וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

אחראי: יאנאש

אויפגעקלערט
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:19 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעקלערט »

Without a name האט געשריבן:
Rishi Sunak האט געשריבן:
Latest Talks - Episode 20:
Topics: Shidduchim - Second Marriage - 30 Seconds Of Inspiration
https://drive.google.com/file/d/1qUNgz9 ... fiQ4u/view
איינער האט שלומי ערליך'ס נומבער?
8456594897
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

פאמפעניקעל האט געשריבן:
אז מען וועט פארמאכן לשדך, בקרוב, רעדט-א-שידוך, יונתן שווארץ וועט אויפהערן רעדן וועגן שידוכים,
וועט לכאורה זיין ווייניגער גיטין.
יא יא, די רבנים שרייען שוין לאנג אז אכציג פראצענט גירושין קומט פון דעם וואס מענטשן גט׳ן זיך
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך מיין עס איז צייט צו פארמאכן אייוועלט.

אדער מאכן א גרויסע טויש
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
פאמפעניקעל האט געשריבן:
אז מען וועט פארמאכן לשדך, בקרוב, רעדט-א-שידוך, יונתן שווארץ וועט אויפהערן רעדן וועגן שידוכים,
וועט לכאורה זיין ווייניגער גיטין.
יא יא, די רבנים שרייען שוין לאנג אז אכציג פראצענט גירושין קומט פון דעם וואס מענטשן האבן חתונה
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שטארק זיך האט געשריבן:
איך מיין עס איז צייט צו פארמאכן אייוועלט.

אדער מאכן א גרויסע טויש
וויאזוי וועט דאס העלפן פאר גיטין?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פופציגער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
איך מיין עס איז צייט צו פארמאכן אייוועלט.

אדער מאכן א גרויסע טויש
וויאזוי וועט דאס העלפן פאר גיטין?
עס וועט עכ״פ נישט ארגער מאכן.

שטעל זיך פאר איינער פלאגט זיך נעבעך מיט א פראבלעם.... און נישט גענוג וואס יעדע שטיף שוואגערס א טשוואק זאגט אים עצות, קומט ער אריין אין דעם אשכול און לייענט דברי חכמה פון נערים אשר לא למדו ולא שמשו וואס רעדן ווי גאנצע מבינים...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
חוות דעת
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

א. זייער אסאך גיטין קומען בכלל נישט וועגן פראבלעמען בין איש לאשתו, נאר וועגן די שווער און שוויגער \ טאטע מאמע האבן מחליט געווען אז עפעס איז נישט גוט, און העצן אונטער די פאר פאלק.
אויף דעם איז נישט דא קיין שום סיבה מסכים זיין. מען מוז זיין דאס אויסצורייסן. און אפטיילן די פאר פאלק פון די עלטערן ביז ווי לאנג זיי האלטן זיך נישט רואיג.

ב. זייער אסאך גיטין, אפי' ווען עס איז דא פראבלעמען בין איש לאשתו, קומט נאר ווייל מען 'גלייבט נישט' אז עס איז נאך דא וואס צו טוהן. ווען מען וואלט געוויסט, וויפיל מען קען העלפן מיט ריכטיגע טערעפי (און ליידער איז נישט דא אסאך פון דעם ארטיקל),
מען דארף זיך אונטער נעמען, אז מען נעמט נישט קיין באשלוס אויף גיין גט, פאר מען גייט נישט צו קיין טערעפיסט, וואס פראבירט צו העלפן און קומט צו די מסקנה אז מען קען נישט.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

חוות דעת האט געשריבן:

גוט געזאגט
.

כ׳וואלט צוגעלייגט צוויי נקודות
1. זוכן א מומחה אין נפש און אין רילעישאנשיפ, דאס בעסטע איז ווען מגייט אינאיינעם.

2. געגאנגן צוויי דריי מאל צו אנמומחה הייסט נישט פרובירט. עסבדארף זיין א געוויסע מינומום פון קאנסיסטענט סעסיעס ביים מומחה..
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שטיגליץ האט געשריבן:
נקוט כלל זה בידך, א שטוב וואו די שלום בית איז צופליקט, און די איינציגסטע סיבה פארוואס מען גט זיך נישט איז פאר די קינדער וואקסן די קינדער אויף סאך מער אומסטאביל ווי ווען דער קאפל גט זיך ווען.

קינדער קען מען נישט אויסנערן און אויב די קשר צווישן טאטע מאמע איז נישט בסדר אפילו זיי פראבירן אנצושטעלן די בעסטע פנים פאר די קינדער איז דאס לעבן א גיהנם פאר זיי, און יא, גט'ן איז די סעלושן.

איי די קינדער פאלן א קרבן? האב איך פאר אייך נייעס, די קינדער זענען שוין א קרבן, יעצט איז די איינציגסטע עצה "דעמעדזש קאנטראל".

אויב מיינט מען באמת די קינדערס וואוילזיין זאל מען זעהן אז די גט זאל גיין געשמירט, לייגן די אייגענע אינטערעסן אין א זייט, און די קינדער וועלן זיין אסאך מער סטאביל ווי ווען די קאפל בלייבט ווען צוזאמען.
און צו טאן דערינען דארף מען מיינען הונדערט פראצענט לשם שמים, אן קיין חשבונות פון כבוד המשפחה או דררא דממונא, און גרייט זיין זיך איינצושטעלן ביידע וועלטן דערפאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שפתים ישק פארשלאפן!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

צ/ק
אויב איז באמת דא א פראבלעם אין די מערידזש וואס מ'האט נישט געוויסט בעפאר פארוואס דארף מען עס סטאפן?...

די לעצטיגע גיטין פעלער פון די אינגעלייט דארף מען טאקע סטאפן מיט די ריכטיגע הדרכה בעפאר.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

חוות דעת האט געשריבן:
א. זייער אסאך גיטין קומען בכלל נישט וועגן פראבלעמען בין איש לאשתו, נאר וועגן די שווער און שוויגער \ טאטע מאמע האבן מחליט געווען אז עפעס איז נישט גוט, און העצן אונטער די פאר פאלק.
אויף דעם איז נישט דא קיין שום סיבה מסכים זיין. מען מוז זיין דאס אויסצורייסן. און אפטיילן די פאר פאלק פון די עלטערן ביז ווי לאנג זיי האלטן זיך נישט רואיג.

ב. זייער אסאך גיטין, אפי' ווען עס איז דא פראבלעמען בין איש לאשתו, קומט נאר ווייל מען 'גלייבט נישט' אז עס איז נאך דא וואס צו טוהן. ווען מען וואלט געוויסט, וויפיל מען קען העלפן מיט ריכטיגע טערעפי (און ליידער איז נישט דא אסאך פון דעם ארטיקל),
מען דארף זיך אונטער נעמען, אז מען נעמט נישט קיין באשלוס אויף גיין גט, פאר מען גייט נישט צו קיין טערעפיסט, וואס פראבירט צו העלפן און קומט צו די מסקנה אז מען קען נישט.
באלד גייט קומען איינער און בא'שגצ'ן די טעראפיסטן וואס האקן אפ קינדער פון די עלטערן

און בכלל שרייען אז טעראפיסטן זענען ווייסעכוואס

נישט אז ס'זענען נישטא קיין טעראפיסטן וואס מ'ברויך צובינדן צום שאנד סלופ און גאנץ קהל זאל שפייען אויף זייער פנים אבער מ'מאכט אזא אנדרלמוסיא והורגת טובים ורעים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

ס'דא אן א שיעור יונגעלייט וואס האבן זיך געמוטשעט,
און נאכן אנקומען צום ריכטיגן עצה געבער/ טערעפיסט וכל שום וחניכא ,
זענען זיי געהאלפן געווארן.

מ'דארף זיך ארויפזעצן אויפן וואגן און אנהייבן זיכן,
יא, פשוטו כמשמעו,
פרעג דעם און יענען ,
הער פון סעפערעיטעד וואס זענען צוריקגעגאנגען,
ווער געוואר פון אזעלכע וואס האבן זיך געמוטשעט און איינער האט זיי געראטעוועט,
ווער געוואר ביי וועמען זיי זענען געהאלפן געווארן.

"פאר" דו גייסט, פרעג דעם שאלה,
איז ער א מומחה און צאמהאלטן שטובער אדער צוברעכן?

הייב אן גיין,
אויב געפעלט ער דיר, בלייב,
אויב נישט מעגסטו מאכן פליטה,
ער איז נישט דיין בעה"ב!!!!!
דו!!! ביסט בעה"ב אויף דיך און דו ווילסט ראטעווען דיין שטוב.

כמעט אויף יעדע פראבלעם איז דא אן עצה!!!!!
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
חלום חלמתי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

יכול אני ליפטור את העולם מגיטין על רגל אחת, אם יקיים את המאמר ״זיי קלוג און זיי נישט גערעכט״ ואידך זיל וגמור
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
חוות דעת
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

הענדימען האט געשריבן:
חוות דעת האט געשריבן:
א. זייער אסאך גיטין קומען בכלל נישט וועגן פראבלעמען בין איש לאשתו, נאר וועגן די שווער און שוויגער \ טאטע מאמע האבן מחליט געווען אז עפעס איז נישט גוט, און העצן אונטער די פאר פאלק.
אויף דעם איז נישט דא קיין שום סיבה מסכים זיין. מען מוז זיין דאס אויסצורייסן. און אפטיילן די פאר פאלק פון די עלטערן ביז ווי לאנג זיי האלטן זיך נישט רואיג.

ב. זייער אסאך גיטין, אפי' ווען עס איז דא פראבלעמען בין איש לאשתו, קומט נאר ווייל מען 'גלייבט נישט' אז עס איז נאך דא וואס צו טוהן. ווען מען וואלט געוויסט, וויפיל מען קען העלפן מיט ריכטיגע טערעפי (און ליידער איז נישט דא אסאך פון דעם ארטיקל),
מען דארף זיך אונטער נעמען, אז מען נעמט נישט קיין באשלוס אויף גיין גט, פאר מען גייט נישט צו קיין טערעפיסט, וואס פראבירט צו העלפן און קומט צו די מסקנה אז מען קען נישט.
באלד גייט קומען איינער און בא'שגצ'ן די טעראפיסטן וואס האקן אפ קינדער פון די עלטערן

און בכלל שרייען אז טעראפיסטן זענען ווייסעכוואס

נישט אז ס'זענען נישטא קיין טעראפיסטן וואס מ'ברויך צובינדן צום שאנד סלופ און גאנץ קהל זאל שפייען אויף זייער פנים אבער מ'מאכט אזא אנדרלמוסיא והורגת טובים ורעים
אמת! און דאס איז די פראבלעם ווי איך האב שוין פארדעם געשריבן, אז עס זענען פארהאן זייער ווייניג אמת'ע און גוטע טעראפיסטן. ממילא האבן מיר אזא פנים.
פאר דעם האב איך נישט קיין עצה...
חוות דעת
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

קלארערהייט האט געשריבן:
ס'דא אן א שיעור יונגעלייט וואס האבן זיך געמוטשעט,
און נאכן אנקומען צום ריכטיגן עצה געבער/ טערעפיסט וכל שום וחניכא ,
זענען זיי געהאלפן געווארן.

מ'דארף זיך ארויפזעצן אויפן וואגן און אנהייבן זיכן,
יא, פשוטו כמשמעו,
פרעג דעם און יענען ,
הער פון סעפערעיטעד וואס זענען צוריקגעגאנגען,
ווער געוואר פון אזעלכע וואס האבן זיך געמוטשעט און איינער האט זיי געראטעוועט,
ווער געוואר ביי וועמען זיי זענען געהאלפן געווארן.

"פאר" דו גייסט, פרעג דעם שאלה,
איז ער א מומחה און צאמהאלטן שטובער אדער צוברעכן?

הייב אן גיין,
אויב געפעלט ער דיר, בלייב,
אויב נישט מעגסטו מאכן פליטה,
ער איז נישט דיין בעה"ב!!!!!
דו!!! ביסט בעה"ב אויף דיך און דו ווילסט ראטעווען דיין שטוב.

כמעט אויף יעדע פראבלעם איז דא אן עצה!!!!!
מען דארף פרעגן צו מען איז 'געהאלפן' געווארן.
און מען דארף אויך פרעגן אויף וואספארא סארט פראבלעם איז מען געהאלפן געווארן. ווייל נישט יעדער איינער קען העלפן יעדעם איינעם.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

די פראבלעם איז צומאל ווען א שלום בית מאכער (לייסענסד צי נישט מאכט נישט אויס) נעמט א צד און יענער ווערט פארקויפט און שאפט נאך קליענטן (ווייסמער אזאנעם)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

די פלייץ לאזט נישט נאך, ליידער. נארוואס ערהאלטן א פרישע ליסטע פון גיטין. יעדע פאר זיך איז א שרעקליכע טראגעדיע.

איך טראכט אז אמאל איז זיך גט'ן נישט געווען קיין אפציע. מ'האט געוויסט אז מ'איז חתונה געהאט און דאס איז עס, אנלעס מ'איז געווען געצווינגן דערצי. היינט איז עס עפעס אזויווי אין מערבא, נאך די חתונה פרעגט מען זיך אליין: מצא או מוצא? האב איך גוט חתונה געהאט? לוינט זיך צו בלייבן? און מ'קען טשוזן. איינער וויל יא בלייבן און דער צווייטער טראכט, לאמיך פראבירן עפעס אנדערש.
ה"י
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שמעתי אז מען איז היינט מער וואכזאם צום חורבן פון זיך גט'ן מיט קינדער, דעריבער איז פארהאן וועלכע וועלן ענדערשער זיך גט'ן גלייך ווי פרובירן עס אויסצוארבעטן און ריסקן פון א גט מיט קינדער אינוואלווד.

כ'האב מיר נישט אריינגעלייגט עס נאכצוגיין אם יש דברים בגוי.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

אזוי עס קומען ארייןאסאך מיינונגען מעג איך אויך זאגן מיין מיינונג..

לדעתי איז די פראבלעם פון גיטין דאס אז די בחורים ווערן נישט אויפגעצויגן מיט א ברייטע אין קלארע פארשטאנד אין זיי זענען נישט געלערנט ווי אזוי זיך אן עצה צו דעבן מיט פראבלעם.
פאר איך גיי ווייטער וויל איך קלאר מאכן אז איך מיין נישט חס ושלום ארופצורייסן די מגידי שיעורים אדער די עלטערן זיי טרייען מיטן גאנצן הארץ מחנך צו זיין די קינדער אןיף בעסטן פארנעם איך רעד פון די מציאות.

צוריק צום ענין, רובא דרובא בחורים וואקסן אויף מיט גאלדענע טאץ מען זעהט היינט יונגעלייט וואס נעמען זיך שיין קעהר די פאות מיט די רעקל אין מהאט חתונה מיט דרייווערס לייסענס אין א סעל פאון אלעס וואס זיי דארפן האט מען אין זיי זענען פשוט נישט געלערנט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ער שטויסט זיך אן אין א פראבלעם. יעצט אויב זאל זיין ווייב זעהן אז זי האט חתונה געהאט מיט א בחור וואס האט ישוב הדעת אין א ברייטע קאפ - ער מיז אפילו נישט האבן א עכטע ברייטע קאפ ער זאל זיך כאטש מאכן - וואלט זי געהאט די פולע אחריות אין אים אין זי וואלט אים ארויפגעקוקט אבער אזוי ווי זי זעהט אז ער ווערט ממש פארלוירן פןן יעדע קלייניקייט האט זי נישט קיין טראסט אין אים אין זי פילט נישט קיין סיפוק פארוואס צו האבן חתונה.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

זייענדיג א קינד פון צוטיילטע עלטערן פיל איך פאר א פליכט צו שרייען צום עולם דא "don't do that!!!", ענק הערן? כ’וויין צו ענק, נישט טוהן אזאנס קיינמאל, (חוץ געציילטע עקסטרעמע. פעלער פארשטייט זיך) עס צוברעכט - חוץ די קאפל אליינס - די קינדער’ס גאנצע לעבן!
אלץ דארף מען הערן זעלכע אויסדרוקן פון איינעם אויפן אנדערן, ווי למשל: דיין טאטע איז א משוגע’נער, דיין מאמע איז ’נעבעך’ דורך שוועריגקייטן... וכו’. ועוד ועוד.
קיינער דארף נישט קומען באנעבעכן פערסינאל ווייל איך מיט די גאנצע משפחה זענען ברוך השם פיין מסודר, מ’דארף אבער אביסל עפענען די אויגעלעך! ס’איז דאך געברענגט געווארן קינדער אויף די וועלט!!! א געוואלד און א געשריי און א געפילדער!!! וד”ל.
קינדער דארפן האבן געזונטע עלטערן וואס עכ”פ צווישן די קינדער מאכן זיי זיך ווי ס’איז דא שלום בית וכו’.
צוריק צו מיין מעשה, מיינע עלטערן האבן ביידע ברוך השם נאכדעם געטראפן זייער 2’טע באשערטע לאויו”ט, און ס’גייט זיי ביידע גוט, אבער די חורבן וואס ס’געבליבן פאר אונז קינדערלעך איז אין לשער ולתאר על הקולמוס!
כ’קען ווען שרייבן ביכער סיי פונעם חורבן און סיי פון די נייע הייזער וואס זענען ארויסגענומען, אבער ס’איז פאר קיינעם אינטערסאנט צו הערן יענעמ’ס צרות און פעקלעך! מ’דארף אבער זיך לערנען פון יענעמקס טעותים און נישט פון די אייגענע, ברוך השם ביי אונז איז די וויץ כמעט גוט געלונגען! פארוואס זאג איך כמעט? ווייל איינע פון אונזערע האבן אויכעט זיך צוטיילט ואכמ”ל, און פון ’גילוי’ האב איך ניט מורא ווייל אזאנע משפחות זענען ליידער דא זייער אסאך!...
דער באשעפער זאל יעדעם העלפן מיט גוטע בשורות שטענדיג און נאר רעדן פון שמחות אמן!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:20 am
זייענדיג א קינד פון צוטיילטע עלטערן פיל איך פאר א פליכט צו שרייען צום עולם דא "don't do that!!!", ענק הערן? כ’וויין צו ענק, נישט טוהן אזאנס קיינמאל, (חוץ געציילטע עקסטרעמע. פעלער פארשטייט זיך) עס צוברעכט - חוץ די קאפל אליינס - די קינדער’ס גאנצע לעבן!
אלץ דארף מען הערן זעלכע אויסדרוקן פון איינעם אויפן אנדערן, ווי למשל: דיין טאטע איז א משוגע’נער, דיין מאמע איז ’נעבעך’ דורך שוועריגקייטן... וכו’. ועוד ועוד.
קיינער דארף נישט קומען באנעבעכן פערסינאל ווייל איך מיט די גאנצע משפחה זענען ברוך השם פיין מסודר, מ’דארף אבער אביסל עפענען די אויגעלעך! ס’איז דאך געברענגט געווארן קינדער אויף די וועלט!!! א געוואלד און א געשריי און א געפילדער!!! וד”ל.
קינדער דארפן האבן געזונטע עלטערן וואס עכ”פ צווישן די קינדער מאכן זיי זיך ווי ס’איז דא שלום בית וכו’.
צוריק צו מיין מעשה, מיינע עלטערן האבן ביידע ברוך השם נאכדעם געטראפן זייער 2’טע באשערטע לאויו”ט, און ס’גייט זיי ביידע גוט, אבער די חורבן וואס ס’געבליבן פאר אונז קינדערלעך איז אין לשער ולתאר על הקולמוס!
כ’קען ווען שרייבן ביכער סיי פונעם חורבן און סיי פון די נייע הייזער וואס זענען ארויסגענומען, אבער ס’איז פאר קיינעם אינטערסאנט צו הערן יענעמ’ס צרות און פעקלעך! מ’דארף אבער זיך לערנען פון יענעמקס טעותים און נישט פון די אייגענע, ברוך השם ביי אונז איז די וויץ כמעט גוט געלונגען! פארוואס זאג איך כמעט? ווייל איינע פון אונזערע האבן אויכעט זיך צוטיילט ואכמ”ל, און פון ’גילוי’ האב איך ניט מורא ווייל אזאנע משפחות זענען ליידער דא זייער אסאך!...
דער באשעפער זאל יעדעם העלפן מיט גוטע בשורות שטענדיג און נאר רעדן פון שמחות אמן!
אגב.
א עסקן האט מיר געזאגט, אז רוב פון די פעלער [אז עלטערן האבן זיך צוטיילט 10 יאר נאכן חתונה.. למשל 10 יאר נאכן חתונה מיט 5 קינדער] האבן זיי זיך באמת געדארפט צוטיילען 6 חדשים נאך די חתונה [אהן קיין קינדער],
אבער מען האט עס אפגשטיפט און אפגשטיפט, ביז מען האט איינגעזעהן אז מען קען טאקע נישט ממשיך זיין.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:20 am
זייענדיג א קינד פון צוטיילטע עלטערן פיל איך פאר א פליכט צו שרייען צום עולם דא "don't do that!!!", ענק הערן? כ’וויין צו ענק, נישט טוהן אזאנס קיינמאל, (חוץ געציילטע עקסטרעמע. פעלער פארשטייט זיך) עס צוברעכט - חוץ די קאפל אליינס - די קינדער’ס גאנצע לעבן!
אלץ דארף מען הערן זעלכע אויסדרוקן פון איינעם אויפן אנדערן, ווי למשל: דיין טאטע איז א משוגע’נער, דיין מאמע איז ’נעבעך’ דורך שוועריגקייטן... וכו’. ועוד ועוד.
קיינער דארף נישט קומען באנעבעכן פערסינאל ווייל איך מיט די גאנצע משפחה זענען ברוך השם פיין מסודר, מ’דארף אבער אביסל עפענען די אויגעלעך! ס’איז דאך געברענגט געווארן קינדער אויף די וועלט!!! א געוואלד און א געשריי און א געפילדער!!! וד”ל.
קינדער דארפן האבן געזונטע עלטערן וואס עכ”פ צווישן די קינדער מאכן זיי זיך ווי ס’איז דא שלום בית וכו’.
צוריק צו מיין מעשה, מיינע עלטערן האבן ביידע ברוך השם נאכדעם געטראפן זייער 2’טע באשערטע לאויו”ט, און ס’גייט זיי ביידע גוט, אבער די חורבן וואס ס’געבליבן פאר אונז קינדערלעך איז אין לשער ולתאר על הקולמוס!
כ’קען ווען שרייבן ביכער סיי פונעם חורבן און סיי פון די נייע הייזער וואס זענען ארויסגענומען, אבער ס’איז פאר קיינעם אינטערסאנט צו הערן יענעמ’ס צרות און פעקלעך! מ’דארף אבער זיך לערנען פון יענעמקס טעותים און נישט פון די אייגענע, ברוך השם ביי אונז איז די וויץ כמעט גוט געלונגען! פארוואס זאג איך כמעט? ווייל איינע פון אונזערע האבן אויכעט זיך צוטיילט ואכמ”ל, און פון ’גילוי’ האב איך ניט מורא ווייל אזאנע משפחות זענען ליידער דא זייער אסאך!...
דער באשעפער זאל יעדעם העלפן מיט גוטע בשורות שטענדיג און נאר רעדן פון שמחות אמן!
פעינפול סטארי!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
כבושה בגולה
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 28, 2012 1:20 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבושה בגולה »

נקוט האי כללא: אין אדם טורח בסעודה ומפסידה. אויב הערט מען פון א פאר פאלק וואס האבן זיך צעטיילט געציילטע חדשים נאכן חתונה, איז עס געווען פאר ריכטיגע סיבות. מאן יימר אז עס וואלט געווען בעסער צו סטאפן די גיטין און זיי לאזן זיך מוטשן נאך יארן לאנג?
כאטש כאטש כאטש כבושה בגולה,
דאך דאך דאך לומדת יראתך.
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”