שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

אחראי: יאנאש

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

טישטוך האט געשריבן:פארשטינקענע אראבישע רעטאריק פון אנהויבן זיך קריגן מחמת שוואוילטאג און דאן וויינען כקאזאק הנגזל.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א וויץ אויף א סאציאלע מידיא פלאטפארמע, עס ווערט נאר מער און מער ערנסט דער מצב, עס איז נישט אמת אז די פאליציי טוט נישט גארנישט, זיי כאפן שטיינער יעדע נאכט אין שער שכם.

איך בין שטארק אנטקעגן בנצי גופשטיין מיט זיינע מעשי כהנא, אבער די מציאות הדברים איז אז די משטרה פרובירט דאס מערסטע צו ברענגען ארדענונג אויפן ארט.

די אינגעלייט וועמען מען האט ארויסגעריסן פון די שטיבער אין מאה שערים זענען מענטשן וועלכע האבן פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון וואס דאס איז גאר הארב אין מדינת ישראל, עס איז א בושה אז מען שטעלט זיך ארויס זיך אננעמען פאר זיי.

דא אין דעם אשכול ווערט א קוגל צווישן די אראבישע מהומות און די ארעסטן אין מאה שערים, וויל איך נאר אויסקלארן.

:roll: :roll: :roll: ביסט אין פאבליק...
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

דא איז געווען א לינק צו איינע פון די איזרעלישע נייעס סייטס וואס האט געהאט קליפס פון די דאנערשטאג נאכט אומרוען.

געמעקט געווארען?
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

שפרינגען האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:פארשטינקענע אראבישע רעטאריק פון אנהויבן זיך קריגן מחמת שוואוילטאג און דאן וויינען כקאזאק הנגזל.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א וויץ אויף א סאציאלע מידיא פלאטפארמע, עס ווערט נאר מער און מער ערנסט דער מצב, עס איז נישט אמת אז די פאליציי טוט נישט גארנישט, זיי כאפן שטיינער יעדע נאכט אין שער שכם.

איך בין שטארק אנטקעגן בנצי גופשטיין מיט זיינע מעשי כהנא, אבער די מציאות הדברים איז אז די משטרה פרובירט דאס מערסטע צו ברענגען ארדענונג אויפן ארט.

די אינגעלייט וועמען מען האט ארויסגעריסן פון די שטיבער אין מאה שערים זענען מענטשן וועלכע האבן פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון וואס דאס איז גאר הארב אין מדינת ישראל, עס איז א בושה אז מען שטעלט זיך ארויס זיך אננעמען פאר זיי.

דא אין דעם אשכול ווערט א קוגל צווישן די אראבישע מהומות און די ארעסטן אין מאה שערים, וויל איך נאר אויסקלארן.

שעם דיר, איין טאג זענען אייוועלט שרייבער צוריקגעשטאנענע ראסיסטן, א טאג דערויף איז איינער וואס שרייבט עפעס וואס איז א בושה אין מדינת ישראל, איז עס א בושה אז מען נעמט זיך אן פאר זיי...
דער שפראך וואס די ניצט אקעגן היימישע אידן לוחמי מלחמת השם, אז עס איז בושה אז זיי פארשוועכן בלא בלא בלא איז אליינס א בושה.

פאר ווער עס ווייסט נישט זענען דא טויזענטער קברים פון אידן וואס זענעו געשטארבן ביי מלחמות, און גיין טאנצען אויף זייערע קברים קומט נישט פון גרויס קנאות אדער פון קדושה,אפגעזען וואס דו האלטסט פון זיי, טראכט פון דיין משפחה אז איינער העט קומען פארשוועכן זייער קבר וואזוי העסטו פילן,סדא קנאות און סאיז דא די מינומום נארמאלקייט און זיך רעכענען מיט יענעמס געפילן,...
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אהבת ישראל האט געשריבן:

און דעי אלע טויזענטער אידן ליגן מיט די חיילי צה’’ל? אדער דו האסט געשאסן סטעיטמענטס?

און אויב עס איז בלויז חיילי צה’’ל און איימיצער האט זיך דארט צוטאנצן, נו שוין, נישט אז מ’מעג, אבער כ’ווייס נישט ווי הארב ס’איז.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

בין איך נייגעריג אויב סוואלט געווען אזא חרפה און א בושה צו טאנצן אויף די קבר פון ר' משה הירש.
האק מיר נישט אין קאפ אריין וועגן מענטשליכקייט און רעכענען מיט יענעמס געפילן.
די טאנצערס האבן נישט מבזה געווען די וואס ליגן דארט ווארום זיי ווייסן ניטאמטל ווער דאס איז.
זיי האבן געטאנצן אויף די מושג פון מכבד זיין חיילי מדינת ישראל מיליטער ווי גלייך זיי זענען די מצילים פון כלל ישראל.
טאנצן זאלן זיי טאנצן.
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

Fwd:
BREAKING: For the 3rd night in a row, Red Alert sirens wailed in southern Israel, sending families running for bomb shelters. Three launches from the Gaza Strip into Israeli territory were identified. The Iron Dome intercepted two launches. One failed launch fell in the Strip area
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ישרן האט געשריבן:בין איך נייגעריג אויב סוואלט געווען אזא חרפה און א בושה צו טאנצן אויף די קבר פון ר' משה הירש.
האק מיר נישט אין קאפ אריין וועגן מענטשליכקייט און רעכענען מיט יענעמס געפילן.
די טאנצערס האבן נישט מבזה געווען די וואס ליגן דארט ווארום זיי ווייסן ניטאמטל ווער דאס איז.
זיי האבן געטאנצן אויף די מושג פון מכבד זיין חיילי מדינת ישראל מיליטער ווי גלייך זיי זענען די מצילים פון כלל ישראל.
טאנצן זאלן זיי טאנצן.

יישרן זאגט מיט יושר.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אהבת ישראל האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט זענען דא טויזענטער קברים פון אידן וואס זענעו געשטארבן ביי מלחמות, און גיין טאנצען אויף זייערע קברים קומט נישט פון גרויס קנאות אדער פון קדושה,אפגעזען וואס דו האלטסט פון זיי, טראכט פון דיין משפחה אז איינער העט קומען פארשוועכן זייער קבר וואזוי העסטו פילן,סדא קנאות און סאיז דא די מינומום נארמאלקייט און זיך רעכענען מיט יענעמס געפילן,...

און פאר עס ווייסט נישט זענען דא טויזענטער קברי ישראל וואס זענען נפטר געווארן געווארן מיט מער ווי טויזענט יאר צוריק וואס ווערן פארשוועכט דורך די אג אידישע מדינה צוליב ארכילאגישע סיבות אדער סתם ווייל מ'דארף דאס פלאץ צו בויען ראודס אדער הייזער, און דאס קומט נישט פון גרויס קדושה וטהרה.
טראכט אריין ווען מ'זאל פארשוועכן די קבר פון דיין נאנטן וויאזוי וואלסטו געפילט?
ס'טאקע דא התחשבות מיט די מדינה לשיטתם, אבער ס'דאך דא א מינימום פון זיך רעכענען מיט יענעמס געפילן...

זאלן נישט קומען די וואס חילול קברי ישראל אינטערסירט זיי אין די לינקע פאה, און זיך אננעמען פאר כבוד חברי מדינת ישראל מיליטער וואס איז ליידער א חלק פון אן אומווערדיגע מדינה אפילו לויט זייערע גדולים.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

יש לו מנה האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:בין איך נייגעריג אויב סוואלט געווען אזא חרפה און א בושה צו טאנצן אויף די קבר פון ר' משה הירש.
האק מיר נישט אין קאפ אריין וועגן מענטשליכקייט און רעכענען מיט יענעמס געפילן.
די טאנצערס האבן נישט מבזה געווען די וואס ליגן דארט ווארום זיי ווייסן ניטאמטל ווער דאס איז.
זיי האבן געטאנצן אויף די מושג פון מכבד זיין חיילי מדינת ישראל מיליטער ווי גלייך זיי זענען די מצילים פון כלל ישראל.
טאנצן זאלן זיי טאנצן.

יישרן זאגט מיט יושר.

נכון מאוד.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

טאמער פארשטייט איר נישט פארוואס סיז גאר גאר שטארק נישט מענטשליך צו טאנצען אויף איינער'ס קבר, דאן איז עפעס ראונג.

וואס א שייכות האט דאס מיט די ארכיאלאגים וואס טוען אסור'דיגע זאכען? איין עבירה איז דען מתיר א אנדערע עבירה?

שיין האבען מיר דערלעבט, אזעלכע קעגענזייטיגע דיעות אויף אייוועלט, פון איין זייט איז דא ניק'ס וואס האלטען אז יעדער איינער וואס איז זיך משתתף אין ווילדע מחאות דארף מען איינזעצען, און פון אנדערע זייט איז דא ניק'ס וואס פארענטפערען בעקיפין דאס טאנצען אויף קברים.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

פנימחדשות האט געשריבן:טאמער פארשטייט איר נישט פארוואס סיז גאר גאר שטארק נישט מענטשליך צו טאנצען אויף איינער'ס קבר, דאן איז עפעס ראונג.

וואס א שייכות האט דאס מיט די ארכיאלאגים וואס טוען אסור'דיגע זאכען? איין עבירה איז דען מתיר א אנדערע עבירה?

שיין האבען מיר דערלעבט, אזעלכע קעגענזייטיגע דיעות אויף אייוועלט, פון איין זייט איז דא ניק'ס וואס האלטען אז יעדער איינער וואס איז זיך משתתף אין ווילדע מחאות דארף מען איינזעצען, און פון אנדערע זייט איז דא ניק'ס וואס פארענטפערען בעקיפין דאס טאנצען אויף קברים.

ריכטיג.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

און ווידעראמאל קומען די עקסטרעמיסטן פארפירן און שרייען גאר אז מען מוז מיר אויסשפארן פון אייוועלט...

די אינגעלייט (וועלכע איך קען ברענגען נעמען אויב וויכטיג) האבן געפירקלט אויף קברים פון חללי צה״ל. דאס איז א בושה וחרפה וואס נעמט זיך פון היציגע ׳סאברא׳ בלוט און נישט פון קיין אמת׳ע קנאות לשם שמים.

דער וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי און איז אזוי ארעסטירט געווארן איז אויך איינער פון די גרויסע צרה לייט אין מאה שערים. גארנישט קיין ל״ו צדיקים די חברה, א באנדע נידריגע טראבל מעיקערס.

און לגבי די רכבת הקלה, פשוט אייך צואוויסן טאן, אז מייסטנס פון די היימישע אידן אין געגנט ווילן דאס דירעקט יא האבן, די סיקריקים וועלכע צייכענען זיך אויס אין בלאקירן טראקטארן אנשטאט לערנען מסכתות אדער ברענגען ברויט אין שטוב, אט די זענען פארנומען מיט די זינלאזע מערכה.

איך בין גרייט מיט די גלעזער אויסגעטון צו כאפן פעטש, איך קען נישט דערליידן די מאס שטותים וואס ווערט דא אריינגעברענגט אין אייוועלט לעצטנס, אז מען זאגט אויף קברים טאנצער אז זיי זענען לוחמי מלחמת ה׳, אז מען שטעלט זיך ארויס אננעמען פאר צעלאזטע סיקריקים וועלכע האלטן נישט ביים איינרוען און זוכן נאר אז יעדע נאכט אין ירושלים זאל זיך ענדיגן מיט רויעך אין א שטונק פון פייער און וואסער.

די היפאקריטיע איז קאלירפול!

(שוין, הייבט אן מיט די מלקות)
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

טישטוך האט געשריבן:און ווידעראמאל קומען די עקסטרעמיסטן פארפירן און שרייען גאר אז מען מוז מיר אויסשפארן פון אייוועלט...

די אינגעלייט (וועלכע איך קען ברענגען נעמען אויב וויכטיג) האבן געפירקלט אויף קברים פון חללי צה״ל. דאס איז א בושה וחרפה וואס נעמט זיך פון היציגע ׳סאברא׳ בלוט און נישט פון קיין אמת׳ע קנאות לשם שמים.

דער וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי און איז אזוי ארעסטירט געווארן איז אויך איינער פון די גרויסע צרה לייט אין מאה שערים. גארנישט קיין ל״ו צדיקים די חברה, א באנדע נידריגע טראבל מעיקערס.

און לגבי די רכבת הקלה, פשוט אייך צואוויסן טאן, אז מייסטנס פון די היימישע אידן אין געגנט ווילן דאס דירעקט יא האבן, די סיקריקים וועלכע צייכענען זיך אויס אין בלאקירן טראקטארן אנשטאט לערנען מסכתות אדער ברענגען ברויט אין שטוב, אט די זענען פארנומען מיט די זינלאזע מערכה.

איך בין גרייט מיט די גלעזער אויסגעטון צו כאפן פעטש, איך קען נישט דערליידן די מאס שטותים וואס ווערט דא אריינגעברענגט אין אייוועלט לעצטנס, אז מען זאגט אויף קברים טאנצער אז זיי זענען לוחמי מלחמת ה׳, אז מען שטעלט זיך ארויס אננעמען פאר צעלאזטע סיקריקים וועלכע האלטן נישט ביים איינרוען און זוכן נאר אז יעדע נאכט אין ירושלים זאל זיך ענדיגן מיט רויעך אין א שטונק פון פייער און וואסער.

די היפאקריטיע איז קאלירפול!

(שוין, הייבט אן מיט די מלקות)

אנטשולדיגט, אבער דיין תגובה שטינקט פון האס אויף ערליכע אידן. און ניין, נישט אויף די וואס פירקלען אן קברים, נאר אויף יעדע איד וואס פארמאגט אביסל קנאות אין זיך. המן מיט בלעם וואלטן זיך פארשטעקט פאר דיין נידריגע שפראך, אבער אויף די משטרה א קרום ווארט? חלילה! זיי זענען זיך דאך מוסר נפש פאר אונז...

קיינער האט נישט בארעכטיגט די וואס טוהן ווילדע שריט, און קיינער האט זיי נישט באטיטעלט אלס לוחמי מלחמות ה’. אבער קום נישט אנשמירן גאנץ עדה החרדית אלס סיקריקים צוליב אפאר עקסטערמיסטן. און ווען איר האט א צווייטע שטעלונג איבער די רכבת הקלה ווערט עס נאכנישט צוליב דעם א ’זינלאזע מערכה’.

לאז ביטע די לופט ריין דא פאר אונז ’עקסטרעמיסטן’
לינק?
אבן הפינה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:43 am

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן הפינה »

טישטוך האט געשריבן:און ווידעראמאל קומען די עקסטרעמיסטן פארפירן און שרייען גאר אז מען מוז מיר אויסשפארן פון אייוועלט...

די אינגעלייט (וועלכע איך קען ברענגען נעמען אויב וויכטיג) האבן געפירקלט אויף קברים פון חללי צה״ל. דאס איז א בושה וחרפה וואס נעמט זיך פון היציגע ׳סאברא׳ בלוט און נישט פון קיין אמת׳ע קנאות לשם שמים.

דער וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי און איז אזוי ארעסטירט געווארן איז אויך איינער פון די גרויסע צרה לייט אין מאה שערים. גארנישט קיין ל״ו צדיקים די חברה, א באנדע נידריגע טראבל מעיקערס.

און לגבי די רכבת הקלה, פשוט אייך צואוויסן טאן, אז מייסטנס פון די היימישע אידן אין געגנט ווילן דאס דירעקט יא האבן, די סיקריקים וועלכע צייכענען זיך אויס אין בלאקירן טראקטארן אנשטאט לערנען מסכתות אדער ברענגען ברויט אין שטוב, אט די זענען פארנומען מיט די זינלאזע מערכה.

איך בין גרייט מיט די גלעזער אויסגעטון צו כאפן פעטש, איך קען נישט דערליידן די מאס שטותים וואס ווערט דא אריינגעברענגט אין אייוועלט לעצטנס, אז מען זאגט אויף קברים טאנצער אז זיי זענען לוחמי מלחמת ה׳, אז מען שטעלט זיך ארויס אננעמען פאר צעלאזטע סיקריקים וועלכע האלטן נישט ביים איינרוען און זוכן נאר אז יעדע נאכט אין ירושלים זאל זיך ענדיגן מיט רויעך אין א שטונק פון פייער און וואסער.

די היפאקריטיע איז קאלירפול!

(שוין, הייבט אן מיט די מלקות)

יישר כוח פאר די ריכטיגע רייד
איך ובין א ירושלימער אינגערמאן וואס לעבט דא אין וויל לעבען רוהיג צוזאמען מיט נאך טויזענטער יראי' ה' אין עיה"ק
רומען אפאר ליידיגייערס וואס נישט תורה און נישט מצוות איז זייער ציל, נאר צו מאכען רייאטן אין א חרבון און שטאט פאר יעדעם שטות
פרעג יעדען ירושלימער איד אויב ער נעמט זיך אהן פאר די פאר משוגעים וואס דרייען איבער די שטאט יומם ולילה, יא שטערן פאר מענטשען אנקומען צו ארבייט/ כולל/אהיים ווייל די באסעס פארען ניטש ווייל איינער דארף ווארפען שטיינער אויף בר-אילן גאס וכדו'
די אלע וואס נעמען זיך אהן פאר די קנאות פארשטיי איך אז זיי לעבען בכלל אין אמעריקא, קיינער שטערט נישט דיין לעבען און די האסט נישט מורא אז איינער וועט דער אטאקירען ווייל עפעס א משוגענער האט פאברענט קברים פון זיינע באליבטע
קומט אהער קיין ארה"ק און זעהט וואס דא גייט פאר און דערנאך רעד
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פארוואס זעה איך נישט און די נייעס, אז מהאט פארברענט אדער געטשעפעט קברים פון געשטארבענע מדינת ישראל מיליטער'ניקעס? קען איינער ביטע צו ווייזן? אדער איז עס א אויפגעבאקענע מעשה פון אפאר ניקים דא?
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

גוגל זאגט אז מ’רעדט יא דערפון. אויב דאס איז די מעשה מיט די ארעסט אין מאה שערים, ווייס איך נישט. איך קען נישט עפענען די לינקס.
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

סאכדעס האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט זענען דא טויזענטער קברים פון אידן וואס זענעו געשטארבן ביי מלחמות, און גיין טאנצען אויף זייערע קברים קומט נישט פון גרויס קנאות אדער פון קדושה,אפגעזען וואס דו האלטסט פון זיי, טראכט פון דיין משפחה אז איינער העט קומען פארשוועכן זייער קבר וואזוי העסטו פילן,סדא קנאות און סאיז דא די מינומום נארמאלקייט און זיך רעכענען מיט יענעמס געפילן,...

און פאר עס ווייסט נישט זענען דא טויזענטער קברי ישראל וואס זענען נפטר געווארן געווארן מיט מער ווי טויזענט יאר צוריק וואס ווערן פארשוועכט דורך די אג אידישע מדינה צוליב ארכילאגישע סיבות אדער סתם ווייל מ'דארף דאס פלאץ צו בויען ראודס אדער הייזער, און דאס קומט נישט פון גרויס קדושה וטהרה.
טראכט אריין ווען מ'זאל פארשוועכן די קבר פון דיין נאנטן וויאזוי וואלסטו געפילט?
ס'טאקע דא התחשבות מיט די מדינה לשיטתם, אבער ס'דאך דא א מינימום פון זיך רעכענען מיט יענעמס געפילן...

זאלן נישט קומען די וואס חילול קברי ישראל אינטערסירט זיי אין די לינקע פאה, און זיך אננעמען פאר כבוד חברי מדינת ישראל מיליטער וואס איז ליידער א חלק פון אן אומווערדיגע מדינה אפילו לויט זייערע גדולים.

און אויב בין איך זיך משתתף ביי די פראטעסטן וואס התאחדות פאררופט קעגן חטוטי שכבי, בין איך ענטייטלד צו צווייפלען צו עני נארמאלע (קנאי’שע) רב וואלט געשטיצט אזא שריט?
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

א פשוטע גוגל בערטש ברענגט דעס ארויף.
אטעטשמענטס
9896657F-72EA-43F5-AA42-71027C58DD5B.png
9896657F-72EA-43F5-AA42-71027C58DD5B.png (442.29 KiB) געזען 1990 מאל
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אבן הפינה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:און ווידעראמאל קומען די עקסטרעמיסטן פארפירן און שרייען גאר אז מען מוז מיר אויסשפארן פון אייוועלט...

די אינגעלייט (וועלכע איך קען ברענגען נעמען אויב וויכטיג) האבן געפירקלט אויף קברים פון חללי צה״ל. דאס איז א בושה וחרפה וואס נעמט זיך פון היציגע ׳סאברא׳ בלוט און נישט פון קיין אמת׳ע קנאות לשם שמים.
די פירקלען די קברים איז טאקע א בושה וחרפה, און א גרויסער חילול השם, אבער טאמער די ארעסטען האבען מיט דעם ווייס איך נישט.
דער וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי און איז אזוי ארעסטירט געווארן איז אויך איינער פון די גרויסע צרה לייט אין מאה שערים. גארנישט קיין ל״ו צדיקים די חברה, א באנדע נידריגע טראבל מעיקערס.
דא ווייס איך ווייטער נישט אויב סיז טאקע אזוי, און איך האף אז דו שרייבסט מידיעה, און נישט מהשערה בעלמא.
און לגבי די רכבת הקלה, פשוט אייך צואוויסן טאן, אז מייסטנס פון די היימישע אידן אין געגנט ווילן דאס דירעקט יא האבן,
אין דעם ביסטו לכאו' גערעכט, אבער דאס איז נישט א סיבה אז די אידען וואס זייערע רבנים האלטען אז ס'וועט ברענגען פריצות אד"ג, זאלען עס נישט פראבירען אפצושטעלען, פארשטייט זיך נאר מיט נארמאלע וועגען וואס מען וואלט אויך גענוצט אין אמעריקע און ענגלאנד, און נישט דורכ'ן חרוב מאכען א געגענט.
די סיקריקים וועלכע צייכענען זיך אויס אין בלאקירן טראקטארן אנשטאט לערנען מסכתות אדער ברענגען ברויט אין שטוב, אט די זענען פארנומען מיט די זינלאזע מערכה.
דא ביסטו נישט אינגאנצען גערעכט, די עדה החרדית און די קנאי'שע רבני השכונה האבען פאררופען עטליכע פראטעסטען קעגען די באן (איינס פון זיי אויף היינט נאכט), און ממילא צו רופען די גאנצע מערכה "זינלאז", נאכדערצו אויף א קנאיש געשטימטע וועבסייט ווי אייוועלט, איז נישט ריכטיג, אבער מיט דעם ביסטו יא גערעכט אז די ליידיגגייער וואס בלאקירן די גאסען און פארברענען גארבעזשעס און צוברעכען טרעפיק לייטס אא"וו יעדער צווייטער נאכט זענען נישט די גרויסע צדיקים וואס ס'ברענט זיי די יראת שמים, נאר א באנדע ליידיגגייער וואס ס'גייט זיי אן אין די לינקע פיאה אז א גאנצע געגענט מוטשעט זיך נאכט איין נאכט אויס מיט געבלאקטע גאסען, מיט נישט האבען טראנספארטאציע (ווייל רוב פרומע אידען אין א"י האבען נישט קיין קארס, און באנוצען זיך נאר מיט באסעס), און מיט שלעכטע גערוכען אא"וו, און זייערע פלאץ איז לכאו' טאקע אין תפיסה, און פון אזעלכע חברה ווי זיי וואקסען אויס אזעלכע ווי יהודה מ"ז.
איך בין גרייט מיט די גלעזער אויסגעטון צו כאפן פעטש, איך קען נישט דערליידן די מאס שטותים וואס ווערט דא אריינגעברענגט אין אייוועלט לעצטנס, אז מען זאגט אויף קברים טאנצער אז זיי זענען לוחמי מלחמת ה׳, אז מען שטעלט זיך ארויס אננעמען פאר צעלאזטע סיקריקים וועלכע האלטן נישט ביים איינרוען און זוכן נאר אז יעדע נאכט אין ירושלים זאל זיך ענדיגן מיט רויעך אין א שטונק פון פייער און וואסער.

די היפאקריטיע איז קאלירפול!

(שוין, הייבט אן מיט די מלקות)

יישר כוח פאר די ריכטיגע רייד
איך בין א ירושלימער אינגערמאן וואס לעבט דא אין וויל לעבען רוהיג צוזאמען מיט נאך טויזענטער יראי' ה' אין עיה"ק
קומען אפאר ליידיגייערס וואס נישט תורה און נישט מצוות איז זייער ציל, נאר צו מאכען רייאטן אין א חרבון און שטאט פאר יעדעם שטות
פרעג יעדען ירושלימער איד וואס וואוינט אין די בר אילן געגענט אויב ער נעמט זיך אהן פאר די פאר משוגעים וואס דרייען איבער די שטאט יומם ולילה, יא שטערן פאר מענטשען אנקומען צו ארבייט/ כולל/אהיים ווייל די באסעס פארען נישט ווייל איינער דארף ווארפען שטיינער אויף בר-אילן גאס וכדו'
די אלע וואס נעמען זיך אהן פאר די קנאות פארשטיי איך אז זיי לעבען בכלל אין אמעריקא, קיינער שטערט נישט דיין לעבען און די האסט נישט מורא אז איינער וועט דער אטאקירען ווייל עפעס א משוגענער האט פאברענט קברים פון זיינע באליבטע
קומט אהער קיין ארה"ק און זעהט וואס דא גייט פאר און דערנאך רעד

גא"מ.

און איך וועל דא נאכאמאל איבערשרייבען וואס איך האב שוין געשריבען עטליכע טעג צוריק, טראכטס אביעקטיוו כאילו ממש אזא זאך פאסירט אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק, אז סיז דא א פירצה וואס די שטאטראט וויל איינפירען, און די רבנים שטעלען זיך דערקעגען, און ס'קומען אפאר בחורים און דרייען איבער די שטאט, אזויווי אין ירושלים, און די פאליציי זעצט זיי איין, אויף וועמענס זייט וואלט איר געווען?
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פרא-חסיד האט געשריבן:א פשוטע גוגל בערטש ברענגט דעס ארויף.

יישר כח פארן עס ברענגען. זעה איך אבער דא אז מהאט פארברענט דגלים און נישט קיין קברים ווי געוויסע ניקים פארפירן דא, און לויט ווי די נייעס גיבט איבער , זענען די לעצטיגע ארעסטן און מאה שערים, צוליב געלט וואשעריי און נאך, קיין ווארט נישט וועגן די אזוי גערופענע חילול קברים.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אבן הפינה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:און ווידעראמאל קומען די עקסטרעמיסטן פארפירן און שרייען גאר אז מען מוז מיר אויסשפארן פון אייוועלט...

די אינגעלייט (וועלכע איך קען ברענגען נעמען אויב וויכטיג) האבן געפירקלט אויף קברים פון חללי צה״ל. דאס איז א בושה וחרפה וואס נעמט זיך פון היציגע ׳סאברא׳ בלוט און נישט פון קיין אמת׳ע קנאות לשם שמים.

דער וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי און איז אזוי ארעסטירט געווארן איז אויך איינער פון די גרויסע צרה לייט אין מאה שערים. גארנישט קיין ל״ו צדיקים די חברה, א באנדע נידריגע טראבל מעיקערס.

און לגבי די רכבת הקלה, פשוט אייך צואוויסן טאן, אז מייסטנס פון די היימישע אידן אין געגנט ווילן דאס דירעקט יא האבן, די סיקריקים וועלכע צייכענען זיך אויס אין בלאקירן טראקטארן אנשטאט לערנען מסכתות אדער ברענגען ברויט אין שטוב, אט די זענען פארנומען מיט די זינלאזע מערכה.

איך בין גרייט מיט די גלעזער אויסגעטון צו כאפן פעטש, איך קען נישט דערליידן די מאס שטותים וואס ווערט דא אריינגעברענגט אין אייוועלט לעצטנס, אז מען זאגט אויף קברים טאנצער אז זיי זענען לוחמי מלחמת ה׳, אז מען שטעלט זיך ארויס אננעמען פאר צעלאזטע סיקריקים וועלכע האלטן נישט ביים איינרוען און זוכן נאר אז יעדע נאכט אין ירושלים זאל זיך ענדיגן מיט רויעך אין א שטונק פון פייער און וואסער.

די היפאקריטיע איז קאלירפול!

(שוין, הייבט אן מיט די מלקות)

יישר כוח פאר די ריכטיגע רייד
איך ובין א ירושלימער אינגערמאן וואס לעבט דא אין וויל לעבען רוהיג צוזאמען מיט נאך טויזענטער יראי' ה' אין עיה"ק
רומען אפאר ליידיגייערס וואס נישט תורה און נישט מצוות איז זייער ציל, נאר צו מאכען רייאטן אין א חרבון און שטאט פאר יעדעם שטות
פרעג יעדען ירושלימער איד אויב ער נעמט זיך אהן פאר די פאר משוגעים וואס דרייען איבער די שטאט יומם ולילה, יא שטערן פאר מענטשען אנקומען צו ארבייט/ כולל/אהיים ווייל די באסעס פארען ניטש ווייל איינער דארף ווארפען שטיינער אויף בר-אילן גאס וכדו'
די אלע וואס נעמען זיך אהן פאר די קנאות פארשטיי איך אז זיי לעבען בכלל אין אמעריקא, קיינער שטערט נישט דיין לעבען און די האסט נישט מורא אז איינער וועט דער אטאקירען ווייל עפעס א משוגענער האט פאברענט קברים פון זיינע באליבטע
קומט אהער קיין ארה"ק און זעהט וואס דא גייט פאר און דערנאך רעד

ווייס איך נישט צו וועלכע קרייז אדער חסידות דו געהערסט, לכאורה נישט פון די קנאישע, וויל איך פארשטיין, פארוואס ווען די קרייזן וואס ווערן אויפגעשוידערט פון די קנאים וואס שטעלן אפ די פארקער, ממש מען לאזט נישט מענטשן גיין צו די ארבעט, אבער פאר זייערע אונטערעסן האבן זיי איבערגעדרייט די שטאט שוין עטליכע מאל!!!! ווען מעג מען יא שטערן מענטשן גיין צו די ארבעט און ווען מעג מען נישט?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אנרופן א מערכה וואס די עדה החרדית שטיצט אפיצעל אלץ באנדע סיקריקים קומט פון איינגעבאקענע האס צו די קנאישע קרייזן
איך גיי ניטאמאל אריינגיין אין די עצם המערכה און ווער ס'טוט יא אדער נישט גוט, אבער די איינע פראז שטעלט קודם אוועק וואס אייער געדאנקען גאנג איז בכלליות, און לויט דעם שטימט שוין אלעס וואס איר שרייבט פארדעם און נאכדעם

אגב די ארעסטן באישון לילה אויף אישי הציבור, עסקנים פון גמחי"ם איז אויך בארעכטיגט אינטער די הנחה אז יעדער אינטער די עדה איז א סיקריק און הותר דמם???

אלענספאל ס'איז שעהן צו זעהן ווען ס'קומט צו זייער פרעזענליכע מערכות וויאזוי די 'נארמאלע' מענטשען פארגעסן פלוצים ווער זיי זענען און צעלאזן זיך די הענט אז די סיקריקים האבן זיך נאכדעם פון וועם זיך צו לערנען
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

קארן האט געשריבן: וויל איך פארשטיין, פארוואס ווען די קרייזן וואס ווערן אויפגעשוידערט פון די קנאים וואס שטעלן אפ די פארקער, ממש מען לאזט נישט מענטשן גיין צו די ארבעט, אבער פאר זייערע אונטערעסן האבן זיי איבערגעדרייט די שטאט שוין עטליכע מאל!!!! ווען מעג מען יא שטערן מענטשן גיין צו די ארבעט און ווען מעג מען נישט?

ווען פונקטליך האבען די נישט קנאי'שע קרייזען פארברענט גארבעזש קענס און טרעפיק לייטס, און פארמאכט גאסען אן א פערמיט [וואס ווען סיז דא א פערמיט מאכט די פאליציי זיכער צו האבען אלטערנאטיווע וועגען פאר די טרעפיק, און די באסעס ווערען נישט אפגעשטעלט, און סיז נישט דא קיין גרויסע טרעפיק, מען דארף פשוט נעמען א אנדערע וועג]?

אדער נאך בעסער, ווען איז די לעצטע מאל וואס א רב פון די עדה החרדית איז געווען אנוועזנד ביי א מחאה אן א פערמיט (אזויווי די אלע צוווילדעוועטע "מחאות" זענען)?

און נאכאמאל, אין דיין היים שטאט וואלטסטו מסכים געווען צו אזא הנהגה, אז וועגען עפעס א פירצה וואס די שטאט וויל איינפירען, זאלען קומען חברה און איבערדרייען די גאנצע שטאט, פארברענען די גארבעזש קענס (אזוי אז די מיסט וועסטו דארפען לייגען אויפן סיידוואוק), צוברעכען טרעפיק לייטס, פארמאכען גאסען יעדער צווייטער נאכט, אנשטינקען די געגענט אא"וו, אדער אפשר דעמאלטס וואלטסטו מסכים געווען אז די פאליציי זאל איינשפארען די חברה מחריבי קרתא און די וואס העלפען זיי פינאנציעל?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז נישט דא קיין וועג אז א היימישע איד וואס איז סר לשיטת מרן מסאטמאר זצ״ל זאל זיך אננעמען פאר די ציוניסטישע פאליציי ווי איידער פאר היימישע יודען שומרי תורה ומצוות!

און אין מיין היים שטאט האב איך נישט קיין זיבעציג יעריגע מלחמה מיט די לאקאלע פאליציי, דא זענען די פאליציי נישט אזוי האס אנגעפיהלט צו אונז ווי די פאליציי דארט! יחי ההבדל הגדול והנורא.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מטעמים האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין וועג אז א היימישע איד וואס איז סר לשיטת מרן מסאטמאר זצ״ל זאל זיך אננעמען פאר די ציוניסטישע פאליציי ווי איידער פאר היימישע יודען שומרי תורה ומצוות!

און אין מיין היים שטאט האב איך נישט קיין זיבעציג יעריגע מלחמה מיט די לאקאלע פאליציי, דא זענען די פאליציי נישט אזוי האס אנגעפיהלט צו אונז ווי די פאליציי דארט! יחי ההבדל הגדול והנורא.

פארוואס מיינט איר אז מען נעמט זיך אן פאר די פאליציי?
די נקודה איז אז די צולאזטע בחורים און יונגעלייט איז קיין תועלת פאר קיינעם בפרט פאר די תושבי השכונה אפגעזעהן צו וועלכע פראקציע מען באלאנגסט.

און די זעלבע איז געזאגט געווארן ביי די ב"פ מהומות ביי די קאראנע יעדע נורמאלע מענטש האט עס פארדאמט, און עס האט געשטערט די תושבי השכונה

מיינט דאס מען יעצט די צד פון די פאליציי? לגמרי נישט
א'מונה ב'טחון ג'עלט
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”