מתמודד האט געשריבן:.
גוט געשריבן. וכדערבארעמדיגער ועוד לקרא, טראץ דעם וואס איך בין א גרויסער מוזיק ליבהאבער, און איך שוין דאכצעך יא געהערט פון דעם 'נאמען' 'זושא', האב איך אבער נאכנישט געהערט גארנישט פון זיי. מיינעך. אפגערעדט פון דעם אז איך קען די צוויי ניגונים נישט.
איך קויף אסאך מאמענט. און איך האב הנאה געהאט פון דער ארטיקל גראדע. געוויסע שורות האבן מיר יא געשטערט. אזוי ווי אין כמעט יעדע ארטיקל אין מאמענט...
ואגב, האלט איך (יעצט אויפן מינוט) אז א מאגאזין איז נישט געמאכט פאר קיין השקפה שמועסן. חוץ די תורות איבערגעטייטשט פון צדיקים.
איך ווער עפעס אויך נישט נתפעל פון דיין גרויסע מערכה קעגן די קריטיקירער. איך האלט נישט אז דאס האט סיי וואספארא עפעקט אויף די תוכן פון אידישע ליין מאטריאל. און לויט ווי איך קען מאמענט, וואלט איך נישט לכאורה נישט געוואלט ליינען קיין איין ארטיקל וואס איז ארויסגעפאלן צוליב די קריטיקירער...
דאס ביזטו יא גערעכט, אז מאמענט איז געווארן אסאך מער 'אידישלעך' לעצטנס. מער אידישקייט ארטיקלן. דאס איז צום באגריסן.
--
איך בין גראדע געווען אביסל אנטוישט פון דעם יו"ט מאמענט. כ'האב ערווארטעט מער סחורה. ווי אין די פארגאנגענע יארן. וויפיל ס'איז אבער געווען האב איך הנאה געהאט.
--
וואס האב איך געזאגט דא אין סך הכל?.. ווייסט איין באשעפער...