כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

אחראי: יאנאש

חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

צו געזונט האט געשריבן:אלס א רעגירונגס איינגעשטעלטער איז דער קאמישאנער נאיינער וואס עמט אויף פייער לעשער אלס זייער פאך און נישט זייער רעליגיע. ווען א ווילעדזש/טאון/סיטי אפישעל ווערט אויפגענומען אויף זיין שטאנד, דאן קאן ער נישט נוצען רעליגיע פאר סיי וואספארא אגענדע. ער קאן אפשר ארומדרייען, אז עס זאל מער שטימען מיט זיינע אנשויאונגען.

זיי נעמען נישט קיין זייט אין סיי וואספארא רעליגיעזע איינגעלעגנהייטן. א מחלל שבת/קריסט/רב/ציוני אין די קאמפאני איז א "פייער לעשער"

קיינער הייסט נישט נעמען קיין צד, אבער איז דא איין ערליכע איד וואס האט מתיר געווען צו ווערן קאמישענער פון א פלאץ וואס איז מחלל שבת בפרהסיה?
דיין רב וואלט דיר מתיר געווען צו נעמען א CEO שטעלע און א קאמפעני וואס איז מחלל שבת?

אגב כפארשטיי בכלל נישט דיין תגובה, ווייל ער קען נישט נעמען קיין צד מיינט שוין אז ער מעג עס טוען? פיין די רעגירונג לאזט אים נישט נעמען קיין צד אבער דאס איז א היתר עפ"י תורה? עם איי מיסינג סאמטינג?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:די ווייטאג איז אז איינע פון די אינטעשרייבערס אויפן פאשקעוויל איז אריינגעוועלט געווארן דורך די קאמפיין פון ר' יחזקאל צו ארויסהעלפן אפצושטעלן די חילל שבת אין מאנסי און נאכן געווינען האט ער זיך צוגעשטעלט צו די אידישע שקצים פון די פייער דעפארטמענט

מעגליך ער ווייסט זאכן וואס איר ווייסט נישט, ער איז אנגעקומען בתוך הענין און געזען מיט אן אנדערע בליק דעם גאנצן בילד.
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

אלס א תלמיד פון ר' יחזקאל גלייב איך אז ער האט נישט קיין שום אגענדעס און די שבת באדערט איהם טאקע
אבער פארווואס האט ער זיך גענומען פונקט אויף די פייער דעפארטמענט?
איז נישט דא די זעלבע חילולי שבת ביי "שומרים" אדער 'חברים' וכדומה, און אסאך ארגענעזאציעס איז דא משולי המחנה וואס דרייען זיך שבת מיט טעלעפאנען און פארן מיט קארס ווען עס איז ''לשיטתם'' פיקוח נפש.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

לעורר לב האט געשריבן:אלס א תלמיד פון ר' יחזקאל גלייב איך אז ער האט נישט קיין שום אגענדעס און די שבת באדערט איהם טאקע

זאל ער זיי אויסשירן און ביהמ"ד און אויסטאפן זייער טאשן צו זעהן אויב זיי האבן א טעלעפוין???

דא רעדט מען פון חילל שבת בפרהסיא אן קיין שום בישה
SimchaCohen
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 12:12 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimchaCohen »

לעורר לב האט געשריבן:אלס א תלמיד פון ר' יחזקאל גלייב איך אז ער האט נישט קיין שום אגענדעס און די שבת באדערט איהם טאקע
אבער פארווואס האט ער זיך גענומען פונקט אויף די פייער דעפארטמענט?
איז נישט דא די זעלבע חילולי שבת ביי "שומרים" אדער 'חברים' וכדומה, און אסאך ארגענעזאציעס איז דא משולי המחנה וואס דרייען זיך שבת מיט טעלעפאנען און פארן מיט קארס ווען עס איז ''לשיטתם'' פיקוח נפש.

חברים איז אונטער די אויפזיכט פון א רב און ס'איז כסדר דא שיעורים אין הלכות שבת.

אוודאי קען מען נישט זיין א פאליסמאן אויף יעדעם פריוואט אבער מצד די ארגענעזאציע איז אלעס על פי הוראת הרבנים.
איך וואלט זייער געוואלט טוישן מיין ניק צו שמחה כהן... #יודיש
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

לעורר לב האט געשריבן:אלס א תלמיד פון ר' יחזקאל גלייב איך אז ער האט נישט קיין שום אגענדעס און די שבת באדערט איהם טאקע
אבער פארווואס האט ער זיך גענומען פונקט אויף די פייער דעפארטמענט?
איז נישט דא די זעלבע חילולי שבת ביי "שומרים" אדער 'חברים' וכדומה, און אסאך ארגענעזאציעס איז דא משולי המחנה וואס דרייען זיך שבת מיט טעלעפאנען און פארן מיט קארס ווען עס איז ''לשיטתם'' פיקוח נפש.

צוויי תירוצים
איינס מען קען נישט יעדע שגץ ברבים אויספראקען ווילאנג עס איז נישט אפיציעל די פאליסי פום חברים הצלה וכו
משא’’כ פייער דעפ. ווי די בעאמטער ווערן אפיציעל אריינגעוואויט דורכן ציבור און אויסגעהאלטן פון די ציבורס געלט און די עמטליכע פאליסי שטיצט חילול שבת אזא זאך דארף א מחאה
צווייטענס עס איז דא וועג ארויס וואס זיי ווילן נאך לע’’ע נישט נעמען דאס איז די מהלך פון מצילי אש אין קרית יואל וואס גייט אן אסאך יארן מיט גרויס הצלחה וואס דאס וויטאגט ר יחזקאל פארוואס טוען א איסור ווען מען קען עס טוען באופן המותר
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

אויב טאקע חילול שבת בפרהסיא אן קיין שום בושה דאן ווי איז די וויי געשריי פון אלע ערליכע רבנים פון מאנסי?
פאר ר' חיים פאוויל באדערט נישט חילול שבת? ר' חיים פלאהר האט נישט קיין פראבלעם דערמיט?
קיין איין סאטמאר רב גייט נישט אהן חילול שבת? הזאת מאנסי?
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

לעורר לב האט געשריבן:אויב טאקע חילול שבת בפרהסיא אן קיין שום בושה דאן ווי איז די וויי געשריי פון אלע ערליכע רבנים פון מאנסי?
פאר ר' חיים פאוויל באדערט נישט חילול שבת? ר' חיים פלאהר האט נישט קיין פראבלעם דערמיט?
קיין איין סאטמאר רב גייט נישט אהן חילול שבת? הזאת מאנסי?

דאס איז נישט קיין קשיא, רבנים זענען כסדר מעורר אויף פירצות און שגץ שטיק פון די קצה המחנה, די פייער מעמבערס זענען נישט קיין אויסנאם מיט דעם

די חידוש פון ר' יחזקא' איז אז ער איז דא מיט א פלאן וויאזוי אוועקצושטעלן א פייער דעפט. על טהרת הקודש פאר ציבור שומרי תורה ומצוות וואס קענען נישט צוקוקן דעם עלבון השבת וואך איין וואך אויס, עפעס וואס נישט יעדער רב האט די פעהיגקייטן דאס צו טוהן
לעצט פארראכטן דורך אייער_קיכל אום מיטוואך אפריל 06, 2022 12:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

לעורר לב האט געשריבן:אויב טאקע חילול שבת בפרהסיא אן קיין שום בושה דאן ווי איז די וויי געשריי פון אלע ערליכע רבנים פון מאנסי?
פאר ר' חיים פאוויל באדערט נישט חילול שבת? ר' חיים פלאהר האט נישט קיין פראבלעם דערמיט?
קיין איין סאטמאר רב גייט נישט אהן חילול שבת? הזאת מאנסי?

האסט גערעדט צו זיי אז די ווייסט אז עס טוט זיי נישט וויי???
ר' יחזקאל זיצט יעדן טאג ביי רבנים און שטוב ער האט וועכיטלעך אסיפהס ביי "יעדע" אנערקענטע רב

עס איז נישט א זאך וואס רבנים קענען טוהן מדארף האבן ערליכע מסירת נפש איד ווי ר' יחזקאל. און יא ער האט בעקינג פון "אלע" רבנים פון שטאט
און אלע שומרי שבת אידן פון מאנסי קוקן ארויס אויף זיין הצלחה
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זייער קלאר ארויסגעברענגט
נישט יעדער רב האט די פעאיגקייטן, צייט, שטארקייט, קעמפערישקייט, כיטרישקייט, צו זיין גרייט צו קאנפראטירן און זיך צו מתווכח זיין מיט היימישע שקצים פערזענליך, און זיין גרייט זיי צו פעיסן פנים אל פנים און זיין גרייט צו ווערן באשמוצט אין די גאסן דורך די כאפטע לצים.

נישט יעדער איז גרייט אויף אזא שמועס
-דער רב האלט אז איך בין א מחלל שבת?
= יא!
-דאן פארוואס איז מיך דער רב מצרף צום מנין?
-איך בין א מחלל שבת? וואו זעהט עס דער רב?
=דו האסט דאך געטון כך וכך!
-פון וואו נעמט דער רב אז איך האב עס געטון?
=פלוני האט מיר געזאגט!
- הייסט אז דער רב גלייבט מער פלוני ווי מיר!
++++++++++אדער
אויב דער רב וועט זאגן אז ער האט געזען א קליפ, דאן פארוואס האקט דער רב אויף טעכנאלאגיע
+++++++
אנדערע וועלן קומען מיט גאונית פון פיקוח נפש וכו'
++++++++++++++++++
בקיצור מען דארף זיין גרייט אויף מסירות נפש אריינצוכאפן חצים ובליסטראות בזיונות וכו'
---------------
און ווי שוין כמה פעמים דערמאנט "מצילי אש יוכיח"
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

צהלתו בפניו האט געשריבן:זייער קלאר ארויסגעברענגט

קענט איר אביסל די פאליטיק אין מאנסי ?!
עס איז דא א אידישע פרוי אין די טאון זי פירט די מאנסי געמיינדע
אין טייל פון רבנים ארבעטן מיט איר אינאיינעם
ודי לחכימא ברמיזא
ר' יחזקאל האט נישט קיין מוסדות, פראפערטי צו בויען סא קען ער רעדן הויך
אנדערע רבנים בליטיגן אויף די מצב, אבער ליידער האבן זיי געבינדענע הענט
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

מענדל זאב האט געשריבן:

געבינדענע הענט?????
פאלטיר נישט ביי אז זיי האלטן אנדערש?
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

דרך אגב די וואלן פאר די קאמישענער וואלט קיינמאל געהאט אזא טורנאויט
נאר אדאנק די שווערע ארבעט פון ר' יחזקאל אין געוויזן אביסל ווי שטארק עס באדערט פארן ציבור וואס דא גייט פאר
ערשט נאכן געוואונען האט ער געמאלדן ביי מעטרעקס מערכת אז ער שטייט אוועק פון די פרומע רח"ל
די הייליגע וויזניצע רבי זצ"ל האט נישט קיין מנוחה אין קבר אז אין זיין שטאט זיינע חסידים לאזן דאס צו
שומו שמים !!!
ווי איז די גוי'שע שבת CROW ??
ווי איז די שבת סיסטעם, אין דיין/רב וואס זאל זיין ממונה אויף די הלכות שבת אין די פייער קאמפאני ??
ווי איז די דיין/רב וואס זאל זיין ממונה אויף אבן העזר שאלות ??
נא אונז מוזן פארשטיין מקעעעעען נישטטט...
ביי טעקס'ס, סקול דיסטריקט, אסעמבלי, סופערווייזער, וכו' דארט קען מען יא ??!!! בושה תכסה פנינו
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

36 געסט האט געשריבן:
מענדל זאב האט געשריבן:

קענט איר אביסל די פאליטיק אין מאנסי ?!
עס איז דא א אידישע פרוי אין די טאון זי פירט די מאנסי געמיינדע
אין טייל פון רבנים ארבעטן מיט איר אינאיינעם
ודי לחכימא ברמיזא
ר' יחזקאל האט נישט קיין מוסדות, פראפערטי צו בויען סא קען ער רעדן הויך
אנדערע רבנים בליטיגן אויף די מצב, אבער ליידער האבן זיי געבינדענע הענט

געבינדענע הענט?????
פאלטיר נישט ביי אז זיי האלטן אנדערש?

ניין! גיי פרעג עני רב וואס ער האלט - איך האב
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

מענדל זאב האט געשריבן:דרך אגב די וואלן פאר די קאמישענער וואלט קיינמאל געהאט אזא טורנאויט
נאר אדאנק די שווערע ארבעט פון ר' יחזקאל אין געוויזן אביסל ווי שטארק עס באדערט פארן ציבור וואס דא גייט פאר
ערשט נאכן געוואונען האט ער געמאלדן ביי מעטרעקס מערכת אז ער שטייט אוועק פון די פרומע רח"ל

מעטרעקס
דעיס איז פון פאר די עלעקשענס.....
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין! גיי פרעג עני רב וואס ער האלט - איך האב

איך האב אויך געפרעגט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

36 געסט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין! גיי פרעג עני רב וואס ער האלט - איך האב

איך האב אויך געפרעגט.

איך הער, ווייסעך נישט וועמען דו האסט געפרעגט, די וועמען איך האב געפרעגט שטיצן די מערכה פולשטענדיג
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

די פייער קאמישינאר'ס מאכן דעם אנשטעל כאילו זיי זענען א דרויסענדיגע צד וואס איז אומפארטייאיש.

להווי ידוע, אז זיי זענען נישט קיין דרויסנדיגער, נאר זיי זענען זעלבסט די פראבלעם, די פייער קאמישענער זענען די וואס קענען מאכן די טוישונגען אינעם דעפארטמענט און זיי טוהן עס נישט, און זענען נאך מחפה אויף די חילול שבת.
בילד
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

דאס אז א קאמישענער איז געלאפן מיט א ציהל אויסצוגלייכן און צום סוף שטעלט ער זיך צו מיט די עקזיסטירנדע פייערלייט מאכט מער טראכטן אז עפעס טיפער איז דא וואס מ'קען נישט פאררעכטן אזוי גרינג, קר"י האט נישט געטוישט אן עקזעסטירנדע דעפארטמענט, פארקערט קר"י איז געקומען צו די מסקנא אז מ'קען נישט איבערמאכן מאמבאשע פון די טאון אוו מאנרא האבן זיי געגרינדעט אן אייגענע.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גברא דקפדנא האט געשריבן:דאס אז א קאמישענער איז געלאפן מיט א ציהל אויסצוגלייכן און צום סוף שטעלט ער זיך צו מיט די עקזיסטירנדע פייערלייט מאכט מער טראכטן אז עפעס טיפער איז דא וואס מ'קען נישט פאררעכטן אזוי גרינג, קר"י האט נישט געטוישט אן עקזעסטירנדע דעפארטמענט, פארקערט קר"י איז געקומען צו די מסקנא אז מ'קען נישט איבערמאכן מאמבאשע פון די טאון אוו מאנרא האבן זיי געגרינדעט אן אייגענע.

קען יא שמען יא, איך וויל הערן פון אים אז ער איז פולשטענדיג גרייט מיטצוארבעטן, ער זאל נישט פארלייקענען די פראבלעמען, וכו'
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

גברא דקפדנא האט געשריבן:דאס אז א קאמישענער איז געלאפן מיט א ציהל אויסצוגלייכן און צום סוף שטעלט ער זיך צו מיט די עקזיסטירנדע פייערלייט מאכט מער טראכטן אז עפעס טיפער איז דא וואס מ'קען נישט פאררעכטן אזוי גרינג, קר"י האט נישט געטוישט אן עקזעסטירנדע דעפארטמענט, פארקערט קר"י איז געקומען צו די מסקנא אז מ'קען נישט איבערמאכן מאמבאשע פון די טאון אוו מאנרא האבן זיי געגרינדעט אן אייגענע.

דער איד האט געזאגט בשעת'ן לויפן אז ער לויפט פאר די פאזיציע ווייל ער איז א "באפפער" (כלשונו) און ער פליט אייביג נאך די קאללס, ממילא האלט ער אז ער קען צוהעלפן. ס'האט נישט אויסגעזעהן אז זיין הויפט ציל איז צו בריקן די געפס. ער האט אפילו גענוצט דארט די באזז ווערטער וואס די PR קאמפיין נוצט - אז יעדער האט זיין אייגענע רב און סטאנדארטן, הכשרים וכו'. אויך האט ער דערמאנט די ליגנט אז וויזשניצע רבי איז נישט געווען קעגן די הצלה ארגענעזאציע, נאר האט נישט געלאזט זיינע אינגעלייט לויפן אויף שבת.
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

תגובה דורך שיינער חלום »

נו, דא וויל מען אויך מאכן אן אייגענע, וואס שטערט זיי [די היימישע קאמישענערס]? אלא מאי....
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...

קאמעץ בארד האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:דאס אז א קאמישענער איז געלאפן מיט א ציהל אויסצוגלייכן און צום סוף שטעלט ער זיך צו מיט די עקזיסטירנדע פייערלייט מאכט מער טראכטן אז עפעס טיפער איז דא וואס מ'קען נישט פאררעכטן אזוי גרינג, קר"י האט נישט געטוישט אן עקזעסטירנדע דעפארטמענט, פארקערט קר"י איז געקומען צו די מסקנא אז מ'קען נישט איבערמאכן מאמבאשע פון די טאון אוו מאנרא האבן זיי געגרינדעט אן אייגענע.

דער איד האט געזאגט בשעת'ן לויפן אז ער לויפט פאר די פאזיציע ווייל ער איז א "באפפער" (כלשונו) און ער פליט אייביג נאך די קאללס, ממילא האלט ער אז ער קען צוהעלפן. ס'האט נישט אויסגעזעהן אז זיין הויפט ציל איז צו בריקן די געפס. ער האט אפילו גענוצט דארט די באזז ווערטער וואס די PR קאמפיין נוצט - אז יעדער האט זיין אייגענע רב און סטאנדארטן, הכשרים וכו'. אויך האט ער דערמאנט די ליגנט אז וויזשניצע רבי איז נישט געווען קעגן די הצלה ארגענעזאציע, נאר האט נישט געלאזט זיינע אינגעלייט לויפן אויף שבת.

דאס איז א ליגנט??
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

שיינער חלום האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:דאס אז א קאמישענער איז געלאפן מיט א ציהל אויסצוגלייכן און צום סוף שטעלט ער זיך צו מיט די עקזיסטירנדע פייערלייט מאכט מער טראכטן אז עפעס טיפער איז דא וואס מ'קען נישט פאררעכטן אזוי גרינג, קר"י האט נישט געטוישט אן עקזעסטירנדע דעפארטמענט, פארקערט קר"י איז געקומען צו די מסקנא אז מ'קען נישט איבערמאכן מאמבאשע פון די טאון אוו מאנרא האבן זיי געגרינדעט אן אייגענע.

נו, דא וויל מען אויך מאכן אן אייגענע, וואס שטערט זיי [די היימישע קאמישענערס]? אלא מאי....

אין קרית יואל האט מען ארויסגעשניטן א געגנט, דא וויל מען ער זאל אויפלעזן א דעפארטמענט און אריינברענגן א נייע. וויאזוי האלט איר גייט עס די ניו יארק טיימס און פאוסט מעלדן?
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: כשר'ע פייער דעפארטמענט אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

שיינער חלום האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:דאס אז א קאמישענער איז געלאפן מיט א ציהל אויסצוגלייכן און צום סוף שטעלט ער זיך צו מיט די עקזיסטירנדע פייערלייט מאכט מער טראכטן אז עפעס טיפער איז דא וואס מ'קען נישט פאררעכטן אזוי גרינג, קר"י האט נישט געטוישט אן עקזעסטירנדע דעפארטמענט, פארקערט קר"י איז געקומען צו די מסקנא אז מ'קען נישט איבערמאכן מאמבאשע פון די טאון אוו מאנרא האבן זיי געגרינדעט אן אייגענע.

דער איד האט געזאגט בשעת'ן לויפן אז ער לויפט פאר די פאזיציע ווייל ער איז א "באפפער" (כלשונו) און ער פליט אייביג נאך די קאללס, ממילא האלט ער אז ער קען צוהעלפן. ס'האט נישט אויסגעזעהן אז זיין הויפט ציל איז צו בריקן די געפס. ער האט אפילו גענוצט דארט די באזז ווערטער וואס די PR קאמפיין נוצט - אז יעדער האט זיין אייגענע רב און סטאנדארטן, הכשרים וכו'. אויך האט ער דערמאנט די ליגנט אז וויזשניצע רבי איז נישט געווען קעגן די הצלה ארגענעזאציע, נאר האט נישט געלאזט זיינע אינגעלייט לויפן אויף שבת.

דאס איז א ליגנט??

ווען ס'געווען ערנסטע חילולי שבת בפרהסיא האט ער געפירט א מערכה מיט די ארגענעזאציע. זעה דא.
כ'מיין אז ווען עס איז געווארן בעסער האט ער אויפגעהערט די מערכה אבער נאכאלץ נישט געלאזט זיינע אינגעלייט גיין. זאלן די ידענים אריינקומען מיט מער פרטים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”