זיצט זיך א איד'ל אין אמעריקא און פירקלט און שימפט.... קיין איין מילה נישט אמת.... אבער קיין איינס נישט.
טישטוך האט געשריבן:און ווידעראמאל קומען די עקסטרעמיסטן פארפירן און שרייען גאר אז מען מוז מיר אויסשפארן פון אייוועלט...
די אינגעלייט (וועלכע איך קען ברענגען נעמען אויב וויכטיג) האבן געפירקלט אויף קברים פון חללי צה״ל. דאס איז א בושה וחרפה וואס נעמט זיך פון היציגע ׳סאברא׳ בלוט און נישט פון קיין אמת׳ע קנאות לשם שמים.
אפי' נעמען קען ער ברענגן... הא הא... וואס איז? האסט געמאכט א גוגל סערטש ווער עס איז אמאל ארעסטירט געווארן ביי א הפגנות אז די קענסט שוין נעמען אויך?! קיין שום נאמען... ווייל אזא זאך איז נישט פארגעקומען דורך די חברה!!
טישטוך האט געשריבן: דער וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי און איז אזוי ארעסטירט געווארן איז אויך איינער פון די גרויסע צרה לייט אין מאה שערים. גארנישט קיין ל״ו צדיקים די חברה, א באנדע נידריגע טראבל מעיקערס.
קיין שום צרה לייט!! ניטאמאל באשולדיגט מען אים אין מעשי קנאות!! אבער קודם שרייב... באשולדיג.. מאך א מצב... שטופ אגענדעס....
טישטוך האט געשריבן: און לגבי די רכבת הקלה, פשוט אייך צואוויסן טאן, אז מייסטנס פון די היימישע אידן אין געגנט ווילן דאס דירעקט יא האבן, די סיקריקים וועלכע צייכענען זיך אויס אין בלאקירן טראקטארן אנשטאט לערנען מסכתות אדער ברענגען ברויט אין שטוב, אט די זענען פארנומען מיט די זינלאזע מערכה.
אלס איינער וואס וואונט אין געגנט זאג איך דיר, "רוב איינוואונער פון בר אילן זענען קעגן דעם באן, ווען די וועסט אי"ה זיין אין ירושלים עיה"ק קומענדיגע מאל בעט איך דיר זאלסט אראפקומען דארט און זען ווי יעדע צווייטע נאכט קומען ארויס שכנים פון אלע שיכטן און קרייזן און פארפירן אז מען זאל אוחפהערן די ארבעט, דאס איז אויסער די הפגנות פון די קנאים, וואס אגב האבן זיי א גרויסע ציבור אין געגנט. (קען זיין אז "די" ווילסט אז עס זאל זיין א באן אין המ"ג אבער אונז רעדן פון בר אילן.....)
טישטוך האט געשריבן:איך בין גרייט מיט די גלעזער אויסגעטון צו כאפן פעטש, איך קען נישט דערליידן די מאס שטותים וואס ווערט דא אריינגעברענגט אין אייוועלט לעצטנס, אז מען זאגט אויף קברים טאנצער אז זיי זענען לוחמי מלחמת ה׳, אז מען שטעלט זיך ארויס אננעמען פאר צעלאזטע סיקריקים וועלכע האלטן נישט ביים איינרוען און זוכן נאר אז יעדע נאכט אין ירושלים זאל זיך ענדיגן מיט רויעך אין א שטונק פון פייער און וואסער.
פון דיין מויל צו דיין אויער!! (סתם דיר צו דערמאנען אז נישט לאנג צוריק איז פארגעקומען א הפגנה אין די "בעסערע" רוממה געגנט צוליב... איך ווייס נישט פארוואס... אבער עס האט אויסגעקוקט אסאך ערגער ווי די מסירת נפש'דיגע הפגנות פון די לוחמי מלחמות ה')
טישטוך האט געשריבן:די היפאקריטיע איז קאלירפול!
(שוין, הייבט אן מיט די מלקות)