שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
אחראי: יאנאש
שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
נאך א פארהעלטענמעסיגער לאנגע רואיגע תקופה, איז אין די לעצטע טעג היפש אנגעצויגען, און אין די לעצטע טאג שוין אין צוויי פראנטען.
יונגע אראבער אין מזרח ירושלים צעלאזן זיך אויף אידן ל"ע מיט בארבארישע איבערפעלער און קלעפ.
פון עזה איז אריין געפלויגען פולע ראקעטען דורך אויס שבת אויף דרום ארץ ישראל, ארום 37 אין צאל, שוין לאנג נישט געווען אזא אנגעצויגענער טאג
זאל ג-ט באהיטען

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
מיסתפינא האט געשריבן:
יונגע אראבער אין מזרח ירושלים צעלאזן זיך אויף אידן ל"ע מיט בארבארישע איבערפעלער און קלעפ.
“און ווי אויך, יונגע (אדער אפשר אויך אלטע) מתנחלים טוען די זעלבע (אדער גאר ערגער) פאר אראבער״.
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21067
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
ביידע האבן טיק טאק אדער נאר די אראבערס
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
- אטעטשמענטס
-
- A46892E6-9045-486E-A552-C863F487837A.jpeg (373.93 KiB) געזען 5426 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
דער אייבישטער זאל באהיטן כלל ישראל איבערויפט די יודן אין ארץ ישראל און ברענגן רואיגקייט אויף די וועלט מיט משיח'ן אינאיינעם
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 254
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
לשם ייחוד האט געשריבן:מיסתפינא האט געשריבן:
יונגע אראבער אין מזרח ירושלים צעלאזן זיך אויף אידן ל"ע מיט בארבארישע איבערפעלער און קלעפ.
“און ווי אויך, יונגע (אדער אפשר אויך אלטע) מתנחלים טוען די זעלבע (אדער גאר ערגער) פאר אראבער״.
שטותים
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
א שאד ר' משה בער ז"ל האט עס נישט דערלעבט..
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
אהבת ישראל האט געשריבן:לשם ייחוד האט געשריבן:מיסתפינא האט געשריבן:
יונגע אראבער אין מזרח ירושלים צעלאזן זיך אויף אידן ל"ע מיט בארבארישע איבערפעלער און קלעפ.
“און ווי אויך, יונגע (אדער אפשר אויך אלטע) מתנחלים טוען די זעלבע (אדער גאר ערגער) פאר אראבער״.
שטותים
דו ווייסט אז נישט, אדער שטעלסטעך פאר? ליידער איז עס אמת.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
צד תמות האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
א שאד ר' משה בער ז"ל האט עס נישט דערלעבט..
קען איינער איבערטייטשן? כ'האב מיר צעבראכן א צאן פון עס פראבירן צו ליינען...
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
לעקיש האט געשריבן:צד תמות האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
א שאד ר' משה בער ז"ל האט עס נישט דערלעבט..
קען איינער איבערטייטשן? כ'האב מיר צעבראכן א צאן פון עס פראבירן צו ליינען...
זאג מיר נישט אז די האסט פרובירט דעס צו ליינען...
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
שרויפקאפ האט געשריבן:לעקיש האט געשריבן:צד תמות האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
א שאד ר' משה בער ז"ל האט עס נישט דערלעבט..
קען איינער איבערטייטשן? כ'האב מיר צעבראכן א צאן פון עס פראבירן צו ליינען...
זאג מיר נישט אז די האסט פרובירט דעס צו ליינען...
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
לשם ייחוד האט געשריבן:מיסתפינא האט געשריבן:
יונגע אראבער אין מזרח ירושלים צעלאזן זיך אויף אידן ל"ע מיט בארבארישע איבערפעלער און קלעפ.
“און ווי אויך, יונגע (אדער אפשר אויך אלטע) מתנחלים טוען די זעלבע (אדער גאר ערגער) פאר אראבער״.
זיי האבן עס אנגעהויבן טון נאך אפאר טעג וואס אראבער האבן עס געטון ואין פוצה פה ומצפצף
איך זאג נישט זיי מעגן עס טון אידישלעך,
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
גיי פרעג מיך אפ. עדה החרדית..
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
איז דאס א חידוש
אדער בעבר פלעגט מען דאס אויך טון
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
כ'האב געהארט אז סאטמאר רבי מהרי''י האט ארומגערעדט ביי של''ס איבער המצב בארצה''ק
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
מדינת ישראל - א שווערע שבת איז אריבער אויף תושבי ארץ ישראל, בפרט פאר די וועלכע וואוינען אין די שטעט ארום עזה ווי אשקלון, שדרות, חיפה א.א.וו. ווען א ראקעט שיסעריי אויסברוך האט פאסירט דורכאויס שבת, אנגעהויבן פרייטאג מיטאג און אנגעהאלטנדיג גאנץ פרייטאג צונאכטס, ביז נעכטן מוצאי שבת ווען עס זענען ווייטער געשאסן געווארן עטליכע ראקעטן. לויט די יעצטיגע באשטעטיגטע נומערן זענען 36 ראקעטן אריינגעשאסן געווארן דורך כאמאס מיליטאנטן במשך פרייטאג צונאכטס און נאך 5 נעכטן מוצאי שבת. יעדע פאר מינוט האבן זיך די רויטע סייערינס צוקלינגן אנזאגנדיג די איינוואוינער צו עוועקואירן צו די שעלטערס. בחסדי ה' איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום געשעדיגטע אדער פאטאליטעטן, כאטש וואס עס איז יא באריכטעט געווארן מינימאלע שאדן ביי עטליכע הייזער און געביידעס.
איזראעלי פרעמיער ביבי נתניהו האט געווארנט זיך צו אנגרייטן פאר סיי וועלכע אויסגאנג, אן אנדייטונג אז ער איז גרייט פאר א גרעסערע אפעראציע אדער גאר מלחמה. דער הויפט מדינת ישראל מיליטער גענעראל וועלכער האט געהאט א באשטימטע רייזע קיין אמעריקא זיך צו טרעפן מיט הויכראנגיגע אמעריקאנע מלחמה גענעראלן און האט געדארפט ארויספארן היינט זונטאג האט אפגעשטיפט זיין רייזע פאר א אנדערע געלעגנהייט. דאס אלעס קומט אין צוגאב צו שטארקע אומרוען אין מזרח ירושלים, ווי לאקאלע אראבישע יונגן שלאגן זיך מיט די פאליציי און אידישע דורכגייער.
אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
jd media
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
ירושלים – דער צושטאנד פאר אחינו בני ישראל אין ארץ ישראל איז גאר אנגעשטרענגט, ווען אויף עטליכע פראנטן זענען די געמיטער אנגעצויגן און אין אנגסט, ווייל אינדערצייט וואס ס'פליען פרישע ראקעטן פון עזה, קומען פאר טומלענישן אויף די גאסן פון ירושלים.
אין לויף פון נעכטן שבת און מוצאי שבת זענען געפלויגן נאענט צו פערציג ראקעטן פון עזה קיין מדינת ישראל, שיקנדיג טויזנטער איינוואוינער צו די בונקערס אין א פּאניק. די עזה טעראר גרופּעס האבן גענומען קרעדיט דערפאר און געזאגט אז ס'איז צוליב אונטערדרוקונגען אויף אראבער אין ירושלים.
אויף די גאסן פון ירושלים לעבט מען אויך אין א פּחד, צוליב וואס אראבישע מאסן זענען צעלאזט און אונטערגעהעצט, און עס בושעוועט א כוואליע פון פיזישע איבערפאלן אויף חרדי'שע אידן. דאס ווערט ליידער אונטערגעהעצט דורך רעכטע ציונים וואס רייצן זיך מיט אראבישע פּראטעסטירער און מאכן געפערליכע פראוואקאציעס.
נעכטן שבת האבן אראבער געשאסן שטיינער אויף הייזער אין אלטשטאט ירושלים, און די מדינת ישראל פּאליציי האט רעאגירט אגרעסיוו, פון וועלכע פילע אראבער זענען פארוואונדעט געווארן. דאס האט בלויז נאכמער אונטערגעהעצט די אראבער.
אידן פון איבער דער וועלט זענען מתפּלל אז דער צושטאנד זאל זיך בארואיגן אנדעם וואס ס'זאל ח"ו קאסטן אידיש בלוט, און ערליכע אידן אין ארץ ישראל זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם ביטערן גלות הרוחני אונטער די ציונים, מיט די גאולה שלימה פאר גאנץ כלל ישראל במהרה.
der yid daily
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
מצפים האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.
איז דאס א חידוש
אדער בעבר פלעגט מען דאס אויך טון
כמדומה זיי האבן עס אויך געטון אפאר יאר צוריק ביי די הר הבית אנגעצויגנקייט
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
ווער אין די עדה קען אראביש? אויב איז דאס סתם גוגל טראנסלעיט איז דאס א חוזק ווייל גוגל טראנסלעיט איז נישט אלעמאל אזוי ליינבאר...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2506
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
אנגעהויבן האט זיך עס מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען אראבער האבן אנגעהויבן אטאקירן , און די אטאקירטע זענען על פי רוב געווען חרדים, און די פאליציי האט גארנישט געטוהן, פארוואס יא? מען האט אטאקירט חרדים? נא, אונז טוהן זיי אויך אטאקירן, אונז זענען צו ביזי און מאה שערים יעצט צו כאפן געפערליכע פארברעכער, אונז זענען אויף די זעלבע פעידזש ווי די אראבער, שלאגן און רודפן די חרדים, אבער לעצטע וואך האט זיך די מצב געגעבן א דריי איבער, ווען רעכטע עקסטרעמיסטן האבן געזעהן אז די פאליציי טוהט נישט גארנישט, האבן זיי אנגעהויבן צוריק צו פייטן, איז עס שוין געווארן צושמירט און די פרעסע, און די אראבער זענען געווארן מער ווילד, היתכן, עס שטייט דאך און ענקער תורה לא תקום.... אזוי איז די זאך געווארן מער און מער ווילד ביז סאיז אינגאנצן ארויס פון קאנטראל, און יעצט פרובירט די פאליציי אפצושטעלן די אטאקעס פון ביידע זייטן אין בארוהיגן די מצב, אבער, טא ליטל ענד טא לעיט.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2506
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
עירוב תבשילין האט געשריבן:ווער אין די עדה קען אראביש? אויב איז דאס סתם גוגל טראנסלעיט איז דאס א חוזק ווייל גוגל טראנסלעיט איז נישט אלעמאל אזוי ליינבאר...
פון גוגל טרעינסלעיט.....
w And the peoples will pass through the falsehood of Psalms 2: 1) May with great sorrow, express our protest and condemn the extreme nationalists who tried last night to drag the Haredi population into their protests, and their demands for revenge against the population | The Arabs in Jerusalem, and the transfer of their war to the Haredi neighborhoods, thus endangering the entire region, and who knows what will lead, God forbid, the actions of these people. We do not want to notice that this violence is linked to religious people. Therefore, we call with all heart to calm the fires of war that will not We analyze its consequences, and we declare and say that Haredi Judaism has nothing to do with these demonstrations and disturbances, the faithful Jews of the Torah believe that God’s destiny was to leave our country and move away from our land, and we have no outlet except God, when Christ arrives as soon as possible, amen and we invite the youth of the Jewish religious schools Dear parents of the students who are raising their children, please be careful not to allow any young man or boy to participate in these demonstrations and unrest. Beware of their souls, whether psychological or physical, from | The evil is for those ultra-nationalists who do not want their eradication or their interest, so they seem as loving when they want, and on the other hand they are the partner hand in uprooting the religion and tearing the Torah. No harm or grief to Israel, God willing, the Haredi community on Friday, April 23rd 2027 inviva A46892E6-9045-486E - A552 - C8637487837A.ipea (373.93 KiB
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
בן ימיני האט געשריבן:כ'האב געהארט אז סאטמאר רבי מהרי''י האט ארומגערעדט ביי של''ס איבער המצב בארצה''ק
- גיבראלטאר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 280
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
- לאקאציע: אין אידישן קווארטל
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
יעצט איז זייער (מוסלעמענער) ראמאדאן חאגע, וואס זיי פאסטען פאר 30 טעג פון פון די עלות ביז די שקיעה, וואס געווענליך זענען זיי דעמאלץ מער צוהיצט,
זאל דער אויבישטער האלטן זיין רעכטע האנט פאר אחינו בארץ ישראל,
זאל דער אויבישטער האלטן זיין רעכטע האנט פאר אחינו בארץ ישראל,
גם זה יעבור
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
גיבראלטאר האט געשריבן:יעצט איז זייער (מוסלעמענער) ראמאדאן חאגע, וואס זיי פאסטען פאר 30 טעג פון פון די עלות ביז די שקיעה, וואס געווענליך זענען זיי דעמאלץ מער צוהיצט,
זאל דער אויבישטער האלטן זיין רעכטע האנט פאר אחינו בארץ ישראל,
פאסטן זיי דען? איינער האט מיר פארציילט אז האבנדיג אמאל אן אראבישע גויטע אויף א תענית און זי האט געזעהן ווי די בעל הבית׳טע איז אפגעשוואכט האט די גויטע איר געזאגט, ״פארוואס פאסטו? טוה וואס אונז טוהן.. מ׳גייט אין א צימער ווען קיינער זעהט נישט און מען זעטיגט זיך אן״
אני הוא הנער, נער המדבר
- פאזעטיווער
- שר מאה
- תגובות: 113
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:39 pm
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
בעריש'ל האט געשריבן:א בריוו פון די עדה החרדית פארשפרייט און מפורסם אויף די אראבישע מידיע, אדרעסירט דעם מצב.