שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
אחראי: יאנאש
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
כ'האב היינט גערעדט צו א יוד פון ארץ ישראל וואס איז דאהי, זאגט ער מיר אז ער האט פון גארנישט געהערט, אבער די ארבער האבן יעצט זייער 40 טעג חאגע און דעמאלס צופידלין זיי זיך.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
א אינגערמאן פון מאנרא וואס האס זיך געצויגען די לעצטע פאר יאר קיין אר״י איז שוידערליך אטאקירט געווארן פון די אראבישע אינגען.
זיין זוהן פון קר״י האט באקומען די רעקארדירונג פון די אטאקע, וואס אנגעבליך איז עס געפילמט געווארן דורך די אטאקירער זעלבסט.

- גיבראלטאר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 280
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
- לאקאציע: אין אידישן קווארטל
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
בניהו האט געשריבן:גיבראלטאר האט געשריבן:יעצט איז זייער (מוסלעמענער) ראמאדאן חאגע, וואס זיי פאסטען פאר 30 טעג פון פון די עלות ביז די שקיעה, וואס געווענליך זענען זיי דעמאלץ מער צוהיצט,
זאל דער אויבישטער האלטן זיין רעכטע האנט פאר אחינו בארץ ישראל,
פאסטן זיי דען? איינער האט מיר פארציילט אז האבנדיג אמאל אן אראבישע גויטע אויף א תענית און זי האט געזעהן ווי די בעל הבית׳טע איז אפגעשוואכט האט די גויטע איר געזאגט, ״פארוואס פאסטו? טוה וואס אונז טוהן.. מ׳גייט אין א צימער ווען קיינער זעהט נישט און מען זעטיגט זיך אן״
איך ווייסט נישט וועלכע מוסלעמענער פאסט יא ראמאדאן און וועלכע נישט, אבער איין זאך ווייסט איך אז און זייער ראמאדאן חאגע זענען זיי געווענליך די מערסטע צוהיצט פון אגאנץ יאר! (דרך אגב זייער ראמאדאן חאגע קען אויסקומען און אלע 4 סעזאנען פונעם יאר, זיי רעכענען זייערע חדשים נאר לויט די לבנה)
גם זה יעבור
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
ראש ישיבת מיר
- אטעטשמענטס
-
- 20210425_122718.jpg (132.1 KiB) געזען 3255 מאל
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
פארשטינקענע אראבישע רעטאריק פון אנהויבן זיך קריגן מחמת שוואוילטאג און דאן וויינען כקאזאק הנגזל.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט א וויץ אויף א סאציאלע מידיא פלאטפארמע, עס ווערט נאר מער און מער ערנסט דער מצב, עס איז נישט אמת אז די פאליציי טוט נישט גארנישט, זיי כאפן שטיינער יעדע נאכט אין שער שכם.
איך בין שטארק אנטקעגן בנצי גופשטיין מיט זיינע מעשי כהנא, אבער די מציאות הדברים איז אז די משטרה פרובירט דאס מערסטע צו ברענגען ארדענונג אויפן ארט.
די אינגעלייט וועמען מען האט ארויסגעריסן פון די שטיבער אין מאה שערים זענען מענטשן וועלכע האבן פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון וואס דאס איז גאר הארב אין מדינת ישראל, עס איז א בושה אז מען שטעלט זיך ארויס זיך אננעמען פאר זיי.
דא אין דעם אשכול ווערט א קוגל צווישן די אראבישע מהומות און די ארעסטן אין מאה שערים, וויל איך נאר אויסקלארן.

טישטוך האט געשריבן:פארשטינקענע אראבישע רעטאריק פון אנהויבן זיך קריגן מחמת שוואוילטאג און דאן וויינען כקאזאק הנגזל.

פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון??
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
בן ימיני האט געשריבן:כ'האב געהארט אז סאטמאר רבי מהרי''י האט ארומגערעדט ביי של''ס איבער המצב בארצה''ק
דב"ק אצל סעודת רעוא דרעווין בענין מלחמה לד' בעמלק בעיה"ק ירושלים
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
ער רעדט פון אנדערע עניינים אינגאנצן
כוחות הטומאה = רכבת קלה
כוחות הטומאה = רכבת קלה
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
גיבראלטאר האט געשריבן:בניהו האט געשריבן:גיבראלטאר האט געשריבן:יעצט איז זייער (מוסלעמענער) ראמאדאן חאגע, וואס זיי פאסטען פאר 30 טעג פון פון די עלות ביז די שקיעה, וואס געווענליך זענען זיי דעמאלץ מער צוהיצט,
זאל דער אויבישטער האלטן זיין רעכטע האנט פאר אחינו בארץ ישראל,
פאסטן זיי דען? איינער האט מיר פארציילט אז האבנדיג אמאל אן אראבישע גויטע אויף א תענית און זי האט געזעהן ווי די בעל הבית׳טע איז אפגעשוואכט האט די גויטע איר געזאגט, ״פארוואס פאסטו? טוה וואס אונז טוהן.. מ׳גייט אין א צימער ווען קיינער זעהט נישט און מען זעטיגט זיך אן״
איך ווייסט נישט וועלכע מוסלעמענער פאסט יא ראמאדאן און וועלכע נישט, אבער איין זאך ווייסט איך אז און זייער ראמאדאן חאגע זענען זיי געווענליך די מערסטע צוהיצט פון אגאנץ יאר! (דרך אגב זייער ראמאדאן חאגע קען אויסקומען און אלע 4 סעזאנען פונעם יאר, זיי רעכענען זייערע חדשים נאר לויט די לבנה)
יא יא, ריכטיג. כ׳האב עס נאר געוואלט ארויסברענגען מ׳זאל נישט טראכטן אז זיי קענען דאס באווייזן
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
טישטוך האט געשריבן:פארשטינקענע אראבישע רעטאריק פון אנהויבן זיך קריגן מחמת שוואוילטאג און דאן וויינען כקאזאק הנגזל.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט א וויץ אויף א סאציאלע מידיא פלאטפארמע, עס ווערט נאר מער און מער ערנסט דער מצב, עס איז נישט אמת אז די פאליציי טוט נישט גארנישט, זיי כאפן שטיינער יעדע נאכט אין שער שכם.
איך בין שטארק אנטקעגן בנצי גופשטיין מיט זיינע מעשי כהנא, אבער די מציאות הדברים איז אז די משטרה פרובירט דאס מערסטע צו ברענגען ארדענונג אויפן ארט.
די אינגעלייט וועמען מען האט ארויסגעריסן פון די שטיבער אין מאה שערים זענען מענטשן וועלכע האבן פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון וואס דאס איז גאר הארב אין מדינת ישראל, עס איז א בושה אז מען שטעלט זיך ארויס זיך אננעמען פאר זיי.
דא אין דעם אשכול ווערט א קוגל צווישן די אראבישע מהומות און די ארעסטן אין מאה שערים, וויל איך נאר אויסקלארן.
שעם דיר, איין טאג זענען אייוועלט שרייבער צוריקגעשטאנענע ראסיסטן, א טאג דערויף איז איינער וואס שרייבט עפעס וואס איז א בושה אין מדינת ישראל, איז עס א בושה אז מען נעמט זיך אן פאר זיי...
דער שפראך וואס די ניצט אקעגן היימישע אידן לוחמי מלחמת השם, אז עס איז בושה אז זיי פארשוועכן בלא בלא בלא איז אליינס א בושה.
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
אבן יקרה האט געשריבן:ער רעדט פון אנדערע עניינים אינגאנצן
כוחות הטומאה = רכבת קלה
פון ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל און זיינע באסעס האט איר שוין אמאל געהערט?
די רכבת איז טויזענט מאל ערגער. ס'איז אפעציעל צו ברענגען די נייגעריגע טוריסטן וכל צרוע וכל זב וואס וועלן פארשוועמען די הייליגע געסלאך.
איך וועל עס אנקוקען ווי ר' יחזקאל'ע ווי איידער ווי אבן יקרה מיט זיין ליצנות.
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום זונטאג אפריל 25, 2021 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
https://sellerboard.com/?partner=00529
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
עירוב תבשילין האט געשריבן:ווער אין די עדה קען אראביש? אויב איז דאס סתם גוגל טראנסלעיט איז דאס א חוזק ווייל גוגל טראנסלעיט איז נישט אלעמאל אזוי ליינבאר...
אין ירושלים איז דא אסאך היימישע אידן (בעיקר פון עלטערן דור) וואס קענען א פליסיגן אראביש
[אראביש איז זייער ענליך צו לשון הקודש, הן אין די כללי הדקדוק און הן מיט די אויסלייג פון די ווערטער, אזוי אויך שרייבט מען דאס פון רעכטס צו לינקס]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
טישטוך האט געשריבן:די אינגעלייט וועמען מען האט ארויסגעריסן פון די שטיבער אין מאה שערים זענען מענטשן וועלכע האבן פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון וואס דאס איז גאר הארב אין מדינת ישראל, עס איז א בושה אז מען שטעלט זיך ארויס זיך אננעמען פאר זיי.
איר זענט ערענסט? כ'רעדט נישט פון די חלק וואס איך האב נישט ציטירט, שטעלסטו אהער א פאלשע מציאות וועגן די געשלעג פון די אראבער, כאילו ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א דזשאוק אויף סאושעל מידיע, אבער אז מ'האט פארשוועכט די חיילי מדינת ישראל מיליטער איז אז פראבלעם? ס'איז א בושה זיך אנצונעמען פאר זיי?
אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה אז מיר אידישע קינדער איז א בושה אז מ'נעמט זיך אן אויף די אידן וואס איינערקענען נישט אין קיין מדינה פון אידן בעת מיר זענען אין גלות. לו יהא אז אנדערע האבן געהאלטן אז לאחר המעשה אז ס'שוין דא א מדינה מעג מען האבן א חלק כדי אפצוהאלטן עושי רשעה, אז די פרייע זאלן נישט אינגאנצן איבערנעמען. און אז דו האלטסט ווי די, קענעך קיין טענות צו דיר נישט האבן. אבער האבן זיי דען געהאלטן אז ס'איז בושה אפצולאכן פון די מדינה? האבן זיי דען חלילה געהאלטן אז אזא מדינה איז א לכתחילה?
אוי לנו שכך עלתה בימינו.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- פונדערנאנט
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
אזוי גוט האט געשריבן:בן ימיני האט געשריבן:כ'האב געהארט אז סאטמאר רבי מהרי''י האט ארומגערעדט ביי של''ס איבער המצב בארצה''ק
האט נישט קיין שייכות מיט דעים באלאנגט נישט אין דעים אשכול
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
טישטוך האט געשריבן:פארשטינקענע אראבישע רעטאריק פון אנהויבן זיך קריגן מחמת שוואוילטאג און דאן וויינען כקאזאק הנגזל.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט א וויץ אויף א סאציאלע מידיא פלאטפארמע, עס ווערט נאר מער און מער ערנסט דער מצב, עס איז נישט אמת אז די פאליציי טוט נישט גארנישט, זיי כאפן שטיינער יעדע נאכט אין שער שכם.
איך בין שטארק אנטקעגן בנצי גופשטיין מיט זיינע מעשי כהנא, אבער די מציאות הדברים איז אז די משטרה פרובירט דאס מערסטע צו ברענגען ארדענונג אויפן ארט.
די אינגעלייט וועמען מען האט ארויסגעריסן פון די שטיבער אין מאה שערים זענען מענטשן וועלכע האבן פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון וואס דאס איז גאר הארב אין מדינת ישראל, עס איז א בושה אז מען שטעלט זיך ארויס זיך אננעמען פאר זיי.
דא אין דעם אשכול ווערט א קוגל צווישן די אראבישע מהומות און די ארעסטן אין מאה שערים, וויל איך נאר אויסקלארן.
וואס איז יעצט, אג אדער נאכט? דו גייסט נאך מיט די שקרים מער ווי די ציונים אליין, ס'האט קלאר צו טון מיט די רכבת הקלה, האקט א טשייניק מיט יום הזיכרון..
#כח הפועל בנפעל בתפארתה..
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין דעם אשכול, ה' ירחם
חבקוק האט געשריבן:צ''ק...
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
טישטוך האט געשריבן:די אינגעלייט וועמען מען האט ארויסגעריסן פון די שטיבער אין מאה שערים זענען מענטשן וועלכע האבן פארשוועכט די קברים פון חיילי צה״ל אום יום הזיכרון וואס דאס איז גאר הארב אין מדינת ישראל, עס איז א בושה אז מען שטעלט זיך ארויס זיך אננעמען פאר זיי.
דער שרייבער פון די תגובה זענען פון די מענטשן וועלכע די חז"ל זאגן אין מקבלין פני השכינה 'כת השקרנים', וואס דאס איז גאר הארב אין די אידישע תורה, עס איז א בושה פאר די 'אידישע וועלט' אדורכצולאזן אזא פאלטשע תגובה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2506
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
מען דארף אים חוסם זיין פון אייוועלט, פשוט פאר די גראבע שקר, פעך!!!!
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
פאראויס האט געשריבן:אבן יקרה האט געשריבן:ער רעדט פון אנדערע עניינים אינגאנצן
כוחות הטומאה = רכבת קלה
פון ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל און זיינע באסעס האט איר שוין אמאל געהערט?
די רכבת איז טויזענט מאל ערגער. ס'איז אפעציעל צו ברענגען די נייגעריגע טוריסטן וכל צרוע וכל זב וואס וועלן פארשוועמען די הייליגע געסלאך.
איך וועל עס אנקוקען ווי ר' יחזקאל'ע ווי איידער ווי אבן יקרה מיט זיין ליצנות.
איך פאנג נישט אהן אמאל צו פארשטיין וואס ווילסטו פון מיר
איך האב נאר געזאגט אז דער סאטמארער רבי האט דא איבערגענומען פאר ר' חזקאל'ע מערץ עניינים, און באלאנגט נישט אין דעם אשכול
נ.ב. אויב שוין, די רכבת גייט נישט ברענגן טוריסטן, ס'איז פשוטע טראנספארטאציע פון שטאט. איך גיי בכלל נישט אריין צו איז גוט אדער נישט אין בר אילן געגנט, אבער האט נישט קיין שייכות מיט אפציעל נייגעריגקייט צרוע וזב
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
קוקט נישט אויס צי ערנסט ב"ה אין מזרח ירושלים,
נאכען באטראכטען די נייעס קוקט אויס אז סאיז א טיפיקעל אנטי לאוק דאון פראטעסטען און אומריען נוסח העשי,
נאר דארט גייט אלעס מיט א אנדערע פלעיווער,
סהאט זיך אנגעפאנגען אז זיי ריסטריקטען אריינציגיין אין געוויסע מאסקס אן מאסקס (סגראמט) אין אזאלכע ענליכע באגרעניצונגען,
(די אראבער האלטען דאך אז די גאנצע מאסק איז א שטיק מאסק)
יעצט נאכדעם וואס די יוגענטלכע אראבער האבען זיך אויסגעגעבען וועגען די לאוקדאון ביי שער שכם אויף דורכגייער אין געשאסען זאכען אויף זיי,
האבען געוויסע אנגעפאנגען אז מגייט זיך נישט לאזען, זיי האבען געגעבען א שפיי אויס תיכף ומיד די פאפיטעס פון זייער מויל אין אנגעפאנגען א גאנצע באלאגאן וואס נאך פינעף מינוט האבען זיי פארגעסען צי זיי שלאגען זיך מיט די אראבישע שקצים צי מיט די דרוזישע משטרה מיט די גראבע שטעקענעס אין פארהויכטע העלמעטס, בקיצור ישמחו, אבער אזא דעלי רוטין מער ווייניגער,
די משטרה העדקוואדערס האבען שנעל געקאלט די עסקנים פון עדה אין די הנהלת פון מירע ישיבה אז מזאל שנעל לייגען א טוויט אויף אידיש אין אראביש, אז מזאל תיכף ומיד פארלאזען די קעפיטעל פרידלעך, אבער שוין
דא איז שוין געקומען צילויפען דער גופטשיק גופשטיין מיט זיינע בריונים הערען אז משלאגט אין זיי האבען זיך גענומען שלאגען רעכטס אין לינקס, אין סאיז ממש געווען א שאד אוועק צי ג'יין פון שער שכם, קוקט אויס ווי די טוויט אויף אראביש איז נישט אנגעקומען צי זיי, אדער האבען זיי דאס איגנערירט ווייל זיי האבען געהאלטען אינמיטען כאפען פעפער ספרעי, אין א משטרה האט געלייגט פונקט דעמאלטס זיין גראבע האנט ארום גופערשטיינס רויטע האלז אין סאיז שווער געווען פאר אים צי ליינען די ווארענונג פון די עדה און אזא טשאקהאלד פאזישען,
אין די פאליציי העדקווארדערס האט מען שנעל געמאכט א דעסיזשען צי מזאל באפרייען די פערד פון שטאל און אויב יא צי מזאל זיי שיקען צי מאה שערים, נאכדעם וואס א אינגעל האט אראפגעגאסען פעטעל וואס איז געבליבען אין זיין ציקנייטשטע פלעסטיק קאפ אויף א משטרהס העלמעט, אדער זאל מען זיי שיקען צי שער שכם, אין ריליעסען די פערד אויף די פופציג סטעפס דארטען ארויף אין אראפ,
אין די זעלבע צייט איז אריינגעקומען א באריכט אז דריי אראבישע קינדער זענען ארויפגעקראכען אויף א פאול אין געהאקט אויף די קאמראס אין אנדערע האבען אנגעצינדען א .. גארביטש קען אין עס אריינגעשטופט אין מיטען די גאס,
למעשה האבען זיי אהינגעשיקט די פערד דארטען,
אין יעצט שרייבענדיג די שורות שפילען זיי קעטש מיט די קינדער אין מזרח ירושלים אויף א לאנגע געדרייטע טונקעלע גאס ווי די גרעניץ וואך האט זיך אנגעשלאסען אין די קעטש, (קוקט אויס אז ירושלים איז עפעס א גרעניץ)
די גרעניץ חברה האלטען שטעקענעס הויעך אין זיי לאזען ארויס ווילדע סאברא שרייען פון צייט צי צייט פון אונטער זייער העלמעטס, ווי זיי שרייען זוז!! אדער רוח מינאן!
יעצט קומט אריין א רעפארט אז א עלטערע דורך גייער האט געוויזען פאר זיי מיט די הענט אז זיי קענען זיך איבערדרייען אויף עפעס ,אין די חברה האבען געמיינט אז ער שטרעקט אויס זיין הענט פאר פלעין אין זיי האבען ארויף געטאנצען אויף אים אין איבערגעלייגט אויף א הוד פון א אלטע קאר אין זיי פראקען אריין מיט זייער שטעקענעס מהערט די מכות ביז יריחו,
ביידען פארדאמט די אומריען

לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג אפריל 25, 2021 5:50 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
קארן האט געשריבן:מען דארף אים חוסם זיין פון אייוועלט, פשוט פאר די גראבע שקר, פעך!!!!
קענסל קולטור?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
יעדעס מאל וואס די רשעי ישראל נעמען זיך צו ערליכע אידן, כאפןו זיי מנה אחת אפים פון די אראבער!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm
Re: שווערע אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, ה' ירחם
און איך בין נישט קיין אראבער סימפאטיקער, דאס איז אבער דער פאקט!