מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דער זושא ארטיקל איז לדעתי די היט פון מאמענט, א ארטיקל מלא תוכן און עקסטרעם גוט געשריבן.

איך קען זעהן די טענות פון מאנכע אז סאיז נישט פאסיג פאר א היימישע אויסגאבע, אבער איך קלער אז סאיז א שאד צו מאכן סענזאציעס אויף איעדע ארטיקל וואס מען קען בדוחק קריטיקירן, אזא עטיטוד איז מעגליך ווייניגער אידיש ווי די זושא באנד גופא, דער פאקט איז אז וואך איין וואך אויס קומט דער עולם ארויף מדקדק זיין בחוט השערה אויף אן אלגעמיינעם זשורנאל ווי כאילו מען רעדט דא פון שערי מתיבתא אפעקטירט בהכרח די קוואליטעט פון היימישע ליין מאטריאל, אידישע ליטעראטור שרומפט איין און פארלירט אירע שטערקסטע קאנאנען איינס ביי איינס צו קרעדיטירן אומאחריותדיגע קריטיקירער, איש כל הישר בעינו יעשה איז זיכער קיין מהלך אבער קריטיק מעג אויך האבן א "אידישן" טעם און א אחריותדיגער צוגאנג.

אדרבה, לאמיר טאקע צונעמען די זושא באנד ארטיקל, די זושא באנד זענען גאר באוואוסט ביי כלל חסידישע מוזיק ליבהאבער, זייערע לידער ווערן געזינגען ביי מייסטנס היימישע חסידישע קומזיצן און חתונות נאכט נאך נאכט, סאיז כמעט ניטא קיין איד וואס קען נישט "ברוך השם" אדער גאר "דוב בער", ווען זיי זענען ארויפגעשווימען אויפן ארענע זענען זיי געווען א לעגיטימער טאפיק אין די היימיש מקוואות און קאווע שטיבער, דער היימישער זינגער בערי וועבער האט געהאט א חסידישן מעדלי מיט זיי אויף זיין חסידישן "שבת פארברענג" וואס איז אנגעקומען אין די היימישסטע שטיבער.

ווי פארשטענדליך אז זייער פערזענליכקייט איז היפש אייגנארטיג, זיי גלייכן נישט ווארשיינליך קיין געפילטע פיש און מאנכע וועלן אפילו זאגן אז זיי לייגן נישט קיין קאצקע אין די קאווע, מסכים. אבער לאנגע געשטרויבלטע פיאות פסלט נאכנישט די ציצית און ארגינאלע מוזיק איז קיין בליץ טראפ, זיי זענען אפשר נישט אונזערע מורי דרך אבער זיי פארדינען פון אונז דעם זעלבן רעספעקט ווי פאר סיי וועלכער ערליכער איד.

קומט א שרייבער און אינטערוויוט זיי איבער זייערע שטורעמישע דורכגענג, זייערע געוואגטע טריט צו הייליקייט, דער קאמפ צווישן קולטורן און די לעכצעניש נאך אלעס וואס בינדט צו גאט, דער שרייבער האט נישט געזשאלעוועט קיין ארגינאלע מאמרי חסידות אנגעהויבן פון רבי נחמן און גענדיגט ביים תפארת שלמה, געמאכט א עכט אידישע ארבעט שטעלנדיג זייער מוזיקאלישע קאריערע אין שאטן פון אט דעם ספירטואלן געשיכטע.

יעצט צו זאגן אז סאיז נישטא קיין מקום צו קראצן מיטן אויג איז נישט גערעכט, נאך אלעם רעדט מען דא פון ארטיסטן וואס רובא דרובא חסידישער עולם וועט נישט ארייננעמען זייערס א דיסק אינדערהיים, זייערע רביים זענען נישט אונזערע און אונז טייל מיר נישט דעם זעלבן השקפה. אבער צו קומען מיט לאנגע פארשעמענדע אראפרייסנדע תגובות מיט שארפע אויסדרוקן אויף א פראדוקט וואס איז פאפולער און באנוצט ביים עמך איד איז ראדיקאל, דער עולם הערט און ווייסט פון זיי אבער מאמענט באגייט א הימלשריענדע עוולה מיטן זיי באשרייבן.

נאכדעם וואונדערט מען זיך אז קוואליטעט פאלט, דער רעדאקטאר דארף אריינקריכן אין איעדן שמויגערס קאפ צו דערגיין ווי ביי אים פאלט דער חילוק פון "שיין" צו "כפירה" וכדומה, ווי כאילו סאיז נישטא עפעס אינמיטן, יעדער האלבער נדנוד פון חשש פארט אראפ פון טיש און וואס בלייבט איז טובי מאיר ניימאן....

אדרבה, די לעצטע צוויי מאמענטס פון ראש השנה און יום כיפור זענען לכאורה געווען רעקארד ברעכנד אין די וועלט פון חסידישע ליטעראטור, געווען פול מיט תוכנדיגע ארטיקלען געשריבן געווארן אויף א עכט דערהויבענע סטיל. ווי זענען דאן געווען אט די אלע וואס באדערט זיי מכלומרשט דער מצב פון חסידישע ליטעראטור? איר מיינט זיי זענען אריינגעקומען קאמפלימענטירן און באוואונדערן די מאמענט רעדאקציע פאר זייער הייליגע ארבעט [אין יענעם פאל]? אבי גערעדט...זיי זענען געווען פארנומען איבערקייען אלטע סומאטוכעס וואס זענען שוין ווייט נישט נוגע.

חיים שלמה בערגער שרייבט וואך איין וואך אויס הערליכע השקפה ארטיקלען אויפן סטאנדארט פון סיי וועלכער חסידישער משפיע, איר מיינט אז די וועכנטליכע פייער צינדער קוקן אויף זיין זייט? א נעכטיגן טאג. זיי זיצן אין קייען דורך שורה ביי שורה ביז זיי טרעפן עפעס מיט וואס אויפצוקאכן דעם פארדארבענעם טשאלנט מיט א פרישקייט.

מיר דארפן וויסן צו שעצן אט די רעדאקטארן פאר זייער וואונדערליכער ארבעט, ווער סליינט וועכנטליך מאמענט איז עדות ווי דער מאגאזין גייט ארויף שטאפלען וואך איין וואך אויס סיי אין שרייב קוואליטעט, סיי אין תוכן, אין יא. בעיקר אין די חסידישע ניווא פון די שרייבווערק.

קריטיק איז נישט אויסגעשלאסן, אדרבה סאיז א וויכטיגע זאך, אבער מיט אחריות און אנע שנאה.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מתמודד!!! הייליגע ווערטער!!!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

מתמודד!!!

:idea: :idea: :idea:
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

מתמודד האט געשריבן:דער זושא ארטיקל איז לדעתי די היט פון מאמענט, א ארטיקל מלא תוכן און עקסטרעם גוט געשריבן.

איך קען זעהן די טענות פון מאנכע אז סאיז נישט פאסיג פאר א היימישע אויסגאבע, אבער איך קלער אז סאיז א שאד צו מאכן סענזאציעס אויף איעדע ארטיקל וואס מען קען בדוחק קריטיקירן, אזא עטיטוד איז מעגליך ווייניגער אידיש ווי די זושא באנד גופא, דער פאקט איז אז וואך איין וואך אויס קומט דער עולם ארויף מדקדק זיין בחוט השערה אויף אן אלגעמיינעם זשורנאל ווי כאילו מען רעדט דא פון שערי מתיבתא אפעקטירט בהכרח די קוואליטעט פון היימישע ליין מאטריאל, אידישע ליטעראטור שרומפט איין און פארלירט אירע שטערקסטע קאנאנען איינס ביי איינס צו קרעדיטירן אומאחריותדיגע קריטיקירער, איש כל הישר בעינו יעשה איז זיכער קיין מהלך אבער קריטיק מעג אויך האבן א "אידישן" טעם און א אחריותדיגער צוגאנג.

אדרבה, לאמיר טאקע צונעמען די זושא באנד ארטיקל, די זושא באנד זענען גאר באוואוסט ביי כלל חסידישע מוזיק ליבהאבער, זייערע לידער ווערן געזינגען ביי מייסטנס היימישע חסידישע קומזיצן און חתונות נאכט נאך נאכט, סאיז כמעט ניטא קיין איד וואס קען נישט "ברוך השם" אדער גאר "דוב בער", ווען זיי זענען ארויפגעשווימען אויפן ארענע זענען זיי געווען א לעגיטימער טאפיק אין די היימיש מקוואות און קאווע שטיבער, דער היימישער זינגער בערי וועבער האט געהאט א חסידישן מעדלי מיט זיי אויף זיין חסידישן "שבת פארברענג" וואס איז אנגעקומען אין די היימישסטע שטיבער.

ווי פארשטענדליך אז זייער פערזענליכקייט איז היפש אייגנארטיג, זיי גלייכן נישט ווארשיינליך קיין געפילטע פיש און מאנכע וועלן אפילו זאגן אז זיי לייגן נישט קיין קאצקע אין די קאווע, מסכים. אבער לאנגע געשטרויבלטע פיאות פסלט נאכנישט די ציצית און ארגינאלע מוזיק איז קיין בליץ טראפ, זיי זענען אפשר נישט אונזערע מורי דרך אבער זיי פארדינען פון אונז דעם זעלבן רעספעקט ווי פאר סיי וועלכער ערליכער איד.

קומט א שרייבער און אינטערוויוט זיי איבער זייערע שטורעמישע דורכגענג, זייערע געוואגטע טריט צו הייליקייט, דער קאמפ צווישן קולטורן און די לעכצעניש נאך אלעס וואס בינדט צו גאט, דער שרייבער האט נישט געזשאלעוועט קיין ארגינאלע מאמרי חסידות אנגעהויבן פון רבי נחמן און גענדיגט ביים תפארת שלמה, געמאכט א עכט אידישע ארבעט שטעלנדיג זייער מוזיקאלישע קאריערע אין שאטן פון אט דעם ספירטואלן געשיכטע.

יעצט צו זאגן אז סאיז נישטא קיין מקום צו קראצן מיטן אויג איז נישט גערעכט, נאך אלעם רעדט מען דא פון ארטיסטן וואס רובא דרובא חסידישער עולם וועט נישט ארייננעמען זייערס א דיסק אינדערהיים, זייערע רביים זענען נישט אונזערע און אונז טייל מיר נישט דעם זעלבן השקפה. אבער צו קומען מיט לאנגע פארשעמענדע אראפרייסנדע תגובות מיט שארפע אויסדרוקן אויף א פראדוקט וואס איז פאפולער און באנוצט ביים עמך איד איז ראדיקאל, דער עולם הערט און ווייסט פון זיי אבער מאמענט באגייט א הימלשריענדע עוולה מיטן זיי באשרייבן.

נאכדעם וואונדערט מען זיך אז קוואליטעט פאלט, דער רעדאקטאר דארף אריינקריכן אין איעדן שמויגערס קאפ צו דערגיין ווי ביי אים פאלט דער חילוק פון "שיין" צו "כפירה" וכדומה, ווי כאילו סאיז נישטא עפעס אינמיטן, יעדער האלבער נדנוד פון חשש פארט אראפ פון טיש און וואס בלייבט איז טובי מאיר ניימאן....

אדרבה, די לעצטע צוויי מאמענטס פון ראש השנה און יום כיפור זענען לכאורה געווען רעקארד ברעכנד אין די וועלט פון חסידישע ליטעראטור, געווען פול מיט תוכנדיגע ארטיקלען געשריבן געווארן אויף א עכט דערהויבענע סטיל. ווי זענען דאן געווען אט די אלע וואס באדערט זיי מכלומרשט דער מצב פון חסידישע ליטעראטור? איר מיינט זיי זענען אריינגעקומען קאמפלימענטירן און באוואונדערן די מאמענט רעדאקציע פאר זייער הייליגע ארבעט [אין יענעם פאל]? אבי גערעדט...זיי זענען געווען פארנומען איבערקייען אלטע סומאטוכעס וואס זענען שוין ווייט נישט נוגע.

חיים שלמה בערגער שרייבט וואך איין וואך אויס הערליכע השקפה ארטיקלען אויפן סטאנדארט פון סיי וועלכער חסידישער משפיע, איר מיינט אז די וועכנטליכע פייער צינדער קוקן אויף זיין זייט? א נעכטיגן טאג. זיי זיצן אין קייען דורך שורה ביי שורה ביז זיי טרעפן עפעס מיט וואס אויפצוקאכן דעם פארדארבענעם טשאלנט מיט א פרישקייט.

מיר דארפן וויסן צו שעצן אט די רעדאקטארן פאר זייער וואונדערליכער ארבעט, ווער סליינט וועכנטליך מאמענט איז עדות ווי דער מאגאזין גייט ארויף שטאפלען וואך איין וואך אויס סיי אין שרייב קוואליטעט, סיי אין תוכן, אין יא. בעיקר אין די חסידישע ניווא פון די שרייבווערק.

קריטיק איז נישט אויסגעשלאסן, אדרבה סאיז א וויכטיגע זאך, אבער מיט אחריות און אנע שנאה.

נישטא ווער ס'זאל לאכן, אז מ'קריטקירט מאמענט איז דאס גורם אז דער "חסיד'ישער ליטעראטור" (א מין צוזאמשטעל וואס קען נאר פאסירן אין די היינטיגער "מאדערניזירטער-חסיד'ישער" קרייז צו וועלכער מתמודד באלאנגט) זאל פאלן... נישטא נאך אזא צייטונג וואס האט אזוי אראפגעברענגט דער סטאנדארט פונעם "שריפט" ווי דער מאמענט מאגאזין.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אמשטרדם האט געשריבן:נישטא ווער ס'זאל לאכן, אז מ'קריטקירט מאמענט איז דאס גורם אז דער "חסיד'ישער ליטעראטור" (א מין צוזאמשטעל וואס קען נאר פאסירן אין די היינטיגער "מאדערניזירטער-חסיד'ישער" קרייז צו וועלכער מתמודד באלאנגט) זאל פאלן... נישטא נאך אזא צייטונג וואס האט אזוי אראפגעברענגט דער סטאנדארט פונעם "שריפט" ווי דער מאמענט מאגאזין.

צו @מתמודד איז גערעכט צו נישט קען מען זיך דינגען, מעגליך אז ער איז טאקע נישט, און מעגליך אז אביסל יא און אביסל נישט. אבער וואס איז פשט פון די פערזענליכע שטעך ווערטער??
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מתמודד די ברענגסט הערליך און שטארק ארויס דיין פוינט

צום עצם ענין פאדערט זיך אן עקסטערע דעבאטע אשכול, בערך אזוי "איז דער שטרענגע צענזור איבער אידישע ליין מאטריאל א גוטע זאך"

דאס איז א פאקט אז די אידישע ליין מאטריאל איז מען אסאך מער מדקדק ווי די ענגליש/עברית, דאס קען מען זען מיט אלע ביכער וואס ווערן איבערגעטיישט צו אידיש און מען שניידט רעכטס און לינקס
דאס איז א פאקט אז עס פארקלענערט די מעגליכקייטן פון די שרייבערס איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן
דער שאלה איז אז אפשר איז דאס גאר א מעלה אז אונזערע קינדער ליינען טאקע נאר מנופה בי''ג נפה

---
נ.ב. איך מיין אז אפילו נניח אז סאיז יא א גוטע און פאסיגע ארטיקל, איז עס נאכאלטס נישט גענוג עס צו מאכן א מעגא אויסגאבע, און דאס איז א גרויס חלק פון די טענות
brooklyn
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 19, 2015 3:01 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך brooklyn »

אנהייבן מיין אנאליז מיט א ישר כח פארן מאמענט שטאב פאר זייערע הערליכע ארבייט, פארשאפט אן עונג יום טוב בה. די קריטיק דא איז א גוטער סימן, ווייל די עקספעטשינס איז זייער זייער הויך.

זייער יום כיפור אויסגאבע מיט אזויפיל תוכן, שלמה באכנערס ארטיקל האב איך איבערגעליינט דריי מאל שוין… אפגערעדט אז זיי האבן גוטע מגיהים אזוי אז טעותים קריצלט נישט אין די אויגן ווי ביי אנדערע.

יעצט א קליינער אנאליז:

איש מתמיד, סופער סופער גוט. געדארפט ליינען אין איין צי. כגלייב יעדער טרעפט אביסל פון זיך אין דעם ארטיקל.

ישראל גאלדשטיין, טיפיקל אינטערוויו, אריינגעפירט דעם ליינער אין א פאטאגרעפערס לעבן וואס איז היבש שווער.

ברוך וויינשטאק שפאציר אין וויליאמסבורג ממש א מחי געווען דער שפאציר. ווערנדיג געוואיר אז געשטטענער פרינטינג מאכט צו און זיך דערמאנט דער רויך קנויל אין גרינפעלדס טשעק קעשינג… איי איי איי וויליאמסבורג א מחי דארט…

זיינע כוואליעס איז אן עקסטערע ברכת הנהנין יעדע וואך, מתוק מתוק.

זושא בענד, מעשי יצירה פון טיפיקל מאמענט, פון ארויסגיין פון די באקס און זיין באמת זושארנאלסטיש, און ברענגן א חידוש צום טיש וואס רוב עולם האט נישט געוואסט, ווי איידער א טיפיקל זינגער אדער היימישע בענד וואס מיר זעען ביי אונזער עולם. זייער לעבענס שטייגער איז ממש צום באוואנדערן וואו השי״ת איז זייער לעבן, זייער אינספייערינג און אינפארמאטיוו. נגינה, חסידות, אמונה, ביזנעס און פיל נאך. זיך באלעקט די פינגער, און איך גלייב איך וועל עס נאכאמאל איבערליינען. חוץ וואס דער ראזען האט א פעדער א הדר שבהדר…

ארמיי באזע נעבן בארא פארק, אויסגעקלארט אביסל איבער דעם שטח וואס מיר האבן שוין לאנג געוואלט וויסן.

טראמפס ארטיקל, א סך הכל פון טראמפס סטראטעגיע.

חיים שלמה בערגער ארטיקל כאפ איך נישט וואס איז ראנג מיט יענע עד פון גלוסט אייך עפעס רינעדיקס… א פעדער האט ער גאר א גוטער.

עקשטיין׳ס ביזנעס איז זייער אינטערסאנט, איך באלעק זיך די פינגער יעדע וואך עקסטער. די ארטיקל וואס איך ליין יעדי וואך די ערשטע… דער האט א מהלך פון אנעקדאטן און געשיכטעס וואס איז זייער אינטערסאנט און געשמאק.

עס איז מיר זייער געפאלן די מעשה פון ״פארסייט״ גראסערי און פון על. די. (ענדליך געוואיר געווארן פארוואס מען רופט אים אזוי…) פון כולל גראסערי וועגן די טשאקלאד איידיע איינקויף.

ער שרייבט זייער אינטערסאנטע נוצליכע אינפראמעישן פון פאמיגרענט, ער דארף ווען מאכן אן אינטערוויו מיט יודי באנדא פון פאמיגרענט אליין, כגלייב אז ער קען געבן נאך אסאך נאלעדש פון גראסערי ליין.

איך קען פארשטיין אז מענטשן נוצן דעם עקשטיין צו עפענען און העלפן ביזנעסער, דער האט א וועג פון קלויבן אינפראמאציע וואס איז א נייער חידוש אין אידישע זושרנאליזם.

איין זאך בין איך נייגעריג אויב מען גייט באמת עפענען א ביזנעס צום סוף?…

די אריזנע באזוך פון אלי יואל איז זייער גייסטיש און געפילש, אנגעהויבן פון די אכט שעה דילעי ביז די שיינע שפאצירן. ער ברענגט אריין די ליינער א גלוסטנעניש צו אהין מופן.

בכלל זיינע פענסטערלעך און פרק השואל איז זיך צו באלעקן די פינגער יעדע וואך… אזא אפענע נשמה שפראך, עס פילט זיך ווי מען וויגט זיך אינעם באשעפערס נאטור, און מען קוועלט פון א רוהיגקייט ווען מען ליינט זיינע ארטיקלען.

די איבריגע האבעך נאכנישט געליינט ביז דערווייל.
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

נשמת השכל האט געשריבן:
אמשטרדם האט געשריבן:נישטא ווער ס'זאל לאכן, אז מ'קריטקירט מאמענט איז דאס גורם אז דער "חסיד'ישער ליטעראטור" (א מין צוזאמשטעל וואס קען נאר פאסירן אין די היינטיגער "מאדערניזירטער-חסיד'ישער" קרייז צו וועלכער מתמודד באלאנגט) זאל פאלן... נישטא נאך אזא צייטונג וואס האט אזוי אראפגעברענגט דער סטאנדארט פונעם "שריפט" ווי דער מאמענט מאגאזין.

צו @מתמודד איז גערעכט צו נישט קען מען זיך דינגען, מעגליך אז ער איז טאקע נישט, און מעגליך אז אביסל יא און אביסל נישט. אבער וואס איז פשט פון די פערזענליכע שטעך ווערטער??

אויב ער איז נישט גערעכט, דאן האט דאך עס פשט...
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

גראמער האט געשריבן:ביזדערווייל נאר געליינט די זושא ארטיקל. שטארק הנאה געהאט.

קודם האב איך געטראכט א שאד זיי באשרייבן איינעם וואס איז עכט נישט קיין אייטעם ביי אונזערע קרייזן, איך האב נישט געטראכט אז איך גיי הנאה האבן פון די ארטיקל, צוליב דעם וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט זייער מוזיק, אבער למעשה האט זייער לעבענס געשיכטע מיר שטארק אינספערירט.

איך האב אנגעקוקט מאדנע אז זיי האבן א נאמען געגיבן זייער באנד נאך א צדיק, איך בין געווען זיכער אז איינער פון זיי הייסט זושא…

די אנדערע ארטיקלעך האב איך נאכנישט געליינט, האפענטליך וועל איך אנקומען דערצו שבת חול המועד אדער די צווייטע טעג

נישט קיין היימישע מענטשן
"hate will never ever win"
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

מתמודד האט געשריבן:דער זושא ארטיקל איז לדעתי די היט פון מאמענט, א ארטיקל מלא תוכן און עקסטרעם גוט געשריבן.

איך קען זעהן די טענות פון מאנכע אז סאיז נישט פאסיג פאר א היימישע אויסגאבע, אבער איך קלער אז סאיז א שאד צו מאכן סענזאציעס אויף איעדע ארטיקל וואס מען קען בדוחק קריטיקירן, אזא עטיטוד איז מעגליך ווייניגער אידיש ווי די זושא באנד גופא, דער פאקט איז אז וואך איין וואך אויס קומט דער עולם ארויף מדקדק זיין בחוט השערה אויף אן אלגעמיינעם זשורנאל ווי כאילו מען רעדט דא פון שערי מתיבתא אפעקטירט בהכרח די קוואליטעט פון היימישע ליין מאטריאל, אידישע ליטעראטור שרומפט איין און פארלירט אירע שטערקסטע קאנאנען איינס ביי איינס צו קרעדיטירן אומאחריותדיגע קריטיקירער, איש כל הישר בעינו יעשה איז זיכער קיין מהלך אבער קריטיק מעג אויך האבן א "אידישן" טעם און א אחריותדיגער צוגאנג.

אדרבה, לאמיר טאקע צונעמען די זושא באנד ארטיקל, די זושא באנד זענען גאר באוואוסט ביי כלל חסידישע מוזיק ליבהאבער, זייערע לידער ווערן געזינגען ביי מייסטנס היימישע חסידישע קומזיצן און חתונות נאכט נאך נאכט, סאיז כמעט ניטא קיין איד וואס קען נישט "ברוך השם" אדער גאר "דוב בער", ווען זיי זענען ארויפגעשווימען אויפן ארענע זענען זיי געווען א לעגיטימער טאפיק אין די היימיש מקוואות און קאווע שטיבער, דער היימישער זינגער בערי וועבער האט געהאט א חסידישן מעדלי מיט זיי אויף זיין חסידישן "שבת פארברענג" וואס איז אנגעקומען אין די היימישסטע שטיבער.

ווי פארשטענדליך אז זייער פערזענליכקייט איז היפש אייגנארטיג, זיי גלייכן נישט ווארשיינליך קיין געפילטע פיש און מאנכע וועלן אפילו זאגן אז זיי לייגן נישט קיין קאצקע אין די קאווע, מסכים. אבער לאנגע געשטרויבלטע פיאות פסלט נאכנישט די ציצית און ארגינאלע מוזיק איז קיין בליץ טראפ, זיי זענען אפשר נישט אונזערע מורי דרך אבער זיי פארדינען פון אונז דעם זעלבן רעספעקט ווי פאר סיי וועלכער ערליכער איד.

קומט א שרייבער און אינטערוויוט זיי איבער זייערע שטורעמישע דורכגענג, זייערע געוואגטע טריט צו הייליקייט, דער קאמפ צווישן קולטורן און די לעכצעניש נאך אלעס וואס בינדט צו גאט, דער שרייבער האט נישט געזשאלעוועט קיין ארגינאלע מאמרי חסידות אנגעהויבן פון רבי נחמן און גענדיגט ביים תפארת שלמה, געמאכט א עכט אידישע ארבעט שטעלנדיג זייער מוזיקאלישע קאריערע אין שאטן פון אט דעם ספירטואלן געשיכטע.

יעצט צו זאגן אז סאיז נישטא קיין מקום צו קראצן מיטן אויג איז נישט גערעכט, נאך אלעם רעדט מען דא פון ארטיסטן וואס רובא דרובא חסידישער עולם וועט נישט ארייננעמען זייערס א דיסק אינדערהיים, זייערע רביים זענען נישט אונזערע און אונז טייל מיר נישט דעם זעלבן השקפה. אבער צו קומען מיט לאנגע פארשעמענדע אראפרייסנדע תגובות מיט שארפע אויסדרוקן אויף א פראדוקט וואס איז פאפולער און באנוצט ביים עמך איד איז ראדיקאל, דער עולם הערט און ווייסט פון זיי אבער מאמענט באגייט א הימלשריענדע עוולה מיטן זיי באשרייבן.

נאכדעם וואונדערט מען זיך אז קוואליטעט פאלט, דער רעדאקטאר דארף אריינקריכן אין איעדן שמויגערס קאפ צו דערגיין ווי ביי אים פאלט דער חילוק פון "שיין" צו "כפירה" וכדומה, ווי כאילו סאיז נישטא עפעס אינמיטן, יעדער האלבער נדנוד פון חשש פארט אראפ פון טיש און וואס בלייבט איז טובי מאיר ניימאן....

אדרבה, די לעצטע צוויי מאמענטס פון ראש השנה און יום כיפור זענען לכאורה געווען רעקארד ברעכנד אין די וועלט פון חסידישע ליטעראטור, געווען פול מיט תוכנדיגע ארטיקלען געשריבן געווארן אויף א עכט דערהויבענע סטיל. ווי זענען דאן געווען אט די אלע וואס באדערט זיי מכלומרשט דער מצב פון חסידישע ליטעראטור? איר מיינט זיי זענען אריינגעקומען קאמפלימענטירן און באוואונדערן די מאמענט רעדאקציע פאר זייער הייליגע ארבעט [אין יענעם פאל]? אבי גערעדט...זיי זענען געווען פארנומען איבערקייען אלטע סומאטוכעס וואס זענען שוין ווייט נישט נוגע.

חיים שלמה בערגער שרייבט וואך איין וואך אויס הערליכע השקפה ארטיקלען אויפן סטאנדארט פון סיי וועלכער חסידישער משפיע, איר מיינט אז די וועכנטליכע פייער צינדער קוקן אויף זיין זייט? א נעכטיגן טאג. זיי זיצן אין קייען דורך שורה ביי שורה ביז זיי טרעפן עפעס מיט וואס אויפצוקאכן דעם פארדארבענעם טשאלנט מיט א פרישקייט.

מיר דארפן וויסן צו שעצן אט די רעדאקטארן פאר זייער וואונדערליכער ארבעט, ווער סליינט וועכנטליך מאמענט איז עדות ווי דער מאגאזין גייט ארויף שטאפלען וואך איין וואך אויס סיי אין שרייב קוואליטעט, סיי אין תוכן, אין יא. בעיקר אין די חסידישע ניווא פון די שרייבווערק.

קריטיק איז נישט אויסגעשלאסן, אדרבה סאיז א וויכטיגע זאך, אבער מיט אחריות און אנע שנאה.

1. לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון די זושא ארטיקל לאו דווקא א 'רוחניתדיגע/היימישע/חסידישע'. דער פראבלעם איז אז אזא ארטיקל איז חוזק געמאכט פון די איטעליגענציע פון די ליינער.יא יא, די סארט פאפאליסטישע לאזונגען פון צוויי היפיס וואס קומען 'מגלה זיין די אור החסידות' און 'קאנעקשאן טו השם' איז מער פאסיג פאר די מער תמימותדיגע ענגלישע עמי און משפחה ליינער, די מאמענט ליינער קויפן נישט אפ אזוי שנעל די לאקשן..

2.די צווייטע נקודה אין פראבלעם וואס איז דא אז די צוויי חברה זענען נישט קיין היימישע (היימיש גערעדט..) און אזא ארטיקעל געבט אין א געוויסע וועג א לעגיטימאציע פאר אט די היפיס אין זייער שיטה. ס'נישטא מער גערעכטע קריטיק ווי דאס . זיי ' פארדינען טאקע רעספעקט אלס אידען' , אבער ס'האט נישט קיין קשר, די ווילסט נישט מ'זאל אנהייבן באשרייבען כל מיני אידן מיט שיטות שונות ומשונות בלויז ווייל זיי זענען אידען אדער זיי זענען בעלי תשובות, רייט?
לעצט פארראכטן דורך סאבאבא אום פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 10:26 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

סאבאבא האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:דער זושא ארטיקל איז לדעתי די היט פון מאמענט, א ארטיקל מלא תוכן און עקסטרעם גוט געשריבן.

איך קען זעהן די טענות פון מאנכע אז סאיז נישט פאסיג פאר א היימישע אויסגאבע, אבער איך קלער אז סאיז א שאד צו מאכן סענזאציעס אויף איעדע ארטיקל וואס מען קען בדוחק קריטיקירן, אזא עטיטוד איז מעגליך ווייניגער אידיש ווי די זושא באנד גופא, דער פאקט איז אז וואך איין וואך אויס קומט דער עולם ארויף מדקדק זיין בחוט השערה אויף אן אלגעמיינעם זשורנאל ווי כאילו מען רעדט דא פון שערי מתיבתא אפעקטירט בהכרח די קוואליטעט פון היימישע ליין מאטריאל, אידישע ליטעראטור שרומפט איין און פארלירט אירע שטערקסטע קאנאנען איינס ביי איינס צו קרעדיטירן אומאחריותדיגע קריטיקירער, איש כל הישר בעינו יעשה איז זיכער קיין מהלך אבער קריטיק מעג אויך האבן א "אידישן" טעם און א אחריותדיגער צוגאנג.

אדרבה, לאמיר טאקע צונעמען די זושא באנד ארטיקל, די זושא באנד זענען גאר באוואוסט ביי כלל חסידישע מוזיק ליבהאבער, זייערע לידער ווערן געזינגען ביי מייסטנס היימישע חסידישע קומזיצן און חתונות נאכט נאך נאכט, סאיז כמעט ניטא קיין איד וואס קען נישט "ברוך השם" אדער גאר "דוב בער", ווען זיי זענען ארויפגעשווימען אויפן ארענע זענען זיי געווען א לעגיטימער טאפיק אין די היימיש מקוואות און קאווע שטיבער, דער היימישער זינגער בערי וועבער האט געהאט א חסידישן מעדלי מיט זיי אויף זיין חסידישן "שבת פארברענג" וואס איז אנגעקומען אין די היימישסטע שטיבער.

ווי פארשטענדליך אז זייער פערזענליכקייט איז היפש אייגנארטיג, זיי גלייכן נישט ווארשיינליך קיין געפילטע פיש און מאנכע וועלן אפילו זאגן אז זיי לייגן נישט קיין קאצקע אין די קאווע, מסכים. אבער לאנגע געשטרויבלטע פיאות פסלט נאכנישט די ציצית און ארגינאלע מוזיק איז קיין בליץ טראפ, זיי זענען אפשר נישט אונזערע מורי דרך אבער זיי פארדינען פון אונז דעם זעלבן רעספעקט ווי פאר סיי וועלכער ערליכער איד.

קומט א שרייבער און אינטערוויוט זיי איבער זייערע שטורעמישע דורכגענג, זייערע געוואגטע טריט צו הייליקייט, דער קאמפ צווישן קולטורן און די לעכצעניש נאך אלעס וואס בינדט צו גאט, דער שרייבער האט נישט געזשאלעוועט קיין ארגינאלע מאמרי חסידות אנגעהויבן פון רבי נחמן און גענדיגט ביים תפארת שלמה, געמאכט א עכט אידישע ארבעט שטעלנדיג זייער מוזיקאלישע קאריערע אין שאטן פון אט דעם ספירטואלן געשיכטע.

יעצט צו זאגן אז סאיז נישטא קיין מקום צו קראצן מיטן אויג איז נישט גערעכט, נאך אלעם רעדט מען דא פון ארטיסטן וואס רובא דרובא חסידישער עולם וועט נישט ארייננעמען זייערס א דיסק אינדערהיים, זייערע רביים זענען נישט אונזערע און אונז טייל מיר נישט דעם זעלבן השקפה. אבער צו קומען מיט לאנגע פארשעמענדע אראפרייסנדע תגובות מיט שארפע אויסדרוקן אויף א פראדוקט וואס איז פאפולער און באנוצט ביים עמך איד איז ראדיקאל, דער עולם הערט און ווייסט פון זיי אבער מאמענט באגייט א הימלשריענדע עוולה מיטן זיי באשרייבן.

נאכדעם וואונדערט מען זיך אז קוואליטעט פאלט, דער רעדאקטאר דארף אריינקריכן אין איעדן שמויגערס קאפ צו דערגיין ווי ביי אים פאלט דער חילוק פון "שיין" צו "כפירה" וכדומה, ווי כאילו סאיז נישטא עפעס אינמיטן, יעדער האלבער נדנוד פון חשש פארט אראפ פון טיש און וואס בלייבט איז טובי מאיר ניימאן....

אדרבה, די לעצטע צוויי מאמענטס פון ראש השנה און יום כיפור זענען לכאורה געווען רעקארד ברעכנד אין די וועלט פון חסידישע ליטעראטור, געווען פול מיט תוכנדיגע ארטיקלען געשריבן געווארן אויף א עכט דערהויבענע סטיל. ווי זענען דאן געווען אט די אלע וואס באדערט זיי מכלומרשט דער מצב פון חסידישע ליטעראטור? איר מיינט זיי זענען אריינגעקומען קאמפלימענטירן און באוואונדערן די מאמענט רעדאקציע פאר זייער הייליגע ארבעט [אין יענעם פאל]? אבי גערעדט...זיי זענען געווען פארנומען איבערקייען אלטע סומאטוכעס וואס זענען שוין ווייט נישט נוגע.

חיים שלמה בערגער שרייבט וואך איין וואך אויס הערליכע השקפה ארטיקלען אויפן סטאנדארט פון סיי וועלכער חסידישער משפיע, איר מיינט אז די וועכנטליכע פייער צינדער קוקן אויף זיין זייט? א נעכטיגן טאג. זיי זיצן אין קייען דורך שורה ביי שורה ביז זיי טרעפן עפעס מיט וואס אויפצוקאכן דעם פארדארבענעם טשאלנט מיט א פרישקייט.

מיר דארפן וויסן צו שעצן אט די רעדאקטארן פאר זייער וואונדערליכער ארבעט, ווער סליינט וועכנטליך מאמענט איז עדות ווי דער מאגאזין גייט ארויף שטאפלען וואך איין וואך אויס סיי אין שרייב קוואליטעט, סיי אין תוכן, אין יא. בעיקר אין די חסידישע ניווא פון די שרייבווערק.

קריטיק איז נישט אויסגעשלאסן, אדרבה סאיז א וויכטיגע זאך, אבער מיט אחריות און אנע שנאה.

1. לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון די זושא ארטיקל לאו דווקא א 'רוחניתדיגע/היימישע/חסידישע'. דער פראבלעם איז אז אזא ארטיקל איז חוזק געמאכט פון די איטעליגענציע פון די מאמענט ליינער. די סארט פאפליסטישע לאזונגען פון צוויי היפיס וואס קומען 'מגלה זיין די אור החסידות' און 'קאנעקשאן טו השם' איז מער פאסיג פאר די מער תמימותדיגע ענגלישע עמי און משפחה ליינער, די מאמענט ליינער קויפן נישט אפ אזוי שנעל די לאקשן..

2.די צווייטע נקודה אין פראבלעם וואס איז דא אז די צוויי חברה זענען נישט קיין היימישע (היימיש גערעדט..) און אזא ארטיקעל געבט אין א געוויסע וועג א לעגיטימאציע פאר אט די היפיס אין זייער שיטה. ס'נישטא מער גערעכטע קריטיק ווי דאס. זיי ' פארדינען טאקע זעלבסט רעספעקט אלס אידען' ,אבער ס'נישט קיין סתירה. די ווילסט נישט מ'זאל אנהייבן באשרייבען כל מיני אידען מיט שיטות שונות ומשונות בלויז ווייל זיי זענען אידען אדער זיי זענען בעלי תשובות, רייט?

רייט? ניין גראדע ווילעך יא
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

מהיות טוב האט געשריבן:

קומט א שרייבער און אינטערוויוט זיי איבער זייערע שטורעמישע דורכגענג, זייערע געוואגטע טריט צו הייליקייט, דער קאמפ צווישן קולטורן און די לעכצעניש נאך אלעס וואס בינדט צו גאט, דער שרייבער האט נישט געזשאלעוועט קיין ארגינאלע מאמרי חסידות אנגעהויבן פון ר
1. לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון די זושא ארטיקל לאו דווקא א 'רוחניתדיגע/היימישע/חסידישע'. דער פראבלעם איז אז אזא ארטיקל איז חוזק געמאכט פון די איטעליגענציע פון די מאמענט ליינער. די סארט פאפליסטישע לאזונגען פון צוויי היפיס וואס קומען 'מגלה זיין די אור החסידות' און 'קאנעקשאן טו השם' איז מער פאסיג פאר די מער תמימותדיגע ענגלישע עמי און משפחה ליינער, די מאמענט ליינער קויפן נישט אפ אזוי שנעל די לאקשן..

2.די צווייטע נקודה אין פראבלעם וואס איז דא אז די צוויי חברה זענען נישט קיין היימישע (היימיש גערעדט..) און אזא ארטיקעל געבט אין א געוויסע וועג א לעגיטימאציע פאר אט די היפיס אין זייער שיטה. ס'נישטא מער גערעכטע קריטיק ווי דאס. זיי ' פארדינען טאקע זעלבסט רעספעקט אלס אידען' ,אבער ס'נישט קיין סתירה. די ווילסט נישט מ'זאל אנהייבן באשרייבען כל מיני אידען מיט שיטות שונות ומשונות בלויז ווייל זיי זענען אידען אדער זיי זענען בעלי תשובות, רייט?

רייט? ניין גראדע ווילעך יא

כ'זאג דיר צו אז די ווילסט נישט. און אויב יא קענסטע נישט קיין משוגעים מיט שיטות..
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@מתמודד
איר זענט קריסטעל קלאר גערעכט
זיצען דא מענטשן וואס חלום׳ן נישט פון געבן א גוט ווארט - ווייסן נאר קריטיק

יעדער ארטיקעל וואס איז אביסעל דיפרענד איז כפירה ממש אבער זיי העלן נישט קויפן די מעלות ווייל זיי זיכען מער היינטיג
ענדליך רעדט איינער צום זאך
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@סאבאבא
עפען די עברית משפחה/ בקהילה און טשעק צו דארט ניצט מען נישט אזוינע קעפלעך אין טיטלעך
אבי געהאקט ( בעסער געזאגט געטראפן וואס צו האקן)
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

איך האב הנאה געהאט פון די זושע ארטיקעל

ניין עס איז נישט די זעלבע מין יוד וואס איך בין אויסגעוואקסן, אין קיינער טראכט נישט אז זיי גייען אינז לערנען עבודת החסידות

אבער די חלק פון ווילן דינען השם מיט אן אמתדיגע רצון דאס קען מען זוך אויסלערנען
אין ניין מען זאל נישט זיין ווי זיי [זיי האבן גאר אן אנדערע בעקרענד] אבער עס איז יא דא וואס זוך צו לערנען פון זיי
הצלחה
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

brooklyn האט געשריבן:אנהייבן מיין אנאליז מיט א ישר כח פארן מאמענט שטאב פאר זייערע הערליכע ארבייט, פארשאפט אן עונג יום טוב בה. די קריטיק דא איז א גוטער סימן, ווייל די עקספעטשינס איז זייער זייער הויך.

זייער יום כיפור אויסגאבע מיט אזויפיל תוכן, שלמה באכנערס ארטיקל האב איך איבערגעליינט דריי מאל שוין… אפגערעדט אז זיי האבן גוטע מגיהים אזוי אז טעותים קריצלט נישט אין די אויגן ווי ביי אנדערע.

יעצט א קליינער אנאליז:

איש מתמיד, סופער סופער גוט. געדארפט ליינען אין איין צי. כגלייב יעדער טרעפט אביסל פון זיך אין דעם ארטיקל.

ישראל גאלדשטיין, טיפיקל אינטערוויו, אריינגעפירט דעם ליינער אין א פאטאגרעפערס לעבן וואס איז היבש שווער.

ברוך וויינשטאק שפאציר אין וויליאמסבורג ממש א מחי געווען דער שפאציר. ווערנדיג געוואיר אז געשטטענער פרינטינג מאכט צו און זיך דערמאנט דער רויך קנויל אין גרינפעלדס טשעק קעשינג… איי איי איי וויליאמסבורג א מחי דארט…

זיינע כוואליעס איז אן עקסטערע ברכת הנהנין יעדע וואך, מתוק מתוק.

זושא בענד, מעשי יצירה פון טיפיקל מאמענט, פון ארויסגיין פון די באקס און זיין באמת זושארנאלסטיש, און ברענגן א חידוש צום טיש וואס רוב עולם האט נישט געוואסט, ווי איידער א טיפיקל זינגער אדער היימישע בענד וואס מיר זעען ביי אונזער עולם. זייער לעבענס שטייגער איז ממש צום באוואנדערן וואו השי״ת איז זייער לעבן, זייער אינספייערינג און אינפארמאטיוו. נגינה, חסידות, אמונה, ביזנעס און פיל נאך. זיך באלעקט די פינגער, און איך גלייב איך וועל עס נאכאמאל איבערליינען. חוץ וואס דער ראזען האט א פעדער א הדר שבהדר…

ארמיי באזע נעבן בארא פארק, אויסגעקלארט אביסל איבער דעם שטח וואס מיר האבן שוין לאנג געוואלט וויסן.

טראמפס ארטיקל, א סך הכל פון טראמפס סטראטעגיע.

חיים שלמה בערגער ארטיקל כאפ איך נישט וואס איז ראנג מיט יענע עד פון גלוסט אייך עפעס רינעדיקס… א פעדער האט ער גאר א גוטער.

עקשטיין׳ס ביזנעס איז זייער אינטערסאנט, איך באלעק זיך די פינגער יעדע וואך עקסטער. די ארטיקל וואס איך ליין יעדי וואך די ערשטע… דער האט א מהלך פון אנעקדאטן און געשיכטעס וואס איז זייער אינטערסאנט און געשמאק.

עס איז מיר זייער געפאלן די מעשה פון ״פארסייט״ גראסערי און פון על. די. (ענדליך געוואיר געווארן פארוואס מען רופט אים אזוי…) פון כולל גראסערי וועגן די טשאקלאד איידיע איינקויף.

ער שרייבט זייער אינטערסאנטע נוצליכע אינפראמעישן פון פאמיגרענט, ער דארף ווען מאכן אן אינטערוויו מיט יודי באנדא פון פאמיגרענט אליין, כגלייב אז ער קען געבן נאך אסאך נאלעדש פון גראסערי ליין.

איך קען פארשטיין אז מענטשן נוצן דעם עקשטיין צו עפענען און העלפן ביזנעסער, דער האט א וועג פון קלויבן אינפראמאציע וואס איז א נייער חידוש אין אידישע זושרנאליזם.

איין זאך בין איך נייגעריג אויב מען גייט באמת עפענען א ביזנעס צום סוף?…

די אריזנע באזוך פון אלי יואל איז זייער גייסטיש און געפילש, אנגעהויבן פון די אכט שעה דילעי ביז די שיינע שפאצירן. ער ברענגט אריין די ליינער א גלוסטנעניש צו אהין מופן.

בכלל זיינע פענסטערלעך און פרק השואל איז זיך צו באלעקן די פינגער יעדע וואך… אזא אפענע נשמה שפראך, עס פילט זיך ווי מען וויגט זיך אינעם באשעפערס נאטור, און מען קוועלט פון א רוהיגקייט ווען מען ליינט זיינע ארטיקלען.

די איבריגע האבעך נאכנישט געליינט ביז דערווייל.

יישר כח @ברוקלין
זייער שיינע אנאליז
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

@מתמודד, הערליכע און גערעכטע ווערטער. איך בין נאר חושד אז דו מיינסט נישט מאמענט, נאר ליבערשט זושא... באט גערעכט איז גערעכט.

@אמשטרדם, לא נוהגין כן במקומינו צו פליקן פרעזענליך מענטשן, בפרט ווען איך קען מתמודד אלץ א דורכגעווייקטע חסידישע יונגערמאן פון די שענסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

.hershy האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:ביזדערווייל נאר געליינט די זושא ארטיקל. שטארק הנאה געהאט.

קודם האב איך געטראכט א שאד זיי באשרייבן איינעם וואס איז עכט נישט קיין אייטעם ביי אונזערע קרייזן, איך האב נישט געטראכט אז איך גיי הנאה האבן פון די ארטיקל, צוליב דעם וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט זייער מוזיק, אבער למעשה האט זייער לעבענס געשיכטע מיר שטארק אינספערירט.

איך האב אנגעקוקט מאדנע אז זיי האבן א נאמען געגיבן זייער באנד נאך א צדיק, איך בין געווען זיכער אז איינער פון זיי הייסט זושא…

די אנדערע ארטיקלעך האב איך נאכנישט געליינט, האפענטליך וועל איך אנקומען דערצו שבת חול המועד אדער די צווייטע טעג

נישט קיין היימישע מענטשן

איז וואס?
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

נאך איינער האט באמערקט אז אין די מעגא אויסגאבע געפונט זיך נישט די פינגער פרינטס פון אונזער באליבטע מייסטער שרייבער 'חנוך גרינבערגער'?!
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

איך וויל מיך ארויסברענגען אביסל מער קלאר.
מיין קריטיק אויף די זושא ארטיקל איז נישט אלץ רוחנית-היימיש, ניין.
כ'פארשטייי זייער גוט די ערווארטונג וואס איז דא פון די מאמענט אויסגאבע אויף מער קאלירפולע- קאנטערוועסיאלע מאטריעאל, נישט די רעגולער רבי-עושר-זינגער-ארויס פון די נאז ארטיקלען נאר עפעס מער טיף און קאלירפול. און טאקע פון אזא פלאץ קומט מיין קריטיק אויף די זושא ארטיקעל, ווייל ס'איזפארהאן אן איידעלע כמעט-אומזעעבארע ליניע וואס שיידט אפ צווישן קוראזשפולע-קאלירפולע באשרייבונגען און אזעלכע וואס זענען סתם ביליגע פאפאליזם. ווי פונקט לויפט דארך די ליניע? כ'ווייס נישט.מ'דארף דן זיין. אבער אין מיינע אויגן איז א באשרייבונג אויף זושא באנד און זייער 'דרך אין עבודת השם', אראפלייגענדיג צוויי מאדנע היפיס אלץ 'חסידים' וואס זענען 'מגלה די אור החסידות' איז לעכערליך.פאפאליסטיש. און א שווערע זלזול און די איטעליגענציע פון די ליינער.
די לאקשן זאלסטו פארקויפן פאר די מאדערן-ארטדאקס אידל נישט פאר מיך.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די ארטיקל מיט דעם פאטאגראפירער איז גאר גיט
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מתמודד האט זייער א גוטע שריפט, איך וועל זיין סורפרייזד אויב ער שרייבט נישט אין די מאמענט...

אופס! נאכאמאל די נארישע אטאקע אז יעדער וואס נעמט זיך אן פאר די מאמענט איז א אינסיידער :evil:

איך האב נישט געליינט די מאמענט בכלל (איך בין עס געגאנגען קויפן ביי פרענקל'ס גראסערי אין וויליאמסבורג און עס געווען אויסגעגאנגען) אלזא איך קען זיין Wראנג, אבער איך קריג זיך זייער שטארק אויף מתמודד'ס ווערטער, ממש איך קען נישט קיין איין ניגון פון די וואס ער ברענגט אראפ, איך האב קיינמאל גהערט פון זושא בענד, און איך בין זיכער אז נאך צענדליגע אידן קענען נישט די ניגונים וואס ווערן דארט דערמאנט.

וועט איינער וועלן זאגן אז איך בין עפעס א יחיד וואס איז אויסגעשלאסן פון די מוזיק וועלט, זאל זיך אייך אבער נישט דאכטן אז דער עולם איז מער אינוואלווד ווי מיר, רוב רובם פון די מענטשהייט זענען נישט טיף באקאנט מיט אלע דעטאלן פון די מוזיק וועלט, איך גלייב אז מער אידן פארשטייען צו ריעל עסטעיט און די ארומיגע קאנסטראקציע וועלט ווי די אידן וואס קענען די נעמען פון 'יעדע' היימישע בענד אדער ווי די אידן וואס קענען רעדן איבער אלע סארט מוזיק אינסטרומענטן און איבער זייער אייגענארטיגקייט, אבער פאר די וואס לעבן אין די ניגונים/מוזיק וועלט זעט אויס ווי "דער עולם" איז גוט באקאנט מיט פלוני אלמוני בענד/זינגער/וכדו'.

אלזא צו זאגן אז די זושא בענד איז עפעס וואס די אלגעמיינע מאמענט ליינער זענען שוין לאנג צוגעוואוינט איז לכאורה ווייט פון ריכטיג, און מיט דעם האב איך געקריגט אויף א טעכנישע פרט פון מתמודד'ס ווערטער.

די צווייטע פרט וואס איך קריג זיך איז אז די פאקט אז א שרייבער ברענגט מאמרי חסידות פון תפארת שלמה איז בכלל נישט קיין מעלה, מען קען ברענגן פון תורה נביאים כתובים בבלי ירושלמי מדרש ביזן תפארת שלמה און קיצור שולחן ערוך גענוג מאמרים צו פארטיידיגן יעדע משוגענער, שייגאץ, קוריאזן פערשוין, די פראגע איז נאר צו דער תפארת שלמה בחייו וואלט אויך אזוי געגליכן דעם זושא בענד, איך ווייס נישט פון וועם מען רעדט, יתכן אז דער תפארת שלמה וואלט זיך מחיה געווען מיט זייערע מוזיק, אפשר, זאל יעדער אליין דן זיין דערין, אבער אז א שרייבער ברעגנט אראפ דעם תפארת שלמה צו זושא בענד מוז עס בכלל נישט זיין קיין מעלה, עס קען אפילו אמאל זיין א גרויסע חסרון אדער א עולה.

נאכאמאל, איך האב נישט געליינט די מאמענט.
---
העי סאבאבא, איינער מיט אזא ניק קען נישט אראפרייסן א צווייטע בענד...
---
@מתמודד האסט קעניינע הארע א גוטע שריפט, כבד את ה' ממה שחננך, קענסט טון א סאך גוטע זאכן דערמיט! נוץ עס אויס.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

מתמודד האט געשריבן:דער זושא ארטיקל איז לדעתי די היט פון מאמענט, א ארטיקל מלא תוכן און עקסטרעם גוט געשריבן.

איך קען זעהן די טענות פון מאנכע אז סאיז נישט פאסיג פאר א היימישע אויסגאבע, אבער איך קלער אז סאיז א שאד צו מאכן סענזאציעס אויף איעדע ארטיקל וואס מען קען בדוחק קריטיקירן, אזא עטיטוד איז מעגליך ווייניגער אידיש ווי די זושא באנד גופא, דער פאקט איז אז וואך איין וואך אויס קומט דער עולם ארויף מדקדק זיין בחוט השערה אויף אן אלגעמיינעם זשורנאל ווי כאילו מען רעדט דא פון שערי מתיבתא אפעקטירט בהכרח די קוואליטעט פון היימישע ליין מאטריאל, אידישע ליטעראטור שרומפט איין און פארלירט אירע שטערקסטע קאנאנען איינס ביי איינס צו קרעדיטירן אומאחריותדיגע קריטיקירער, איש כל הישר בעינו יעשה איז זיכער קיין מהלך אבער קריטיק מעג אויך האבן א "אידישן" טעם און א אחריותדיגער צוגאנג.

אדרבה, לאמיר טאקע צונעמען די זושא באנד ארטיקל, די זושא באנד זענען גאר באוואוסט ביי כלל חסידישע מוזיק ליבהאבער, זייערע לידער ווערן געזינגען ביי מייסטנס היימישע חסידישע קומזיצן און חתונות נאכט נאך נאכט, סאיז כמעט ניטא קיין איד וואס קען נישט "ברוך השם" אדער גאר "דוב בער", ווען זיי זענען ארויפגעשווימען אויפן ארענע זענען זיי געווען א לעגיטימער טאפיק אין די היימיש מקוואות און קאווע שטיבער, דער היימישער זינגער בערי וועבער האט געהאט א חסידישן מעדלי מיט זיי אויף זיין חסידישן "שבת פארברענג" וואס איז אנגעקומען אין די היימישסטע שטיבער.

ווי פארשטענדליך אז זייער פערזענליכקייט איז היפש אייגנארטיג, זיי גלייכן נישט ווארשיינליך קיין געפילטע פיש און מאנכע וועלן אפילו זאגן אז זיי לייגן נישט קיין קאצקע אין די קאווע, מסכים. אבער לאנגע געשטרויבלטע פיאות פסלט נאכנישט די ציצית און ארגינאלע מוזיק איז קיין בליץ טראפ, זיי זענען אפשר נישט אונזערע מורי דרך אבער זיי פארדינען פון אונז דעם זעלבן רעספעקט ווי פאר סיי וועלכער ערליכער איד.

קומט א שרייבער און אינטערוויוט זיי איבער זייערע שטורעמישע דורכגענג, זייערע געוואגטע טריט צו הייליקייט, דער קאמפ צווישן קולטורן און די לעכצעניש נאך אלעס וואס בינדט צו גאט, דער שרייבער האט נישט געזשאלעוועט קיין ארגינאלע מאמרי חסידות אנגעהויבן פון רבי נחמן און גענדיגט ביים תפארת שלמה, געמאכט א עכט אידישע ארבעט שטעלנדיג זייער מוזיקאלישע קאריערע אין שאטן פון אט דעם ספירטואלן געשיכטע.

יעצט צו זאגן אז סאיז נישטא קיין מקום צו קראצן מיטן אויג איז נישט גערעכט, נאך אלעם רעדט מען דא פון ארטיסטן וואס רובא דרובא חסידישער עולם וועט נישט ארייננעמען זייערס א דיסק אינדערהיים, זייערע רביים זענען נישט אונזערע און אונז טייל מיר נישט דעם זעלבן השקפה. אבער צו קומען מיט לאנגע פארשעמענדע אראפרייסנדע תגובות מיט שארפע אויסדרוקן אויף א פראדוקט וואס איז פאפולער און באנוצט ביים עמך איד איז ראדיקאל, דער עולם הערט און ווייסט פון זיי אבער מאמענט באגייט א הימלשריענדע עוולה מיטן זיי באשרייבן.

נאכדעם וואונדערט מען זיך אז קוואליטעט פאלט, דער רעדאקטאר דארף אריינקריכן אין איעדן שמויגערס קאפ צו דערגיין ווי ביי אים פאלט דער חילוק פון "שיין" צו "כפירה" וכדומה, ווי כאילו סאיז נישטא עפעס אינמיטן, יעדער האלבער נדנוד פון חשש פארט אראפ פון טיש און וואס בלייבט איז טובי מאיר ניימאן....

אדרבה, די לעצטע צוויי מאמענטס פון ראש השנה און יום כיפור זענען לכאורה געווען רעקארד ברעכנד אין די וועלט פון חסידישע ליטעראטור, געווען פול מיט תוכנדיגע ארטיקלען געשריבן געווארן אויף א עכט דערהויבענע סטיל. ווי זענען דאן געווען אט די אלע וואס באדערט זיי מכלומרשט דער מצב פון חסידישע ליטעראטור? איר מיינט זיי זענען אריינגעקומען קאמפלימענטירן און באוואונדערן די מאמענט רעדאקציע פאר זייער הייליגע ארבעט [אין יענעם פאל]? אבי גערעדט...זיי זענען געווען פארנומען איבערקייען אלטע סומאטוכעס וואס זענען שוין ווייט נישט נוגע.

חיים שלמה בערגער שרייבט וואך איין וואך אויס הערליכע השקפה ארטיקלען אויפן סטאנדארט פון סיי וועלכער חסידישער משפיע, איר מיינט אז די וועכנטליכע פייער צינדער קוקן אויף זיין זייט? א נעכטיגן טאג. זיי זיצן אין קייען דורך שורה ביי שורה ביז זיי טרעפן עפעס מיט וואס אויפצוקאכן דעם פארדארבענעם טשאלנט מיט א פרישקייט.

מיר דארפן וויסן צו שעצן אט די רעדאקטארן פאר זייער וואונדערליכער ארבעט, ווער סליינט וועכנטליך מאמענט איז עדות ווי דער מאגאזין גייט ארויף שטאפלען וואך איין וואך אויס סיי אין שרייב קוואליטעט, סיי אין תוכן, אין יא. בעיקר אין די חסידישע ניווא פון די שרייבווערק.

קריטיק איז נישט אויסגעשלאסן, אדרבה סאיז א וויכטיגע זאך, אבער מיט אחריות און אנע שנאה.

מסכים איך מיין אז דעיס וואס ער שרייבט אינמיטן וועגן די שטיבל האט נישט געדארפט אריינגיין...
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

האט איינער דא קליפס פון די "זושא" חברה ?
כ'וויל וויסן ווי אזוי זיי זינגען נאכן עס לייענען
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ס'האט מיר געבאדערט אז ווען די מאמענט ברענגט א בילד פון א צייטונג פארקויפער סטענד אין בארא פארק, מוז פונקט דארט זיין א טריפה'נע אויסגאבע. (דער נאמען איז טאקע אראפגעשניטן, אבער געבליבן גענוג אויף צו כאפן.)

ס'האט מיר נאכאמאל דערמאנט פארוואס איך קויף נישט מאמענט וועכנטליך.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”