די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

אחראי: יאנאש

אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

Programming האט געשריבן:געפעלט מיר ווי די קאנספיראציע גלויביגע מיינען נאך אז דורך נישט נעמען די וואקסין זענען זיי פארזיכערט פון די טשיפס. ר' איד יעדעס מאל דו גייסט צום דאקטאר לייגט מען דיר אריין כל מיני טשיפס, וואס האסטו זיך יעצט אויפגעוועקט? אפגעזען אז יעדער וואס איז יונגער ווי 40 יאר האט שוין באקומען די טשיפס גראד ביים געבורט אין שפיטאל. לויט ווי א גרויסער דאקטאר האט אויפגעדעקט איז עס גאר די טשיפס וואס מאנעוורירן דעם מוח זיך צו קעגנשטעלן דעם וואקסין, ווייל די נייע טשיפס ארבעטן נישט אזוי גוט מיט די אלטע, דאס איז א מלחמה צווישן די ראטשילד'ס און די היינטיגע היי טעק חברה. לאמיר נישט זיין קיין נאראנים און לאזן אונזער קערפער אויסגעשטעלט צו א שעדליכע מחלה בלויז צו באפרידיגן די ראטשילד'ס הונגער פאר מאכט.

:lol: ;l;p-
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

די געפאר פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער איז ריעל. ****** **** האט געמאכט פשוט'ע קאוויד טעסטס פאר די אינגלעך וואס דאס העלפט בעז''ה האלטן אפען די מוסדות. לשבחם האבן זיי געגעבן די אויסוואל ווער ס'וויל נישט, זאל מעלדן. פון א קלאס פון 25 קינדער האבן 4 קינדער (איבער 2%!!) זוכה געווען צו טאטעס וואס גלייבן יעדע קאנספעראציע פון האטליינס ווי קול חומת הדעת אז די וויש מיט א קיו-טיפ אין די נוניע איז א קאנספעראציע פון די גאנצע וועלט רעגירונגען אונז צו אנמאכן געפערליכע סכנות ברוחניות ובגשמיות
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מיר באדערט די מערסטע דאס אריינשלעפן קנאות אינעם געמויזאכץ. די שאדנס וועט נישט זיין אזוי גרינג צו אויסהיילן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

גוט ארויסגעברענגט! אויב האלט ער ווי מיר איז ער קלוג, אויב האלט ער אנדערש א שוטה און תמימות'דיג....

אויב זאגט די רב וואס איך וויל, ווייסט ער וואס ער רעדט. אויב זאגט ער אנדערש, איז ער געווארן איינגערעדט און דא קומט נישט אריין דעת תורה וכו'.....
אטעטשמענטס
Capture-35.JPG
Capture-35.JPG (234.43 KiB) געזען 2090 מאל
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב פארגעסן צו באטאנען איין וויכטיגע זאך.

דער הויפט פראבלעם איז אז טאקע די גאר פרומע האבן עס גענומען פאר זייער מיסיע, אזוי אז עס קען גאר אויסזען ווי א פרומע זאך נישט צו נעמען דעם וואקסין.

עס איז פונקט אזוי שייך צו פארקריכן אויף רעכטס ווי אויף לינקס!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

Goodmorning האט געשריבן:מיר באדערט די מערסטע דאס אריינשלעפן קנאות אינעם געמויזאכץ. די שאדנס וועט נישט זיין אזוי גרינג צו אויסהיילן.


אוי טאטע זיסער האסטו געטראטן אויף א הייקעלע וואונד.

אנע א שיעור פארבלעמען ליידן זיך קהילות און מוסדות צוזאם פון די א.ג. "פרומע" וועלכע האבן צוויי גאר וויכטיגע אייטעמס:

- צייט
- גוטע שלאג-ווערטער.

און א געוויסן זין דארפן זיך קהילות און מוסדות רעכענען מיט יעדעם אפגעזעהן ווער ס'איז באמת גערעכט.

אבער ווען די "פרומע" האבן מער צייט און מלבש זייערע קאפריזן מיט א "טילופ" דאן טוען זיי איבערוועגן פאקטן, לאגיק און אמת'ע דעת תורה דורך מאכן יעדעם וועלכע שטייט זיי אין וועג פאר א "לינקער" אדער "פארכאפט נעבעך", "אנגעליינט" א.ד.ג. קיינער וויל נישט דארט אנקומען.

חשוב'ע פראמינענטע אחריות'דיגע ראשי קהילה און אזוי אויך דיינים און רבנים ווערן ארונטערגעריסן און משוגע געמאכט על לא עול בכפם.

איך זאג נישט איצט השערות, איך זאג וואס איך ווייס.

מ'דארף זיין אייזן שטארק ווי א לייב מיט הלל'ס געדולד אוון קענען שמעקן צו וויסן פון וועם צו הערן, וואס און ווען.

פארגעס נישט, אלע אחריות'דיגע רבנים און דיינים זענען נישט קיין צייט פארברענגער'ס. זיי האבן נישט קיין צייט פאר אינטעלעקטואלע דעבאטעס. זיי זענען דא פאר תכלית, אויפצוטוהן. עס קומט צו זיי אן א וועלט מיט נושאים פון זייער קהילה מוסד, חסידים איבער די וועלט, רופן פון אנדערע רבנים און זייערע פריוואטע סדר-היום, ס'קאסט צייט און כוחות הנפש מער ווי מ'קען זיך פארשטעלן.

אויב די "פרומע" האבן מער צייט און ענערגיע צו שטופן זייער אגענדעס דורך פיינע פראפאגאנדע, קלעבט דאס. צו מ'וויל צו מ'וויל נישט.

איצט ביי קאראנע איז דאס פשוט געגאנגען צום נעקסט לעוועל.

מ'רעדט דאך דא פון לעבן/טויט פון איין זייט, פון די אנדערע צושטערן אונזער גאנצע אידישקייט.

קשיות אויף די רעגירונגען איז דא, גוטע קשיות, ס'איז נישט קיין שאלה.

קומט צו גיין קאנספיראציעס און מ'מל'ט דאס מיט א שנאה כבושה פון גוי, טבע, צוברעכן אידישקייט וכדומ' און ווי געזאגט האבן די פרומע גאר אסאך צייט דערפאר פאר סיבות וואס איר פארשטייט אליין, און ס'פאסירט וואס ס'פאסירט.

ס'קען יעדער פרעגן פון סיי וועלעכער עסקן פון סיי וועלעכע שטאט וואס איז אינוואלווד אין החלטות אין קהילות וועלעכע האבן אונטער זיך אלע וויכטיגע אינסטוטציעס. אדער מוסדות אדער הצלה. (איך רעדט נישט פון ווען מ'האט בלויז א בהמ"ד).

אלעס נעמט א פיינפולע שטילשוויגעניש ווייל מזעהט נישט א וועג ארויס.

איך שרייב דאס מיט די האפענונג אויב איינער מיט מער "קריעטיוויטי" פון מיר, קען און וועט עפעס טוהן וועגן דעם ווי איידער קאמפלעמנטירן אויף די תגובה.

פון דו וועלע זענען נישט אוינוואלווד און קענען נישט פאקטן פון די נאנט, זייט אזוי גוט און האלט'ס אייך אפ פון קאמענטירן.

א דאנק פון פאראויס.
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

אוי האסטו גוט ארויסגעברענגט
און ווער רעדט נאך אויב האט ער א שופר (האט ליין/אויסגאבע) און די האנט
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

ביי די טעסטינג שגעון האב איך געשמועסט מיט א אינגערמאן א יושב בד' אמות של הלכה. נישט קיין גרויסער חכם אבער אויך נישט א קליינער נאר. ער האט געפערליך פארפירט אז עסקנים האבען זיך געלאזט ברעכן ר"ל פאר די "פארשטונקענע" ליבעראלן, וואס גייען מיט דעם קאנטראלירען אונז מיט אונזערע קינדער. ווי איך האב פראבירט אים אביסעלע ארויס זעהן פונעם לעכעלע זיינע האט ער מיך געגעבן די רחמנותדיגע בליק, אה, נעבעך, די ביזט נאאיוו. ער פרעגט מיר, האסט אויסגעהערט חומות הדת???

אויב ביז אהער האב איך געשפירט ווי איך וויל לאכען, האב ביי די פונקט שוין גענויגט אויף וויינען. טויזענטער פון אינזערע נאאיווע ברידער ווערן געפיטערט מיט פוסט סכנות'דיגע שטותים!
אין דער למך'לך האלטן זיך פאר גאר אויפגעקלערט!

מעו זאגט נאך פון ראפשיצער רב, אז ער האט נישט פיינט א נאר ווייל ער איז א נאר, דער אויבערשטער האט אים דאך אזוי באשאפן. נאר ער האט פיינט דעם נאר ווייל ער האלט זיך קלוג...
א נאר וואס האלט זיך קלוג אין ער האט נאך א שופר וואו צו פויקן זיין חכמה פאר אנדערע איז א סכנה. און עס שפילט זיך אויס פאר אונזערע אויגן
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אגב א דאנק פאר די מנהלים וואס האבן געלאזט די וויכטיגע כאטש סענסעטיווע אשכול אויפן אויבערפלא. און ארבעטן זיכער שווערער עס צו האלטן אין קאנטראל!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

טישטוך האט געשריבן:ביטע פארשפרייטן דעם מאמר

האמיר דאס ארויסגעפרינט.
א גרויסן ייש"כ, גאר גאר שטארק! איך שטעל זיך פאר אז עס האט דיר געקאסט אביסל צייט און געדולט דאס אראפצושרייבן אזוי שיין מסודר.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

@טישטוך אייזן גוט ארויסגעברענגט!

---
ווי אנדערע האבן שוין מעוור געווען,
א שאד אויף די פאר שורה'לעך פאליטיק וואס האסט אריינגעמישט, ס'נעמט עטוואס אוועק פון די כוונה,
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

א גאר נאנטער ידיד פארציילט מיר אז ער ארבעט מיט איינעם וואס האט חברים אידן נישט קיין היימישע, וואס ארבעטען סיי און פייזער און סיי און מאדערנע, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט ארויסגעבן קיין סודות אבער זיי קענען נישט צוזיך קומען פון די "קאנספיראציעס" וואס מען פארשפרייט און די היימישע גאס ארום די וואקסינען.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
און שכוח פארן ארויסרעדן אפען וואס באדערט שוין דעם נארמאלען ערליכען ציבור די לעצטערע תקופה וואס במסתרם תבכה נפשם וואספארע מהפיכה אפאר ליידיגע אינגען מיט איבריגע צייט און געוויסע חשבונות קענען מאכן ביים עם כחם ונבון ממש ביזן קויפען יעדע צידרייטע שגעון און קאנספיראציע פון עני קליפ אדער מיינונגס ארטיקל אויפן ברייטען געוועב, און אך און וויי פאר ווער עס וויל מיט דעם נישט קיין שיכות האבן אדער ארויסהעלפן, דער איז דאך ר''ל א קאפוי א שותף מיט מענגעלע, היטלער, ביל געיטס און קאומי וכ''ו וכ''ו.
ועל הכלל כולו יצא
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מגדים האט געשריבן:א גאר נאנטער ידיד פארציילט מיר אז ער ארבעט מיט איינעם וואס האט חברים אידן נישט קיין היימישע, וואס ארבעטען סיי און פייזער און סיי און מאדערנע, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט ארויסגעבן קיין סודות אבער זיי קענען נישט צוזיך קומען פון די "קאנספיראציעס" וואס מען פארשפרייט און די היימישע גאס ארום די וואקסינען.


נו אפשר קענסטו צזאם ברענגען די ארבייטער מיט די גדולי הדור אונטער הערמעטיש פארקלאפטע טירן. זאלן זיי גובה עדות זיין און קומען צו א פאראיינגטע החלטה אפגעזעהן וואס דאס איז.

ס'איז העכסט צייט פאר קלארקייט אין אזוינע שווערע זמנים
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אורח הכבוד האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
און שכוח פארן ארויסרעדן אפען וואס באדערט שוין דעם נארמאלען ערליכען ציבור די לעצטערע תקופה וואס במסתרם תבכה נפשם וואספארע מהפיכה אפאר ליידיגע אינגען מיט איבריגע צייט און געוויסע חשבונות קענען מאכן ביים עם כחם ונבון ממש ביזן קויפען יעדע צידרייטע שגעון און קאנספיראציע פון עני קליפ אדער מיינונגס ארטיקל אויפן ברייטען געוועב, און אך און וויי פאר ווער עס וויל מיט דעם נישט קיין שיכות האבן אדער ארויסהעלפן, דער איז דאך ר''ל א קאפוי א שותף מיט מענגעלע, היטלער, ביל געיטס און קאומי וכ''ו וכ''ו.
ועל הכלל כולו יצא


ס'ריכטיג יעדעס ווארט און א דאנק פארן ארויסשרייען די ווייטאג פון פילע אידן

אבער, דעס טוט נאכנישט פארענטפערן די טענות וואס זענען פארהאן אויף טייל הויכע פאזיציע באזיצער,
ראנדער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:43 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראנדער »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:גוט ארויסגעברענגט! אויב האלט ער ווי מיר איז ער קלוג, אויב האלט ער אנדערש א שוטה און תמימות'דיג....

אויב זאגט די רב וואס איך וויל, ווייסט ער וואס ער רעדט. אויב זאגט ער אנדערש, איז ער געווארן איינגערעדט און דא קומט נישט אריין דעת תורה וכו'.....


קאמיש צו זעהן ווי די קאנספיראטער האבן זיך דערמאנט אז עסאיז דא אזא מושג ווי אמונת חכמים, דרך ארץ פאר רבנים וכו' וכו' שטא ווער זאל לאכן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

טישטוך האט געשריבן:ביטע פארשפרייטן דעם מאמר

ישר כח טישטוך פארן שרייבן אזוי שיין און קלאר, און פאר מאכט א PDF דערפון.
מען בעט דעם עולם ארויסצופרינטען ווי מער קאפיס און אויסטיילן שבת פרשת וְרַפֹּא יְרַפֵּא. מען זאל נישט לאזן נאר די אנטי וואקסין קארטלעך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

ס'דארמאנט מיך, עפעס א פריינט מיינער, א וואוילער אינגערמאן, געווארן איבערגערעדט דורך די אנטי וואקסינער שטותים, און ער האט זיך פלוצים גענומען רעדן מיט א היץ ווי נישט פון די וועלט, און האט מיר מסביר געווען ווי מיר אלע זענען אויף באנען וואס פארן קיין אוישוויץ, כ'האב זיך נישט געגלויבט וויאזוי נארמאלע מענטשן קענען אזוי צוקוקט ווערן, ל"ע
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

פראקטיש האט געשריבן:
מגדים האט געשריבן:א גאר נאנטער ידיד פארציילט מיר אז ער ארבעט מיט איינעם וואס האט חברים אידן נישט קיין היימישע, וואס ארבעטען סיי און פייזער און סיי און מאדערנע, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט ארויסגעבן קיין סודות אבער זיי קענען נישט צוזיך קומען פון די "קאנספיראציעס" וואס מען פארשפרייט און די היימישע גאס ארום די וואקסינען.


נו אפשר קענסטו צזאם ברענגען די ארבייטער מיט די גדולי הדור אונטער הערמעטיש פארקלאפטע טירן. זאלן זיי גובה עדות זיין און קומען צו א פאראיינגטע החלטה אפגעזעהן וואס דאס איז.

ס'איז העכסט צייט פאר קלארקייט אין אזוינע שווערע זמנים


ווי ווייט איך ווייס האלטן אלע גרויסע רבנים אז מען זאל נעמען די וואקסין בפרט פאר מענטשן וואס זענען מער אויסגעשטעלט צום וויירוס.
(די דאקטורים מיט וועם זיי האבן זיך דורך גערעדט ווייסן מער איבערן וואקסין ווי מיר עמך אידן, פשוט ווייל זיי האבן דורך געקוקט אלע אינפארמאציע וואס איז דא מיט דאקטוירישע אויגן ברילן..)

איך גלייב שווער אז אפי' אינטער פארמאכטע טירן מעגן סתם ארבעטער רעדן.

פארגעס נישט אז די רעגירונגען איבער די וועלט האבן נישט געגעבן די באשטעטיגונג פאר זיי האבן אליין דורך געטשעקט אלע דעטאלן ממילא זעה איך נישט ווער פון די קעגנער פונעם וואקסין גייען יא זיין צופרידן פון דעם.

נ.ב. איך האף אז איך האב גענוג קלאר געשריבן, עס קומט מיר אן אביסל שווער צו שרייבן זינט איך האב נישט קיין אידיש קיבאורד אין איך דארף טייפן מיטן מייזל...
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסתפינא »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם לדעתי איז אז עס ווערט דערפון א "רעליגיע" ד"ה מענטשן וואס האבן געהערט עפעס האלבע ווערטער נאכזאגן פון עפעס א פראפעסער אין מינעסאוטע אז דער וואקסין אז גאר שעדליך
ז

עס איז נישט זיי האבן פונקט געהערט, זיי האבן פשוט געזיכט ווי עס איז דא די פראפעסארען
און די זיכען טאקע דארט, ווי א פלעינע ערליכע איד דארף נישט צי זוכען
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

טישטוך האט געשריבן:
אכן שמע אלוקים - שומר פתאים השם
דאן איז געקומען דער זומער ווען דער באשעפער האט אויסגעהערט אונזערע תפילות און ער האט אפגעטון מער ווייניגער די מחלה פון אונזערע קעפ. אבער דאס איז געווען אויף א פארנעם פון שומר פתאים השם. מיר האבן זיך אויסדרוקליך נישט געהעריג געהיטן און מיר האבן נישט געטון דאס מינדעסטע זיך צו אויסמיידן פון פארשפרייטן דעם וויירוס. אבער ווי נישט ווי האט אונז דער באשעפער ליב, און מיר האבן געהאט א געהעריגע זומער אזוי ווי עס איז געווען אלע יארן.



אינטרעסאנט, פסח צייט ווען מען האט מקיים געועון ונשמרתם איז די אהבה געווען באהאלטן, זוממער צייט ווען מען האט זיך נישט געהיטן איז די אהבה געווען מגולה...

טישטוך האט געשריבן:
אבער ווען עס איז געקומען די ימים נוראים און מען האט אנגעהויבן צו הערן מער און מער איבער א פרישער אויפשטייג אין די קאוויד פעלער אין אונזערע געגנטער, דאן האבן מיר שוין נישט געהאלטן ביים אויסהערן ווייטער די דאקטורים און ספעציאליסטן, און עס האט אונז ליידער אפגעקאסט קרבנות ה"י.


אופסס... די זעלבע זיך נישט היטן, אום די אהבה איז צוריק געווארן באהאלטן....

טישטוך האט געשריבן:
דורכאויס די גאנצע צייט איז געזיצן אין ווייסן הויז א פרעזידענט וואס ליידט אויף וואנזיניגקייט, און זיין אומסטאביליטעט האט נישט צוגעגעבן צו די רואיגקייט פון די מצב. יא, ב"ה אז ער איז געווען דער וואס האט זיך אלס געשטעלט צו אונזער זייט, אבער טאקע דורכדעם האט ער אונז געשטעלט אונטערן ספאטלייט און מען האט אונז אנגעהויבן מער און מער צו האסן אין די עפנטליכקייט.

לאמיר נישט אויסלאזן, אבער אויך נישט פארלענגערן איבער וואס אונזערע ברידער אין ארץ ישראל האבן מיטגעמאכט זייענדיג אונטער די שטרענגע דיקטאטורשאפט פון דעם פרעמיער נתניהו וועלכער האט זיי געשיקט לופטערן ווילנדיג זיך פארזיכערן מיט זיין בענקל אין כנסת און אינאיינוועגס אויסמיידן זיין משפט איבער זיינע קרומע שטיקעס איבער די לעצטערע יארן. איבעראל האבן חרדי'שע אידן מיטגעמאכט און אזוי ווי שטענדיג אין היסטאריע זענען מיר געווען די וועלכע האבן געליטן דאס מערסטע.


חשבונות שמים, דא איז מען געווען אינעם ספאט לייט ווייל דער ]פרעזידענט איז געווען אויף אונזער זייט, אין א"י איז מען געווען אינעם ספאט לייט ווייל די רעגירונג איז געווען קעגן אונז, ווייטער געוואלדיגע נפלאות הבורא

טישטוך האט געשריבן:האט ער מיר דערויף געענטפערט אז אין דעם פאל קומט גארנישט אריין קיין דעת תורה, עס שטייט אז דער רופא האט געקריגן רשות צו היילן, דער רב האט זיך נישט וואס אריינצומישן.


אינטרעסאנט ווי עס שטימט מיט די אלע רבי'ס וואס רעדן אריין בעניני רפואה...

טישטוך האט געשריבן:איך האב יענעם געענטפערט דאס פאלגענדע און דערמיט אים פארשטילט, האפנטליך אויף שטענדיג. איך האב אים געפרעגט, וויי קען זיין אז דו מיטן פאררויכערטע שטימע זאל רעדן צו מיר וועגן אריינלייגן סם אין קערפער? וויאזוי קענסטו ווילדער דרייווער רעדן צו מיר איבער אומפאראנטווארטליכקייט? וויאזוי קענסטו וואס ווען דו האסט דאס מינדעסטע פארקילעכץ לויפסטו צום דאקטאר פלוצים שרייען אז די וויסנשאפטלער און די דאקטורים ווילן דיר פארגאזן? וויאזוי קענסטו דער וואס גייט ביזן טוילעט מיטן סמארטפאון שרייען איבער טשיפס וואס מען וויל אין דיר איינפלאנצן? וויאזוי קענסטו דער וואס שרייבט אויף טוויטער און פעיסבוק דיין גאנצע לעבנס היסטאריע באגלייט מיט בילדער, שרייען וועגן דיפסטעיט וואס זוכט דיר אונטערצוברענגען? וויאזוי קענסטו דער וואס טרינקט אלקאהאל שרייען איבער 5G וואס הארגעט?


איך האב אין מיין לעבן נישט גערייכערט,
איך האב אין מיין לעבן קיין טיקעט נישט באקומען
איך לויף נישט צום דארקטער ווען איך בין פארקילט
איך האב נישט קיין סמארטפאון
כמובן איך האב נישט קיין סאציאלע מידיע
מיין אלקאהאל ענדיגט זיך מיט קידוש שבת און וויין פורים

איך מעג דיר יא פרעגן די אלע שאלות, אדער מיר וועסטו אויך דוחה זיין בקש??







אגב, איך האב א 95% אז מען וועט די תגובה נישט ארויף לייגן ווייל עס איז נישט פראו, אבער יענס איז קאנספיראציעס.....
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מגדים האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
מגדים האט געשריבן:א גאר נאנטער ידיד פארציילט מיר אז ער ארבעט מיט איינעם וואס האט חברים אידן נישט קיין היימישע, וואס ארבעטען סיי און פייזער און סיי און מאדערנע, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט ארויסגעבן קיין סודות אבער זיי קענען נישט צוזיך קומען פון די "קאנספיראציעס" וואס מען פארשפרייט און די היימישע גאס ארום די וואקסינען.


נו אפשר קענסטו צזאם ברענגען די ארבייטער מיט די גדולי הדור אונטער הערמעטיש פארקלאפטע טירן. זאלן זיי גובה עדות זיין און קומען צו א פאראיינגטע החלטה אפגעזעהן וואס דאס איז.

ס'איז העכסט צייט פאר קלארקייט אין אזוינע שווערע זמנים


ווי ווייט איך ווייס האלטן אלע גרויסע רבנים אז מען זאל נעמען די וואקסין בפרט פאר מענטשן וואס זענען מער אויסגעשטעלט צום וויירוס.
(די דאקטורים מיט וועם זיי האבן זיך דורך גערעדט ווייסן מער איבערן וואקסין ווי מיר עמך אידן, פשוט ווייל זיי האבן דורך געקוקט אלע אינפארמאציע וואס איז דא מיט דאקטוירישע אויגן ברילן..)

איך גלייב שווער אז אפי' אינטער פארמאכטע טירן מעגן סתם ארבעטער רעדן.

פארגעס נישט אז די רעגירונגען איבער די וועלט האבן נישט געגעבן די באשטעטיגונג פאר זיי האבן אליין דורך געטשעקט אלע דעטאלן ממילא זעה איך נישט ווער פון די קעגנער פונעם וואקסין גייען יא זיין צופרידן פון דעם.

נ.ב. איך האף אז איך האב גענוג קלאר געשריבן, עס קומט מיר אן אביסל שווער צו שרייבן זינט איך האב נישט קיין אידיש קיבאורד אין איך דארף טייפן מיטן מייזל...


נו אדרבה, ס'וואלט געפרייט צו זעהן געשריבענע פסקים פון היימישע רבנישע קערפערשאפטן וועגן די נושא.

טראץ וואס ס'וועט נישט טוישן מיינונגען בי די קאנספיראטארן, וועט דאס אבער אויסשיסן זייערע לופט פון די רעדער און היפש בייטן דעת הקהל.

יא, אפילו אין די ביטערע גלות איז נאך אלץ דא א ציבור עצום וועלכע ווילן הערן קלארע, דרייסטע, פאראייניגטע, אחריות'דיגע דעת תורה. אונז טאר מיר דאס נישט אינטערשאצן.

מ'דארף נישט אזוי ווייט שטופן די רבנישע קערפערשאפטן דאס צו טאהן ווי זיי אויפקלערן אז זיי האבן צו וועם צו רעדן.

ביז ווי לאנג די "נואיז" איז ביי די "צייט פארברענגער'ס" און זיי זענען פאראייניגט דערויף מיט גערודער העכער ווי די פראצענט ציבור וועלכע זיי פארטרעטן, איז נישט קיין סיבה פאר רבנים צו שאפן קאנטערווארסיע וואס קען אין ערגעץ נישט ברענגען. אויב ס'וועט זיך שאפן אן ערענסטן ווינט פון מענטשן וואס וועלן זאגן הרף! גענוג! (א שטייגער ווי דער פותח האשכול) און מ'וועט איבערשרייען זייער גערודער צו ברענגען אביסל נארמאלקייט און זינען צום טיש, וועלן זיך זאכן טוישן פון אויבן אויך. אין א צייט פון היסטארישע קריזיס דארפן מיר הנהגה מער ווי סיי מער בעפאר.

אז מ'וועט מאכן פלאץ פאר הנהגה צו האבן אן אפן אויער ביים ציבור, וועלן זיך זאכן רירן.

ס'איז א בחינה פון "באטטעם-אפ עקאנאמיקס"...

יעדער מיט א גוט פעדער און ענערגיע קען האבן אן השפעה. יא אויך איך און דו.

כלנו לסדר!
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

געהערט פון א עלטערער איד אז ווען ער איז געווען א קינד איז געווען א אויסבראך (כ'מיין פאליא) און מ'האט אפוואקסענירט די גאנצע חדר! און ער געדענקט נישט צו מ'האט אפי אהיימגעשיקט א צעטל בעפאר.., ס'גווען א דבר פשוט ביי יעדן אז ב''ה ס'דא א רפואה פאר די מגיפה,
(גיי זאג אים וואס האט זיך אפגעטוהן דא ביים סתם פיצען די נעזער בכדי צו האלטן די מוסדות אפען....)
אך, וואס ווייסן די עלטערע? מיר אינגע זענען קליג....
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

סמעטענע האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
און שכוח פארן ארויסרעדן אפען וואס באדערט שוין דעם נארמאלען ערליכען ציבור די לעצטערע תקופה וואס במסתרם תבכה נפשם וואספארע מהפיכה אפאר ליידיגע אינגען מיט איבריגע צייט און געוויסע חשבונות קענען מאכן ביים עם כחם ונבון ממש ביזן קויפען יעדע צידרייטע שגעון און קאנספיראציע פון עני קליפ אדער מיינונגס ארטיקל אויפן ברייטען געוועב, און אך און וויי פאר ווער עס וויל מיט דעם נישט קיין שיכות האבן אדער ארויסהעלפן, דער איז דאך ר''ל א קאפוי א שותף מיט מענגעלע, היטלער, ביל געיטס און קאומי וכ''ו וכ''ו.
ועל הכלל כולו יצא


ס'ריכטיג יעדעס ווארט און א דאנק פארן ארויסשרייען די ווייטאג פון פילע אידן

אבער, דעס טוט נאכנישט פארענטפערן די טענות וואס זענען פארהאן אויף טייל הויכע פאזיציע באזיצער,

ביודע ובמכירו אז די מענטשען זיכען נישט קיין תירוצים, נאר ארבעטען זיך איבער צו בלייבן ביי די א.ג. קשיות.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”