארוואס האט מען געטוישט דעם שרייבער?
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
- קלמן יעגער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 419
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
מיין זוהן קומט מיר זאגן אז די קינדליין דרוקט 68 טויזענט שטיק! פרעג איך אים פון וואו ווייסטו? זאגט ער ווייל אין די מתמידי ביילאגע איז געשטאנען אז זיי האבן געדרוקט 68000 קאפיס דערפון....
נאכדעם איז עס געקומען אויף די פאסט...
נאכדעם איז עס געקומען אויף די פאסט...
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
קינדליין פרשת לך לך תשפ"ב
אריינפיר צו פרישע גאר דראמאטישע קאמיקס "אויפ'ן וואסער" (דורך די זעלבע מעלער פון די גאר פאפולערע 'פארכאפט אין כינע' קאמיקס וואס קומט צו אן ענדע) - דער שרעקעדיגער מדבר - נמרוד'ס קאלעך אויוון - צווישן פילע הערליכע און תוכנ'דיגע ארטיקלען און קאמיקס.

- IMG_20211009_224505_423.jpg (287 KiB) געזען 3316 מאל
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
קינדליין פרשת וירא תשפ"ב
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20211016_234419_844.jpg (285.33 KiB) געזען 3034 מאל
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
ר קלמיש צו קומט עפעס א חנוכה ספעשל פאר סוסקריבשן?
דביה תחדי נפשא
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
קינדליין פרשת חיי שרה תשפ"ב
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20211023_233949_199.jpg (185.76 KiB) געזען 2707 מאל
-
- שר מאה
- תגובות: 201
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
שבתי בוים האט געשריבן:איך בין א סובסקרייבער און א שטארקער שטיצער פון קינדליין. מיין איינציגסטע טענה וואס כ'האב געווענליך איז אז ס'איז "צופיל" חומר יעדע וואך, און מיינע קינדער קומען נישט אן אלעס צו לייענען.
אבער כ'פיל אז כ'דארף לאזן אפהערן אז דאס אדווערטייזן פאר קינדער איז א נושא וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, און דעם יו"ט איז עס גענומען געווארן א שטאפל ווייטער ווען ס'איז געווען א גאנץ ביכל, כלומר'שט א קינדליין ביילאגע לכבוד יו"ט, וואס איז געווען אן אדווערטייזמענט.
האמת יאמר אז כאטש ס'האט מיר געשטערט, האב איך גארנישט געזאגט ביז יעצט. נאר אזוי ווי ס'האט שטארק אויפגערייצט מיין זון האב איך היינט אנגערופן איינצושרייבן מיין זון אינעם פראגראם, און כ'האב געהערט אז עס קאסט דעם אסטראנאמישן סכום פון 665 דאלאר — א פרייז וואס איך קען נישט אפארדן, און איך גלייב אז רוב קינדליין עלטערן קענען נישט אפארדן.
איך וואונטש דעם פראגראם אסאך הצלחה, און ווארשיינליך איז דער פראגראם ווערד דאס געלט, און דער פראגראם האט רעכט צו טון וואס אימער זיך צו אדווערטייזן. אבער אויף קינדליין האב איך א טענה אז מיט'ן איינשרייבן מיין זון צו באקומען קינדליין יעדע וואך איז מיין כוונה נאר אים געבן רייכע און ערליכע ליין מאטעריאל. נישט אז מיין זון ווערט הפקר פאר יעדן וואס צאלט גענוג פאר די רעדאקציע אז מ'זאל אים נוצן פאר אגרעסיווע אדווערטייזמענט קאמפיינס, און נאך דערצו פאר אזא טייערן פראדוקט צו וואס רוב קינדער קענען נישט צוקומען.
כ'האף אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, און אז מ'וועט דאס פאררעכטן אינעם עתיד.
בנוגע די אדווערטייזמענט זענט איר הונדערט פראצענט גערעכט, כאטש וואס איך ווייס די קינדליין איז זייער מקפיד, און גיבט זייער אכטונג אז אלע אדווערטייזמענט וואס זיי לייגן אריין זאל זיין כשר, אבער עס קען אנרייצן די קינדער,
אבער דא קומט די שטארקע אבער, עלטערן דארפן זיין גענוג שטארק צו קענען זאגן פאר זייער קינד "ניין" מיר קענען נישט יעצט דאס עפארדן, אי"ה אפשר אן אנדערס מאל, עס איז בכלל נישט קיין חסרון, און מען ווערט נישט קיין שלעכטע טאטע, פון דעם,
אבער צוריק צו אייך, אז איר האט אמאל א טענה צום קינדליין רוף זיי אהן און לאז א מעסעדזש, בידעי ומכירי קאמינא אז מען רעכנט זיך שטארק מיט די אריינרופער,
- קִרְיַת חָנָה
- שר חמש מאות
- תגובות: 738
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:20 am
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
כ'האב עס געקויפט די וואך, נאך א לאנגע צייט נישט קויפן, און צו מיין אנטוישונג איז נישט געווען די פאזעלס צום סוף. (ס'פלעגט צו הייסן טראכט און ליין, דאכצעך)
איז עס נאר ארויסגעפאלן די וואך אדער ס'איז שוין בכלל נישט דא מער?
כ'פלעג שטארק הנאה האבן ווי די שאלות זענען גענוג גרינג אויך פאר קינדער אבער טשעלענדזשינג אויך פאר גרויסע. נישט די אויסגעדראשענע דיים א דאזען חידות.

הושענא, חנה דוד, הושענא!
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
ר' קלמיש האט געשריבן:קינדליין פרשת חיי שרה תשפ"ב
איך האב געזוכט די הויפט געשיכטע וואס ווערט דערמאנט אויפ'ן קאווער איבער די נאציס ביים רבי'ן רבי אלימלך און כ'האב עס נישט געקענט טרעפן.
האב איך עס פארזען אדער די מעשה איז פשוט ארויסגעפאלן?
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
שבת פארטי האט געשריבן:ר' קלמיש האט געשריבן:קינדליין פרשת חיי שרה תשפ"ב
איך האב געזוכט די הויפט געשיכטע וואס ווערט דערמאנט אויפ'ן קאווער איבער די נאציס ביים רבי'ן רבי אלימלך און כ'האב עס נישט געקענט טרעפן.
האב איך עס פארזען אדער די מעשה איז פשוט ארויסגעפאלן?
עס איז אין דער קאלום פון רבי לייבוש'ס טיש.
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
קינדליין תולדות תשפ"ב
- אטעטשמענטס
-
- 0657cced-3b0d-4cf6-a45a-92fd7722cb71.jpg (703.12 KiB) געזען 1705 מאל
לעצט פארראכטן דורך ר' קלמיש אום מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
"דער געווינער" נישט די געווינער?
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
יצחק טובי' האט געשריבן:"דער געווינער" נישט די געווינער?
ס'איז דא עטליכע.
לעצט פארראכטן דורך ר' קלמיש אום זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
ר' קלמיש האט געשריבן:יצחק טובי' האט געשריבן:"דער געווינער" נישט די געווינער?
קלאר אז עס זענען דא עטליכע געווינערס, אבער יעדע גורל האט זיך זיין 'דער געווינער' לעצמו.
זאל זיין.
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
דער געווינער איז א לשון יחיד, גייט מן הסתמא ארויף אויף איין געווינער
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
אונז, געוועזענע קעמפ יונגלעך, זעמיר צוגעוואוינט געווען צו הערן אויפן מייק דונערדיג "און דער געווינער איז..." - אפילו ווען ס'געווען 10 געווינערס. ווייל ס'גייט באזונדער ארויף אויף געווינער נומער 1 און נאכדעם אויף געווינער נומער 2 אא"וו.
גיי זיי מסביר...
גיי זיי מסביר...
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
יצחק טובי' האט געשריבן:ר' קלמיש האט געשריבן:יצחק טובי' האט געשריבן:"דער געווינער" נישט די געווינער?
קלאר אז עס זענען דא עטליכע געווינערס, אבער יעדע גורל האט זיך זיין 'דער געווינער' לעצמו.
זאל זיין.
יא, זיי נוצן דעם סלאגאן און דער געווינער איז און ס'איז פערפעקטלי פיין.
דער פראבלעם איז אז דער גאנצער מאגאזין מאנגלט אין הגה און ס'הערשט א געפערליכע ערבוב אין גראמאטיק און אויסשפראך וואס פארשווערט דאס ליינען.
Re: "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין
יישר כח פאר'ן אויפמערקן.
מיר האבן יעצט אויפגענומען א מגיה ראשי, און מיר האפן אז איר וועט שוין אין די קומענדיגן וואך זען א שינוי לטובה בסייעתא דשמיא.