זאקן האט געשריבן:איך וויל דא מינוט צוריק גיין בנושא הסאונד
הרב יואל קליין מיט הרב ציגאנער האבן זייער שיין מסביר געווען הויכע זאכן איבער סאונד, אבער די אריינקום פון הרב ציגאנער גראד מיט א שטארק נעגאטיווע תגובה איבער די סאונד און נאכדעם שפעטער שרייבן אז די ביז יעצטיגע מעמדים איז געווען שיין און קלאר, דאס שמעקט אביסל פון א נוגע בדבר.
אבער לענינינו קען מען זאגן אז כשם שאין פרצופיהן שוות כן אין ׳אויער׳תיהן שוות...
די סאונד וואס ס׳איז געווען היי יאר איז נאך קיינמאל נישט געווען דא ביי אונז, מ׳קען אביסל צוריק קוקן צו די לעצטע פאר יאר תגובות ווי דער עולם רעדט זיך שטארק אפ אויף די סאונד, ביי די סורוועי וואס קהל מאכט האבן זיך יעדעס יאר %75 פראצענט מענטשן אפגערעדט אויף די סאונד, און מ׳פלעגט עס אייביג הערן ביי די מסיבות חתונות ׳פארוואס קענען אונז נישט האבן קיין גוטע סאונד?
וויפיל מאל האב איך געהערט ווי מענטשן זאגן פאר די זינגערס ׳כאב ״געזען״ ווי עטץ האטס אראפ געלייגט אן הערליכע ארבעט א שאד נאר אז מ׳האט נישט געקענט הערן די שיינע ארבעט...״
ענדליך האט קהל געהערט די טענה איבערהויפט נאכן גוטע סאונד וואס איז געווען פאריאר ביים הכנס״ת, און מסכים געווען צו צאלן די גרויסע פרייז וואס ס׳קאסט גוטע סאונד, און ב״ה דער עולם איז אויסטערליש צופרידן ווי מ׳גייט הערט מען אז די סאונד היי יאר איז געווען גאר א שטארקע סוקסעס, אוודאי איז דא וואס בעסער צו מאכן, אבער בעצם איז געווען א ריזיגע נפק״מ, אויף אלע קליפס הערט זיך עס אזוי שיין, מ׳הערט אזא שיינע קווייער, עמרם קומט אריין משוגע קלאר, וואס אסאך האבן געמיינט אז מ׳האט אראפ געברענגט עפעס א שיינע זינגער, די מוזיק באכעט אריין א מחי׳, ס׳הערט זיך אזוי געשמאק אזוי ווארעם און לעבעדיג.
און גראד קומט איינער מיט נגיעות און גוט א שרייב אז ס׳איז געווען טערעביל, ביז כאב שוין געהערט פון איינע פון די עסקנים פרעגן ״פארוואס אויף אייוועלט קומט מען אריין אזוי נעגעטיוו״.
סא וויל איך דא זאגן פאר קהל בשם הונדערטע מענטשן וואס איך האב שוין געשמועסט, אז דער עולם איז נישט סתם צופרידן פון די סאונד, און מ׳זאל זיי שוין באשטעלן פאר קומענדיגן יאר, פאר א גאנץ יאר איז זייער גוט בחצרות סיסטעם וואס ווערט טאקע בעסער און בעסער, אבער פאר אזא גרויסע איווענט דארף מען ברענגען די בעסטע אויפן מארקעט.
די סיבה פארוואס מ׳הערט נישט אזוי גוט עמרם מיטן קווייער האב איך שוין צעדנליגע מאל געשריבן. עמרם פארלאנגט, קאנטראלירט אז מ׳מוז אים מיקסן ווי ער האט ליב, און ער האט ליב מיט זייער אסאך ריווערבּ/עקאו וואס דאס וואשט אויס די קווייער און לייגט עס שטיל און ציפארן אינעם גאנצן מיקס. כהאב שוין געמיקסט עטליכע דשאבס אינעם גרויסן שוהל מיט עמרם און דאס איז די פאקט. הער אויס זיין פורים סידי משתה יין, און זיך אויף די קווייער...
מיט לעשינסקי האט עמרם נישט געהאט קיין דעה, עכ״פ לעשינסקי קען ער נישט איינטיילן.
אדרבה, זאל עמרם קומען דא און מסביר זיין פארוואס זיין טעיסט מוז אפעקטירן דעם עולם. אפשר האט עס די עולם ליב, האט עס דאך גארנישט מיטן סאונד סיסטעם!
קיינער דא אויף אייוועלט איז נישט נעגעטיוו. מיט ליין עררעי בענענע ספיקערס) איז נישט מעגליך צו מאכן א קריספי מיקס איבעראל! נישט מעגליך! סימפל! ס׳איז נישט בדרך הטבע. יעדע 10 פיס הערט זיך אנדערש די מיקס. און אסאך האבן געהאט א דעלישעס מיקס, און אסאך א נישט גיטע מיקס, און אסאך געפערליך נישט גוט. יואל פארקאש קומט שוין פון דארט, מ׳האט שוין פרויבירט מיט ליין עררעי, און פאר א סיבה ארומגעפארן צו סאונד שאוס און אריינגעלייגט חדשים ריסערטש וועלכע ספיקערס דא פארלאנגט זיך. נישטא מער קיין בחצרות. ס׳איז אלעס אונטער קהל. אפילו ווען יואל פארקאש האט יא געהאט דענלי׳ס, האט מען קודם פרויבירט אויף איין שטח, מ׳האט געזעהן אז עס ארבייט האט מען געקויפט נאך, און יעדעס יאר האט מען געהאט טענות ווייל ס׳איז נאך נישט געווען קיין איין יאר וואס מ׳האט געהאט ״נאר״ דענליס. קהל דארף אינוועסטירן איין מאל און ״געניג״ דענליס, און דאן וועט מען זיך שפארן די אסטראנאמישע אויסגאבן יעדעס יאר!
און אפילו מ׳וועט יא האבן נאר דענליס, וועט אויך מוזן זיין א מהלך אז עמרם זאל לאזן יואל פארקאש טאן זיין דשאב און מיקסן ס׳זאל זיין קלאר פארן עולם. כנלע״ד.
אדרבה, זאל יואל פארקאש זאגן זיין מיינונג. ער האט די עכטע עקספיריענס.