"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות" שע"י חסידי סאטמאר)

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:53 pm

חשון תשע"ב שוין אין די געשעפטן.


ווידער האט דער ווייס געמאכט א מייסטער ארבעט מיט זיינע ארטיקלן.

דער הויפט ארטיקל איז פון ר'יענקלע מפשעווארסק זי"ע געשריבן דורך ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג אוקטובער 28, 2011 9:32 am

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:פלא שנכתונתי לכל דברי מילער

וגם אני סברתי שמכל מבקר ביניהם רבנים לא מפורסמים כ"כ צריך תמונה. ולא ירדתי לעומק דעתם בזה של הכותבים.

אגב במאמר על הביהמ"ק ראיתי דבר שטעות הוא באוצרות, ונראה מי יכוון לזה.

וואס מיינסטו דערמיט?

כ'אב'ס נישט אין פראנט פון מיר, כ'מיין כ'ווייס וואס דו מיינסט, אויב מעגליך ווארף אריין א רמז פון וואס עס רעד זיך.

יישר כח
נאט אייך א גרינע...


ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג אוקטובער 30, 2011 2:46 am

די ארטיקל וועגן ר' יאנקעלע זי"ע איז א ווינדערבארער. קורץ און שארף מיט אסאך תוכן, פול מיט טעם.

אזוי אויך איז ר' מאיר שטיין'ס ארטיקל זייער א תוכנ'פולער און אסאך פרישע ידיעות.

עס איז מיר סתם אינטערעסאנט פארוואס זיי האבן געטוישט גאנג, און אנגעהויבן שרייבן יעדע סארט אידישע זאך, מער א שטייגער ווי א פרומער "שטערן", נישט קיין חסידישער סאטמארער אויסגאבע.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 27184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 30, 2011 5:49 am

פערצופאל איז דער ארטיקל איבער ר' יענקעלע זייער קורץ און נאטינג ספעציעל, וקצרתי.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוקטובער 30, 2011 3:01 pm

farshlufen האט געשריבן:פערצופאל איז דער ארטיקל איבער ר' יענקעלע זייער קורץ און נאטינג ספעציעל, וקצרתי.


איר האט בכלל נישט געכאפט דעם קאנצעפט פון דעם ארטיקל,
איר האט מסתמא געקלערט אז ווען מ'שטעלט זיך שרייבן פון ר' יענקעלע וועט מען דא טרעפן אותות ומופתים מיט ווינדערליכע געשענישן וואס האט פאסירט אויפן טיש פון ר' יענקלע, ניין, נעמט'ס נאכמאל דעם דעקל פון "אוצרות" און ליינט איבער וואס דארט שטייט, דארט שטייט אז דאס איז אן ארטיקל איבער די יארן פון ר' יענקעלע בצל חותנו ר' איציקל, לדעתי ליגט אין דעם אסאך פראפעשענעליזום, ווייל צו נעמען אזעלכע יארן וואס ר' יענקעלע איז געוועהן פארטונקלט אונטער דעם גרויסן שאטן פון זיין שווער און ארויס זיכן שיינע שטריכן אויף אים איז א קונץ,

זאג נאר איר ווייסט אפשר אז עטליכע האבן געוואלט א אנדערע ממלא מקום נאך ר' איציקל???... עד כדי כך האט ער זיך אויסבאהאלטן אין יענע יארן,
און דערפאר זענען די פארשטייער'ס ומבינים מלא התפעלות פון דעם ארטיקל,

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 01, 2011 3:32 pm

אוצרות חשון:
צוגעלייגטע
אוצרות חשון.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 10:07 am

די ארטיקל אין די פאמיליע, די העדער הייסט עפעס איבער ראטשילד איז פיין סוואלט נישט שלעכט געווען  ווען איינער קען עס דא פאוסטן, ברשותם פארשטייצעך.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 10:51 am

הרב מיללער וואלט לכאורה זייער נישט צופרידן געווען מיט די ארטיקל פון "אקופיר וואל סטריט"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 4:50 pm

ים רויבער האט געשריבן:הרב מיללער וואלט לכאורה זייער נישט צופרידן געווען מיט די ארטיקל פון "אקופיר וואל סטריט"


talk for yourself

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך נובעמבער 30, 2011 5:48 pm

חודש כסלו
צוגעלייגטע
460030589.jpg

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובהדורך כ'שעם מיך » פרייטאג דעצמבער 02, 2011 9:37 am

דער ווייס זאל מיר מוחל זיין אבער ס'איז אביסל מאדנע זיין מסקנה, ער האלט אז מ'דארף צוריק גיין צו די מיטל אלטער עפאכע פון טיראניע און דיקטאטורשאפט, ער לויבט אויס כינע פאר זייערע געלונגענע פאליסיס בעת אמעריקע איז אויפן וועג צום צוזאמפאל...קאם אן.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » זונטאג דעצמבער 11, 2011 4:04 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פערצופאל איז דער ארטיקל איבער ר' יענקעלע זייער קורץ און נאטינג ספעציעל, וקצרתי.


איר האט בכלל נישט געכאפט דעם קאנצעפט פון דעם ארטיקל,
איר האט מסתמא געקלערט אז ווען מ'שטעלט זיך שרייבן פון ר' יענקעלע וועט מען דא טרעפן אותות ומופתים מיט ווינדערליכע געשענישן וואס האט פאסירט אויפן טיש פון ר' יענקלע, ניין, נעמט'ס נאכמאל דעם דעקל פון "אוצרות" און ליינט איבער וואס דארט שטייט, דארט שטייט אז דאס איז אן ארטיקל איבער די יארן פון ר' יענקעלע בצל חותנו ר' איציקל, לדעתי ליגט אין דעם אסאך פראפעשענעליזום, ווייל צו נעמען אזעלכע יארן וואס ר' יענקעלע איז געוועהן פארטונקלט אונטער דעם גרויסן שאטן פון זיין שווער און ארויס זיכן שיינע שטריכן אויף אים איז א קונץ,

זאג נאר איר ווייסט אפשר אז עטליכע האבן געוואלט א אנדערע ממלא מקום נאך ר' איציקל???... עד כדי כך האט ער זיך אויסבאהאלטן אין יענע יארן,
און דערפאר זענען די פארשטייער'ס ומבינים מלא התפעלות פון דעם ארטיקל,


אמת ביזט גערעכט. אבער טאקע פון יענע יארן ווען ער האט זיך אויסבאהאלטן איז דא וועלטן וואס צו שרייבן. נאר למעשה איז דאס געווען מער א שמועס מיט ר' שלום אליעזר וואס ער האט איבערגעגעבן זיינע זכרונות.

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 7:03 pm

ווייסט אפשר איינער ווער גיט ארויס "דער אוצר", כאב עס יעצט געזען ס'ערשטע צאל אין געשעפט. ס'זעט אויס גענוי אווי "אוצרות"
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 7:58 pm

קוק צום סוף פונעם אויסגאבע וועסטו גלייך זען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג דעצמבער 16, 2011 10:47 am

שטייסטענישט האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער ווער גיט ארויס "דער אוצר", כאב עס יעצט געזען ס'ערשטע צאל אין געשעפט. ס'זעט אויס גענוי אווי "אוצרות"

בני יואל גיט עס ארויס. זע דא פאר מער פרטים.

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » זונטאג דעצמבער 18, 2011 3:49 am

ישר כח!
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג דעצמבער 18, 2011 12:46 pm

נעכטן ביים גרויסן סעודת הודאה אין ארמארי האט מען געטיילט דעם "אוצרות" ספעציעלע אויסגאבע לכבוד כ"א כסלו.
עס איז מיר זייער צוניץ געקומען, מיין יונגל האט געהאט וואס צו טאן א גאנצע נאכט, די קעסטל רעטענישן וכו'.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג דעצמבער 18, 2011 1:07 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:מיין יונגל האט געהאט וואס צו טאן א גאנצע נאכט, די קעסטל רעטענישן וכו'.

האסט אים געלאזט אויפזיין א גאנצע נאכט?

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:39 am

נו, א קשיא אויף א מעשה.......
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 11:06 am

באמבאסטיש האט געשריבן:
יקוםפרקן האט געשריבן:מיין יונגל האט געהאט וואס צו טאן א גאנצע נאכט, די קעסטל רעטענישן וכו'.

האסט אים געלאזט אויפזיין א גאנצע נאכט?


קודם אנטשולדיגט פאר'ן שפעטיגן, זעט אויס כ'בין נאך געווען מיד...

כ'מיין צו זאגן: ביז 1:30 בערך, ווען מיר האבן זיך ענדליך געקענט געזעגענען און צוריק קיין וומסב"ג.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג ינואר 19, 2012 1:27 pm

די קעפל דעם חודש אויפן "פראנט פעידזש" איז זייער מאדנע.

"שאקירנדע אויפדעקונג" ליינט זיך עס. ממש שוידערליך, די ציונים האבן "בייזוויליג" דערטרונקען א שיף מיט יודן אין מאראקא.
אבער ליינענדיג אינעווייניג דעם געשמאקן ארטיקל פון הרב ווייס (א געשמאקער שרייבער מיט א געוואלד ידיעות אין היסטאריע און אין נ"ך) זעהט מען אז עס איז בלויז א "קאנספיראציע", וויבאלד עס איז געווען צו "פונקט" אריינגעשפילט אין זייערע אינטערעסן. קיין באווייזן זענען לגמרי נישט פארהאן.
און באמת קען מען ווארשיינליך אננעמען אז די ציונים זענען פעאיג אויף אזא זאך; ווי זייער סלאגאן "רק בדם" איז מעיד. אבער צו מאכן פון דעם א "שאקירנדע אויפדעקונג" איז זייער אומפראפעסיאנאל און קינדעריש.

און איך וועל אייך זאגן נאכמער: אין דעם אומגליק איז דאך אויך אומגעקומען זייער'ס אן אגענט. אלזא היעלה על הדעת אז זיי האבן דאס זעלבסט אונטערגעשטעלט?
אין בעסטן פאל איז דאס א שטארקע אומפאראנטווארטליכקייט צו שיקן יודן אינמיטן די נאכט אויף א שטורמישער וואסער מיט אן אלטער שיף.

מען דארף זיך בעסער אכטונג געבן וואס מען שרייבט. נישט אז די געפילן זאלן דאמינירן די קעפלעך.

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » זונטאג ינואר 22, 2012 8:49 pm

פון שרייען דא וועסטו גארנישט אויפטוהן

שיק א email צו oitzres@gmail.com מיט אלע דיינע טענות

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 22, 2012 10:13 pm

פארשריבן האט געשריבן:די קעפל דעם חודש אויפן "פראנט פעידזש" איז זייער מאדנע.

"שאקירנדע אויפדעקונג" ליינט זיך עס. ממש שוידערליך, די ציונים האבן "בייזוויליג" דערטרונקען א שיף מיט יודן אין מאראקא.
אבער ליינענדיג אינעווייניג דעם געשמאקן ארטיקל פון הרב ווייס (א געשמאקער שרייבער מיט א געוואלד ידיעות אין היסטאריע און אין נ"ך) זעהט מען אז עס איז בלויז א "קאנספיראציע", וויבאלד עס איז געווען צו "פונקט" אריינגעשפילט אין זייערע אינטערעסן. קיין באווייזן זענען לגמרי נישט פארהאן.
און באמת קען מען ווארשיינליך אננעמען אז די ציונים זענען פעאיג אויף אזא זאך; ווי זייער סלאגאן "רק בדם" איז מעיד. אבער צו מאכן פון דעם א "שאקירנדע אויפדעקונג" איז זייער אומפראפעסיאנאל און קינדעריש.

און איך וועל אייך זאגן נאכמער: אין דעם אומגליק איז דאך אויך אומגעקומען זייער'ס אן אגענט. אלזא היעלה על הדעת אז זיי האבן דאס זעלבסט אונטערגעשטעלט?
אין בעסטן פאל איז דאס א שטארקע אומפאראנטווארטליכקייט צו שיקן יודן אינמיטן די נאכט אויף א שטורמישער וואסער מיט אן אלטער שיף.

מען דארף זיך בעסער אכטונג געבן וואס מען שרייבט. נישט אז די געפילן זאלן דאמינירן די קעפלעך.

אויך געהאט די מחשבות ליינענדיג דעם ארטיקל
הגם דאס דערטרינקען זייער אגענט איז נישט אזא ראי' אויף להיפך, מען דארף דאך קענען פארדעקן שפירן, אבער דאך צו מאכן אזא אויפדעקונג איז אביסל...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג ינואר 22, 2012 11:40 pm

צו ער איז יא א גוטע שרייבער צו נישט, ווען איך זעה א פעסעמיסטישע ארטיקל איפן דעקל ווייס איך גלייך אז ער איז די שרייבער דערפון, און מ'בלייבט מיט אזא נאכטעם נאכ'ן ליינען..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג ינואר 27, 2012 1:05 am

שבט
צוגעלייגטע
OitzresShvat_72-1.jpg


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט