ביהמ"ד ויואל משה סאטמאר - בארא פארק

אחראי: יאנאש

פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

ביהמ"ד ויואל משה סאטמאר - בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

בארא פארק פארמאגט א ביהמ''ד וואס איז שטארק אויסגערופן אין ארויפגעקוקט די לעצטע צענדליגע יארן מיט אירע איינגענארטיגקייטן.

אין צענטער פין שטאט אויף די ניין אין פערציג'סטע סטריט צווישען די דרייצענ'טע אין פערצענ'טע עוועניא'ס שטארט ארויס א בנין מפואר וואס אויף דעים שטייט גרויסע אותיות 'ויואל משה סאטמאר' (בנין משה מנחם מענדלאוויטש ע"ה), עס וואלט זיך געדאכט אז דאס איז נאך א סאטמארער שיהל אין שטאט ווי די אנדערע פופצען סאטמארע בית מדרשים, אבער ווער עס קאן דאס בית המדרש ווייסט צוזאגן אז דאס איז לגמרי עפעס אנדערשט אין אלע פרטים ברוחניות אין בגשמיות.

די שיהל געהערט נישט צו קיין פארטיי עס דאווענען דארט חשובע כלי קודש, דיינים, אין בעלי בתים חשובים פין ביידע סאטמארע קהילות אלעס בשלום ובשלווה מיט איין ציל צו דאווענען אין א מקום קדוש וואס דאס דאווענען האט א משמעות אין ווערט געפירט על דרך רביה"ק זי"ע.

די שיהל פארמאגט גאר אסאך וואס מ'קען שרייבן, פין די גרונדינג פינעם שיהל פאר צוואנציג יאר צוריק ביזן היינטיגן טאג.

דער רב אינעם שיהל איז הרה"ג ר אלעזר הורוויץ שליט''א וואס איז אן אויסגערופענער תלמוד חכם מופלג, א איד וואס לעבט מיטן רבי'ן זי"ע אויף טריט אין שריט, די רב האלט דאס ביהמ"ד בכל תוקף אז די דאווענען זאל זיין אויפן העכסטן סטאַנדאַרט וואס נאר שייך, אלעס זיצענדינג אויף מעריב וואנט פינעם שיהל, אזוי אויך איז די רב'ס שטיבל אויפן דריטן שטאק פארנומען יומם ולילה מיט יודען וואס קימען זיך שואל עצה זיין, אידן וואס ברויכן חיזוק, משולחים אין ארגענעזאציעס וואס העלפן ארויס מוסדות עטה"ק, די באקאנטע ווייסן צוזאגן אז פין די שטיבל ווערט פארטיילט מיליאנען דאלער פאר יחידים אין פאר מוסדות אלעס אויף א שטילע פארנעם, צענדליגע אידן קומען זיך מפשר זיין אין כל מיני ענינים.

כ'האף מיט די צייט אין מיט די הילף פינעם עולם אריינצוגיין מער באריכות אין די אייגענארטיג קייט פין אלע ענינים פין די מקום קדוש אין עס זאל פאראייביגט ווערן די השתלשלות פין די ביהמ"ד

ספעציעל ווי עס האט זיך געגרינדעט אלס אברכים שיהל אין די בעיסמענט פינעם סאטמאר'ע מנכ״ל המוסדות הרבני המפורסם ר' אהרן וועלז הי"ו - די חבורה בעלי בתים וואס האבן דאס טאקע געפענט - די אויפנאמע פינעם יעצטיגע רב שליט"א - די חשבוע פרעזענליכקייטן וואס האבן זיך דארט קובע מקום געווען דורך די יארן - רבינו בעל ברך משה זצ"ל האט קורא שם געווען פארן שיהל - די עטליכע לאקאציעס ווי די שיהל איז געווען סטאנציאנירט דורך די יארן - כהנה וכהנה.

נ.ב. כ'בין נישט קיין שרייבער על כן בעט איך איבער פאר די טעותים פין פאראויס.
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ביהמ"ד ויואל משה סאטמאר - בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געהעריגע בישות קיינער האט נישט דא קאמענטריט איך האב יעצט אריינגבאמפט אין דעם אשכול

שכוח פאר דעי באשרייבונג איך וויל טאקע הערן מער וועגן דעם אייגענארטיגן בית מדרש.

איינער ווייסט ווי מען קען הערן דרשות פון ר'אליעזר הורוביץ ? ער האט א שפראך וואס ווייניג האבן
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”